אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת תולדות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (אויסשטעל)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|זעקסטע פרשה פון ספר בראשית}}
{{דעסקריפציע|זעקסטע פרשה פון ספר בראשית}}{{פרשת שבוע
{{פרשת שבוע
| פריערדיגע = פרשת חיי שרה
| פריערדיגע = פרשת חיי שרה
| קומענדיגע = פרשת ויצא
| קומענדיגע = פרשת ויצא

רעוויזיע פון 07:57, 7 נאוועמבער 2023

Arrow r.svg תולדות Arrow l.svg
פסוקים בראשית כה, יט - כח, ט
צאל פסוקים 106
צאל ווערטער 1432
צאל אותיות 5426
אינהאלט געבורט פון יעקב און עשו, מכירת הבכורה, יצחק און רבקה אין גרר, געפעכט פון יצחק און די פלשתים, יעקב באקומט די ברכות
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
ספרדים, אשכנזים און איטאליענער מלאכי א, א - ב, ז
תימנים מלאכי א, א - ג, ד

פרשת תּוֹלְדֹת איז די זעקסטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ה, פסוק י"ט, ביז קאַפּיטל כ"ח, פסוק ט', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

די פרשה הייסט "תולדות" אויפ'ן ערשטן פסוק פון די פרשה: ”וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק, בֶּן אַבְרָהָם”. אין די פרשה ווערט געשילדערט די לעבנס געשיכטע פון יצחק אבינו און זיינע זין, יעקב אבינו און עשו; ווי יעקב קויפט די בכורה פון עשו; יצחק'ס אראפגיין קיין גרר, און די געפעכטן מיט אבימלך און די ארטיגע פאסטוכער; ווי יעקב באקומט די ברכות פון יצחק און אנטלויפט דאן קיין חרן.

פרשת תולדות ווערט געליינט צווישן כ"ט חשון און ה' כסלו.

פרשה אינהאלט

יעקב און עשו

נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן זיך יצחק און רבקה געשטעלט איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, גאט האט אויסגעהערט זייער געבעט און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן זיך אין איר, איז זי געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן, און דער ענטפער איז געווען אז עס וועלן ארויסקומען פון איר צוויי פעלקער: ”וַיֹּאמֶר ה' לָהּ שְׁנֵי גוֹיִם בְּבִטְנֵךְ וּשְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיִךְ יִפָּרֵדוּ וּלְאֹם מִלְאֹם יֶאֱמָץ וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר”. זי האט טאקע געבוירן צווילינג, ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר, דער ערשטער א רויטער און האריגער וועמען מען האט א נאמען געגעבן עשו, דער צווייטער איז ארויסגעקומען אנכאפנדיג די פירשט פון עשו, און מען האט אים א נאמען געגעבן יעקב. עשו איז אויפגעוואקסן א יעגער - א פעלד מענטש, אין צייט וואס יעקב איז געווען אן "איש תם" און געזעצן אין געצעלט. יצחק האט ליב געהאט עשו, און רבקה האט געגליכן יעקב.

איין טאג איז עשו אהיימגעקומען פון יאגד אפגעמוטשעט, ווען יעקב האט געקאכט א לינזן געקעכץ, און אים געבעטן ער זאל אים אנגיסן דערפון. יעקב האט פארלאנגט ער זאל אים אין אויסטויש פארקויפן די בכורה, און עשו איז איינגעגאנגען דערויף נאכ'ן גרינגשעצן און אפשפעטן פון די בכורה, און האט געשוואוירן אויף די פארקויף אויפ'ן פארלאנג פון יעקב[1].

יצחק אין גרר

צוליב א הונגער אנטשטאנען אין ארץ ישראל, האט יצחק געפלאנט צו גיין קיין מצרים[2], אויף וואס גאט האט זיך באוויזן צו אים און אנגעזאגט ער זאל נישט ארויסגיין פון לאנד, און ווידערהאלט די צוזאג געשוואוירן צו זיין טאטע אברהם אז דאס לאנד וועט געגעבן ווערן פאר אים און זיינע קינדער, אין זכות פון אברהם. יצחק האט געזאגט פאר די וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה, אז זי איז זיין שוועסטער, ווען אבימלך האט באמערקט פון פענסטער אז זיי פירן זיך ווי מאן און ווייב, און פארגעהאלטן יצחק פאר'ן כמעט צוברענגען מען זאל זינדיגן מיט איר. אבימלך האט באפוילן זיין פאלק, אז ווער ער וועט אנרירן יצחק און רבקה וועט גע'הרג'עט ווערן[3].

גאט האט געבענטשט יצחק און ער איז גאר רייך געווארן אין גרר, וואס האט צוגעברענגט צו קנאה ביי די פלשתים, און זיי האבן אנגעהויבן פארשטאפן די ברונעמס געגראבן דורך די קנעכט פון יצחק, און אבימלך האט אים פארשיקט. יצחק האט זיך געצויגן ארויס פון שטאט און ווידער אויפגעגראבן די ברונעמס וואס זיין טאטע - אברהם האט דארט געגראבן, און די פלשתים האבן עס געהאט פארשטאפט. די פאסטוכער פון גרר האבן זיך ווידער געקריגט און גע'טענה'ט אז ס'געהערט צו זיי, ביז יצחק האט זיך אוועקגעצויגן און געגראבן א דריטע ברונעם - "רחובות", אויף וועלכע עס זענען נישט געווען קיינע געפעכטן. יצחק האט זיך געצויגן קיין באר שבע, וואו דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים און פארשפראכן אז ער איז מיט אים און ער דארף נישט מורא האבן, און ער וועט אים בענטשן און פארמערן זיינע קינדער, אין זכות פון אברהם. זעענדיג אז גאט איז מיט אים, איז אבימלך געקומען מיט א משלחת צו יצחק און געבעטן צו שליסן א פרינדס בונד. זיי האבן געגעסן א סעודה און זיך געשוואוירן איינער דעם אנדערן[4].

עשו'ס ווייבער

ביי די פערציג האט עשו געהייראט צוויי ווייבער פון חת; יְהוּדִית בַּת בְּאֵרִי און בָּשְׂמַת בַּת אֵילֹן, וואס האבן נישט געפאָלן פאר יצחק און רבקה[5], און זעענדיג אז עס געפעלט נישט פאר יצחק די טעכטער פון כנען האט ער אויך געהייראט מָחֲלַת, א טאכטער פון ישמעאל[6].

יצחק'ס ברכות

יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען, ווען ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה האט דאס געהערט און באפוילן יעקב צו ברענגען צוויי ציגן, וועלכע זי האט צוגעגרייט ווי יצחק האט ליב געהאט. זי האט אנגעטון יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט די פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות, ווען יצחק אים באטאפט, און אויסגערופן מיט וואונדער: ”הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב וְהַיָּדַיִם יְדֵי עֵשָׂו”. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן פאר יעקב די ברכות.

ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק און פארלאנגט די ברכות. יצחק ווערט פארוואונדערט, אבער באשטעטיגט די ברכות פאר יעקב ”גַּם בָּרוּךְ יִהְיֶה”. עשו האט געשריגן א גרויסע ביטערע געשריי, און זיך איינגעבעטן און געוויינט צו יצחק זאל אויך אים בענטשן, און יצחק האט אים אויך געגעבן ברכות[7].

יעקב'ס גיין קיין חרן

עשו האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב אויפ'ן נעמען די ברכות, און רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון. רבקה און יצחק פארשיקן אים קיין פדן ארם צו טרעפן דארט א שידוך פון לבן'ס טעכטער. יצחק האט אים איבערגעגעבן די ברכות וואס גאט האט געבענטשט אברהם: ”וְיִתֶּן לְךָ אֶת בִּרְכַּת אַבְרָהָם לְךָ וּלְזַרְעֲךָ אִתָּךְ לְרִשְׁתְּךָ אֶת אֶרֶץ מְגֻרֶיךָ אֲשֶׁר נָתַן אֱלֹקִים לְאַבְרָהָם”, און יעקב איז טאקע געגאנעגן קיין פדן ארם[8].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פינף אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר מלאכי פון תרי עשר, פון אנהויב - קאַפּיטל א', פסוק א'. די ספרדים, אשכנזים און איטאליענער ענדיגן ביי קאַפּיטל ב', פסוק ז', און די תימנים ביי קאַפּיטל ג', פסוק ד'. אין די הפטורה ווערט געשילדערט צווישן אנדערע די באציאונגען צווישן יעקב און עשו: ”הֲלוֹא אָח עֵשָׂו לְיַעֲקֹב נְאֻם ה' וָאֹהַב אֶת יַעֲקֹב. וְאֶת עֵשָׂו שָׂנֵאתִי”.

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל ס"ה, פסוק כ"ג ביז קאַפּיטל ס"ו, פסוק י"ח[9].

אין יארן וואס דער ערשטער טאג ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג, געפאלט ראש חודש כסלו אום זונטאג, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תולדות", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן