פרשת וירא

פון המכלול
ווערסיע פון 17:08, 11 דעצעמבער 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏אריינפיר: הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg וירא Arrow l.svg
פסוקים בראשית יח, א - כב, כד
צאל פסוקים 147 (7'טע)
צאל ווערטער 2085 (2'טע)
צאל אותיות 7862 (3'טע)
אינהאלט דריי מלאכים ביי אברהם, איבערקערונג פון סדום און עמורה, די טעכטער פון לוט, געבורט פון יצחק, הגר און ישמעאל ווערן פארטריבן, עקידת יצחק
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
ספרדים, פראנקפורט ד'מיין און פאזנע מלכים ב' ד, א–כג
אשכנזים, תימנים און איטאליענער מלכים ב' ד, א–לז

פרשת וַיֵּרָא איז די פערטע סדרה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון ספר בראשית, קאַפּיטל י"ח, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ב, פסוק כ"ד, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 147 פסוקים און זעקס פרשיות, פיר פתוחות און צוויי סתומות.

די פרשה הייסט "וירא" אויף די ערשטע ווארט אין די פרשה: ”וַיֵּרָא אֵלָיו ה', בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא”. אין די פרשה ווערט געשילדערט אברהם אבינו'ס לעבנס געשיכטע נאכ'ן זיך מל'ן, ווי דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים, און דריי מלאכים וועלכע זענען געקומען און אים מבשר געווען ער וועט האבן קינדער, איבערגעדרייט סדום, געהיילט אברהם און געראטעוועט לוט פון סדום; אברהם'ס גיין קיין פלשתים וואו ער שליסט א פרידנס פאקט מיט אבימלך; יצחק'ס געבורט, די פארטרייבונג פון הגר און ישמעאל; און די נסיון פון עקידת יצחק.

פרשת וירא ווערט געליינט צווישן ט"ו און כ' חשון. די פרשה פון "פקודת שרה" (כא, א–לד) ווערט געליינט די ערשטע טאג ראש השנה, און די פרשה פון די עקידה (כב, א–כד) ווערט געליינט די צווייטע טאג ראש השנה.

פרשה אינהאלט

די דריי מלאכים

די פרשה הייבט זיך אן[1] אז גאט איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם צום דריטן טאג פון זיך מל'ן אין די פלוין פון ממרא. דער אויבערשטער האט ארויסגענומען די זון פון איר האלטער אז די היץ זאל צוריקהאלטן געסט פון קומען און אפמוטשען אברהם. נאך וואס אברהם האט געהאט צער דערפון, האט דער אויבערשטער געשיקט די דריי מלאכים, מיכאל, גבריאל און רפאל אין געשטאלט פון מענטשן און אברהם האט זיי אויפגענומען אלס געסט[2], און געגעבן צו עסן און טרינקען אונטער א בוים.

מיכאל האט מבשר געווען פאר אברהם אז ער וועט האבן א זון פון שרה, ווען שרה האט עס געהערט האט זי געלאכט נישט גלויבנדיג אז זיי קענען האבן קינדער אין אזא עלטער. דער אויבערשטער האט פארגעהאלטן אברהם דערויף: ”הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר”, און שרה האט געלייקנט זי זאל האבן געלאכט. גבריאל האט זיך געוואנדן צו איבערדרייען סדום, און רפאל האט געהיילט אברהם[2] און דאן געגאנגען קיין סדום ראטעווען לוט און זיין פאמיליע[3].

סדום, לוט און זיינע טעכטער

לוט אנטלויפט פון סדום

דער אויבערשטער האט מיטגעטיילט מיט אברהם זיינע פלענער צו פארלענדן סדום, אברהם האט פרובירט פארהאנדלען, אבער האט נישט מצליח געווען צו טרעפן אפילו צען צדיקים אין וועמענ'ס זכות זיי צו אפראטעווען[4].

די מלאכים זענען אנגעקומען קיין סדום און גענעכטיגט ביי לוט, אויפדערנאכט זענען די איינוואוינער געקומען פארלאנגען פון לוט ארויסצוגעבן די געסט צו זינדיגן מיט זיי, וואס לוט ווייזט צוריק. די מלאכים האבן געראטעוועט לוט מיט זיין פאמיליע, אבער זיינע איידעמער האבן זיך אנטזאגט פון אנטלויפן. גאט האט בארעגנט סדום און עמורה מיט שוועבל און פייער פון הימל, און איבערגעדרייט די שטאט מיט איר גאנצע אינהאלט. לוט איז אנגעקומען קיין צוער, אבער זיין פרוי וועלכע האט צוריק געקוקט איז געווארן א שטיק זאלץ[5].

לוט ווערט געראטעוועט אין זכות פון אברהם, און איז אנטלאפן מיט זיינע צוויי טעכטער צו א הייל אין די בערג, די טעכטער, קלערנדיג אז עס זענען נישט פארבליבן קיין מענטשן אויף די וועלט, טרינקען אן זייער טאטע, און האבן געהאט מיט אים קינדער אין זיין שלאף, די עלטערע האט געבוירן מואב און די יונגערע "בן-עמי" דער טאטע פון די פאלק עמון[6].

אברהם אין גרר

"באר אברהם", די ברונעם וואס איז מיוחס צו אברהם אין באר שבע

אברהם האט זיך באזעצט זיך אין גרר; אבימלך האט פארכאפט שרה, און דער אויבערשטער איז געקומען צו אים אין חלום באפעלן איר צו באפרייען, און געשלאגן אים און זיינע קנעכט מיט קראנקהייטן. אבימלך האט איר באפרייט און פארגעהאלטן אברהם פאר'ן זאגן זי איז זיין שוועסטער, און אברהם האט זיי אויסגעהיילט[7]. שפעטער, נאך א געפעכט איבער וואסער-גריבער האבן אברהם און אבימלך געשלאסן א פרידנס פאקט[8].

יצחק'ס געבורט

גא-ט האט איינגעהאלטן זיין צוזאג און שרה האט געבוירן א קינד וועמען אברהם האט נאמען געגעבן יצחק. אויפ'ן פארלאנג פון שרה און מיט'ן צושטימונג פונעם אויבערשטן האט אברהם פארשיקט הגר און ישמעאל צום מדבר. ווען ישמעאל האט געהאלטן ביים אויסגיין האט הגר אים געווארפן אונטער א געוואוקס. דער אויבערשטער האט געהערט דאס געוויין פונעם קינד און געשיקט א מלאך וועלכע האט איר צוגעוויזן א ברונעם וואסער, און צוגעזאגט אז ישמעאל וועט ווערן א גרויס פאלק[9].

עקידת יצחק

סוף פרשה ווערט געשילדערט די גרעסטע פון אברהם'ס צען נסיונות, די נסיון פון עקידת יצחק, ווען גאט האט באפוילן אברהם צו ברענגען זיין זון יצחק פאר א קרבן עולה. אברהם האט געפעדערט און גענומען יצחק צום הר המוריה, וואו ער האט געבויט א מזבח אויפ'ן פלאץ וואס גאט האט אנגעצייגט. אברהם האט געבינדן יצחק ווען ביים אויפהייבן מעסער האט א מלאך פון גאט אים אפגעשטעלט: ”אַל תִּשְׁלַח יָדְךָ אֶל הַנַּעַר וְאַל תַּעַשׂ לוֹ מְאוּמָּה, כִּי עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי יְרֵא אֱלֹקִים אַתָּה”. אברהם האט געזען א ווידער פארכאפט אין צווייגן ביי די הערנער, און האט דאס מקריב געווען אויפ'ן מזבח אנשטאט יצחק. דער אויבערשטער האט ווידערהאלט זיין צוזאג צו פארמערן די קינדער פון יצחק און די ירושה פונעם לאנד, ”יַעַן אֲשֶׁר עָשִׂיתָ אֶת הַדָּבָר הַזֶּה וְלֹא חָשַׂכְתָּ אֶת בִּנְךָ אֶת יְחִידֶךָ”[10].

אברהם מיט זיינע באגלייטער האבן זיך אומגעקערט קיין באר שבע וואו אברהם האט געהערט איבער די קינדער וואס זענען געבוירן צו זיין ברודער נחור, צווישן זיי בתואל, די טאטע פון רבקה אמנו[11].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר מלכים ב', קאַפּיטל ד', פון פסוק א'. די אשכנזים ענדיגן ביי פסוק ל"ז, און די ספרדים און קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ביי פסוק כ"ג.

אין די הפטורה ווערט געשילדערט צווישן אנדערע ווי אלישע זאגט צו פאר די אשה השונמית א זון.

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ל"ג, פסוק י"ז ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"ג.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וירא", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן