בשז יאר
א בשז יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א בשז יאר הייבט זיך אין מאנטאג (ב), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן שבת (ז). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 385 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א בשז יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן זונטאג, 20 שעה און 491 חלקים אין טאג, און מאנטאג, 18 שעה אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 4.72% פון אלע יארן[2]. דער יאר בעפאר איז אלעמאל הכז.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ח, ה'תשכ"ה, ה'תשנ"ב, ה'תשע"ו, ה'תשע"ט, ה'תת"ג, ה'תת"נ.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א בשז יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש טבת איז שבת און זונטאג, ראש חודש ניסן איז שבת, און ראש חודש אלול איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון מאנטאג (זונטאג נאכט) ביז מאנטאג. שבת חנוכה איז ראש חודש טבת, און מען נעמט ארויס דריי ספרי תורה.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטאג.
- פורים געפאלט דאנערשטאג (שושן פורים פרייטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטאג.
- שבועות געפאלט זונטאג (אויך מאנטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט דינסטאג, תענית אסתר געפאלט מיטוואך, תענית בכורים געפאלט פרייטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב ווערן ביידע נדחה אויף זונטאג.
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג