2024
יאר אין אלגעמיינעם קאלענדאר
דער ארטיקל באהאנדלט א צוקונפטיג יאר. דעטאלן דערינען קענען זיך טוישן, און געשעענישן אנגעצייכנט דערין קענען מעגליך נישט פאסירן. |
2024 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2024 MMXXIV |
אידישער לוח | ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
כינעזישער קאלענדאר | 4720 – 4721 癸卯 – 甲辰 4721 איז דאס יאר פונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 2016 – 2017 |
פערסישער קאלענדאר | 1402 – 1403 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1445 – 1446 |
2024 איז דאס 24סטע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. דאס איז אן עיבור יאר, וואס איז 366 טעג. יאנואר 1 2024 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
2024 איז ערווארטעט צו זיין די גרעסטע וואל-יארן אין היסטאריע, מיט איבער פערציג נאציאנאלע וואלן אפגעהאלטן דורכאויס דער יאר, אריינגערעכנט אין זיבן פון די צען לענדער מיט מערסטע באפעלקערונג[1][2].
ערווארטעטע געשעענישן
- יאנואר 1 – די אומאנערקענטע לאנד נאגארנא קאראבאך, א ארמענישע געגנט אינערהאלב אזערביידזשאן, וועט אפיציעל אויפגעבן זעלבסטשטענדיגקייט
- מערץ 4 – געוועזענער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ וועט געשטעלט ווערן פאר די פעדעראלע געריכט צוליב 4 קלאגעס (ענ')[3]
- אפריל 8 – גאנצע ליקוי חמה, זעבאר דורכאויס צפון אמעריקע (העב')
- יולי 26-אויגוסט 11 – די 33'סטע זומער אלימפיאדע וועט פארקומען אין פאריז, פראנקרייך
- נאוועמבער 5 – פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן (העב')
דאטום אומבאקאנט
קאלענדאר
►► | 2024 | ◄◄ |
ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
פאלגנד איז א גרעגאריאנישער – אידישער קאלענדאר, באצייכנט די אידישע ימים טובים און להבדיל די אינטערנאציאנאלע פייערטעג:
21 יד |
= טאג מיט באזונדערע באדייט | 24 טו |
= יום טוב / רוה-טאג אין דער אידישער לוח | 25 טז |
= יום טוב אין אידישער לוח וואס איז נישט אסור צו ארבעטן | 11 ב |
= אנדענק אדער פאסט טאג אין אידישער לוח | ||
צו באקומען א קורצע דעסקריפציע - שטעלט דאס מייזל איבער דעם קעסטל (פאר ציווילע דאטומען) אדער איבער די רויטע ליניע (פאר אידישע דאטומען) |
רעפערענצן
- ↑ "2024 is the biggest election year in history". The Economist. November 13, 2023. Retrieved November 19, 2023.
- ↑ "In 2024, It's Election Year in 40 Countries" (אויף en), Bloomberg (November 1, 2023).
- ↑ Breuninger, Kevin (2023-08-28). "Trump federal election trial set for March 4, 2024". CNBC (in ענגליש). Retrieved 2023-08-28.
- ↑ ישי פורת, הרכבת הקלה בירושלים: עוד 27 ק"מ עד 2024, אויף ynet, 21 בינואר 2018