זשה יאר
א זשה יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זשה יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן דאנערשטאג (ה). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 385 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א זשה יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן פרייטאג, 20 שעה און 491 חלקים אין טאג, און שבת, 18 שעה אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 4.72% פון אלע יארן[2].
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשל"ו, ה'תש"ס, ה'תשס"ג, ה'תשפ"ז, ה'תתי"ד, ה'תתמ"א.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א זשה יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש שבט איז שבת, און ראש חודש אייר איז פרייטאג און שבת.
- חנוכה געפאלט פון שבת (פרייטאג צונאכטס) ביז שבת, מיט א דאפלטע שבת חנוכה.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט דינסטאג (שושן פורים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט דינסטאג.
- שבועות געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט זונטאג, תענית אסתר געפאלט מאנטאג, תענית בכורים געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטאג.
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג