פרשת בהעלותך
| |||||
פסוקים | במדבר ח, א - יב, טז | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 136 (11'טע) | ||||
צאל ווערטער | 1840 (11'טע) | ||||
צאל אותיות | 7055 (12'טע) | ||||
אינהאלט | הייליגונג פון די לויים; קרבן פסח און פסח שני; די מסעות לויט די ענני הכבוד און די טראמפייטער; תבערה און קברות התאוה; מרימ'ס צרעת | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים און אשכנזים | זכריה ב, יד - ד, ז | ||||
תימנים | זכריה ב, יד - ד, ט |
פרשת בְּהַעֲלֹתְךָ איז די דריטע סדרה פון ספר במדבר, און די 36'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ח', פסוק א', ביז קאַפּיטל י"ב, פסוק ט"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 136 פסוקים און זעכצן פרשיות - עלף פתוחות און פינף סתומות.
די פרשה הייבט אן מיט דינים פון צינדן די מנורה, און שילדערט די הייליגונג פון די לויים; די דינים פון קרבן פסח און פסח שני; די סדר פון רוען און מסעות אין מדבר לויט די ענני הכבוד און די זילבערנע טראמפייטער; די געשעענישן פון "תבערה" און "קברות התאוה"; און מרימ'ס צרעת.
פרשת בהעלותך ווערט געליינט צווישן די דאטומען ט' און כ"א סיון. די פרשה פון קרבן פסח און פסח שני (ט, א–יד) ווערט געליינט די זעקסטע טאג פסח.
פרשה אינהאלט
עבודה פון די לויים אין משכן
די פרשה הייבט אן, אין א פארזעצונג פון פאריגן פרשה וואו עס איז געשילדערט געווארן דעם חנוכת המזבח, מיט'ן אראפגעבן די דינים פאר אהרן וויאזוי צו צינדן די מנורה. דאן ווערט געשילדערט דאס הייליגונג פון די לויים, און די אנהויב פון זייער דינסט אין משכן; השי"ת האט באפוילן משה צו שערן די האר פון זייער לייב און וואשן זייערע קליידער. דאן זאל מען מקריב זיין קרבנות, א פר פאר אן עולה, און דערצו א קרבן מנחה, און נאך א פר פאר א חטאת. אהרן איז געווארן באפוילן צו מאכן "תנופה" פאר די לויים, און דערמיט זענען די לויים אריין טון די עבודה אין משכן[1].
קרבן פסח און פסח שני
אין בעפארברייטונג צום ערשטן פסח נאך יציאת מצרים ווערט דערציילט איבער די אנזאג - און ווי די אידן האבן אויסגעפירט, דאס מקריב זיין דעם קרבן פסח. ווען עטליכע וואס זענען געווען טמא האבן זיך געוואנדן צו משה און אהרן מיט'ן טענה: ”לָמָּה נִגָּרַע לְבִלְתִּי הַקְרִב אֶת קָרְבַּן ה'”, האט משה געווארט אויף אן אנטווארט דערוועגן פון אויבערשטן. השי"ת האט דאן איבערגעגעבן פאר משה די דינים פון פסח שני, פאר די וואס האבן פארפאסט צו מקריב זיין דעם קרבן פסח, אז זיי קענען דאס משלים זיין אום י"ד אייר[2].
מסעות און מחנות
צפון | ||||||
נפתלי | דן | אשר | ||||
יששכר | מררי | בנימין | ||||
מזרח | יהודה | כהנים | דער משכן | גרשון | אפרים | מערב |
זבולון | קהת | מנשה | ||||
שמעון | ראובן | גד | ||||
דרום |
די פרשה הייבט דאן אן שילדערן וויאזוי די אידן האבן גערוט און זיך געצויגן אין מדבר:
פונעם טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן, האבן די עמוד הענן און עמוד האש געהויערט איבער דעם משכן. ווען דער וואלקן האט זיך געהויבן פון איבער דעם משכן האט מען זיך אנגעהויבן ציען נאך איר, ביז'ן פלאץ וואו די וואלקן האט גערוט[3].
גאט האט באפוילן משה צו מאכן צוויי זילבערנע טראמפייטער, מיט וואס די כהנים זאלן בלאזן און רופן דעם פאלק. בלאזן מיט ביידע איז אן אויפרוף פאר'ן גאנצן פאלק זיך צו איינזאמלען ביים פתח אוהל מועד, איינס רופט די נשיאים, און א "תרועה" איז א רוף זיך צו ציען. די טראמפייטער ווערן אויך געניצט צו רופן פאר מלחמה און שאַלן ביי די קרבנות פון די ימים טובים[4].
דאן ווערט געשילדערט דאס ערשטע אריבערציאונג פון כלל ישראל, אינעם צווייטן חודש, אין דער צווייטער יאר פון יציאת מצרים[5], ווען די אידן האבן זיך געצויגן פון מדבר סיני קיין מדבר פארן. אויפ'ן וועג האט משה פארבעטן זיין שווער, יתרו, זיך אנצושליסן אין די רייזע קיין ארץ ישראל, אבער יתרו האט אפגעזאגט. דאן האט משה אויסגערופן דער פרשה פון ויהי בנסוע, אין לויב פונעם ארון'ס זיך ציען און רוען, וועלכע ווערט פאררעכנט ווי א באזונדערע פרשה אין די תורה, און איז איינגעלאקמערט אין ספר תורה אין פארקערטע נ'ס - "׆"[6].
תבערה און קברות התאוה
די אידן האבן זיך אפגערעדט אויפ'ן אויבערשטן, און גאט האט געצערנט און עס האט אויסגעבראכן א פייער וואס האט פארלענדט ביי די עקן פון די מחנה. די אידן האבן געשריגן צום אויבערשטן און די פייער האט זיך איינגעשטילט. אויף דעם ארויף איז דאס פלאץ אנגערופן געווארן "תבערה". די אידן האבן זיך דאן ווידער אפגערעדט, דאסמאל אויף די מן, און געגלוסט צו עסן פלייש. ווען משה האט דערהערט דאס פאלק'ס געוויינערייען, און די צארן פון גאט דערוועגן, איז אים שלעכט געווארן פאר די אויגן, און האט זיך אפגערעדט צום אויבערשטן איבער די שוועריגקייטן פון פירן דאס פאלק.
השי"ת האט באפוילן משה צו שטעלן זיבעציג זקנים וועלכע זאלן מיטשטיין מיט אים אין די פירערשאפט פון פאלק, און ער זאל זאגן די אידן זיי זאלן זיך הייליגן ווייל צומארגנס וועט ער זיי צושטעלן פלייש פאר א חודש צייט, ביז עס וועט זיי פאר'מיאוס'ט ווערן. משה האט טאקע געשטעלט און איינגעזאמעלט צום משכן די זיבעציג זקנים, וועלכע האבן באקומען א גייסט פון נבואה. צוויי פון די זקנים, אלדד און מידד, זענען געבליבן אין מחנה און דארט נבואה געזאגט, יהושע האט זיי געוואלט דערפאר באשטראפן, אבער משה האט נישט צוגעלאזט. דאן זענען געקומען צו פליען פייגל פון ים, וועלכע די אידן האבן איינגעזאמעלט און געגעסן. ווען זיי האבן נאך געהאלטן אינמיטן עסן האט אויסגעבראכן א מגיפה פון וואס פיל זענען געשטארבן, און דערפאר האט מען גערופן דאס פלאץ "קברות התאוה". פון דארט האבן זיך די אידן געצויגן קיין חֲצֵרוֹת[7].
מרימ'ס צרעת
מרים און אהרן האבן בארעדט משה אויף דעם וואס ער האט זיך אפגעשיידט פון זיין ווייב צפורה, ווען גאט האט זיך באוויזן צו משה, אהרן און מרים, און זיי אויסגע'מוסר'ט פאר'ן רעדן אויף משה - אויף וועם די תורה איז מעיד "וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", און מרים איז קרעציג געווארן. משה האט געדאווענט פאר איר, "אֵ-ל נָא רְפָא נָא לָהּ", און די אידן זענען געבליבן רוען און זיך נישט געצויגן ביז זי האט זיך ערהוילט נאך זיבן טעג[8].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[9] זענען פארהאן פינף מצוות אין דער פרשה, דריי עשין און צוויי לאווין:
עשה / לאו | מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | |
---|---|---|---|---|---|
1 | עשה | מאכן פסח שני | בַּחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם בֵּין הָעַרְבַּיִם יַעֲשׂוּ אֹתוֹ (ט, יא) | ניין | מענער |
2 | עשה | עסן פסח שני מיט מצה און מרור | ...עַל מַצּוֹת וּמְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ (ט, יא) | ניין | מענער |
3 | לאו | נישט איבערלאזן פון פסח שני אויף צומארגנס | לֹא יַשְׁאִירוּ מִמֶּנּוּ עַד בֹּקֶר (ט, יב) | ניין | יעדער |
4 | לאו | נישט צעברעכן ביינער פון פסח שני | וְעֶצֶם לֹא יִשְׁבְּרוּ בוֹ (ט, יב) | ניין | יעדער |
5 | עשה | כהנים זאלן בלאזן מיט טראמפייטער | וְכִי תָבֹאוּ מִלְחָמָה וְגוֹ' וּבְיוֹם שִׂמְחַתְכֶם וּבְמוֹעֲדֵיכֶם וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם וּתְקַעְתֶּם בַּחֲצֹצְרוֹת עַל עֹלֹתֵיכֶם וְעַל זִבְחֵי שַׁלְמֵיכֶם וְגוֹ' (י, ט–י) | ניין | כהנים-מענער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:
- השג יאר - ט' סיון
- החא יאר - י"א סיון
- זחג יאר, זשג יאר און בחג יאר - ט"ז סיון
- השא יאר און זחא יאר - י"ח סיון
- הכז יאר - י"ט סיון
- בשז יאר און גכז יאר - אין ארץ ישראל - י"ב סיון, אין חוץ לארץ - י"ט סיון
- זשה יאר און בחה יאר, בשה יאר און גכה יאר - אין ארץ ישראל - י"ד סיון, אין חוץ לארץ - כ"א סיון
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר זכריה, פון קאַפּיטל ב', פסוק י"ד; די ספרדים און אשכנזים ליינען ביז קאַפּיטל ד', פסוק ז'[10], און די תימנים ענדיגן ביי פסוק ט'[11]. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די נבואה פון זכריה איבער דאס הייליגן יהושע פאר כהן גדול, און איבער דעם מנורה.
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת בהעלותך, אויף שיתופתא
- פרשת בהעלותך, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת בהעלותך - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת בהעלותך, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בהעלותך", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת בהעלותך אויף קול הלשון
- פרשת בהעלותך, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת בהעלותך, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת בהעלותך, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת בהעלותך, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת בהעלותך", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת בהעלותך אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ קאַפּיטל ח'.
- ↑ ט, א–יד.
- ↑ ט, טו–כג.
- ↑ י, א–י.
- ↑ י, יא–לה.
- ↑ שבת קטו, ב - קטז, א.
- ↑ קאַפּיטל י"א.
- ↑ קאַפּיטל י"ב.
- ↑ ספר החינוך, מצוות שפ–שפד.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |