רוי:משיח

פון המכלול
ווערסיע פון 13:03, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שניאור זלמן פון לאדי" ב־"[[רבי שניאור זלמן פון לאדי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות. גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט.

דער טערמין משיח

דער גלאטער טייטש פון דער לשון קודש'יגער ווארט משיח איז "געזאלבט", דאס מיינט א מענטש וואס מען האט געזאלבט מיט א ספעציעלן אויל וואס דערמיט ווערט ער אריינגעברענגט און באשטימט צו דינען דעם ספעציעלן און רעספעקטפולן, געווענליך אויך הייליגן, צוועק וואס מען האט אים דערפאר אויסגעוועלט. דער באגריף טרעפט מען פיל מאל אין תנ"ך, סיי האט מען דאס געטוהן מיט מענטשן ווי אידישע קעניגן און כהנים, און אזוי אויך מיט פארשידענע אנדערע זאכן ווי דער בית המקדש און אירע כלים און נאך. אבער מער פון אלעם, נוצט ביי אידן דער טערמין משיח אין באציהונג צו דעם צוקונפטיגן אידישן קעניג פון דער שושלת פון בית דוד, וועלכער וועט זיין ווי געזאלבט מיט אן הייליג זאלב-אויל צו אויסלייזן דאס אידיש פאלק און קעניגן אין ירושלים ביי ימות המשיח.

דער אידישער משיח

משיח (אדער "מלך המשיח") איז א מענטש א ריכטיגער בשר ודם, אן אפשטאמיגער פון בית דוד, א פיזישער אייניקל פון דוד המלך און זיין זון שלמה. ער וועט קומען אויספירן זיינע פליכטן בלויז איינמאל אינעם צוקונפט. זיינע אויפטוהנגען וואס מען ערווארט פון אים רעכנט אריין, די פאראייניגונג פון אלע צוועלף שבטים, צוזאמנעמען אלע אידן קיין ארץ ישראל, אויפבויען דעם דריטן בית המקדש אין ירושלים, קעניגן איבערן אידישן פאלק און אנהויבן דעם גלאררייכן עפאכע פון ימות המשיח.

משיח בן דוד

משיח איז ערווארטעט צו אהערשטעלן מיט זיך גאר גרויסע און ספעציעלע אייגנשאפטן, פיזיש און גייסטיש, אזש ער ווערט באטיטלט אלס איינער וואס "וועט נישט משפט'ן לויט וואס זיינע אויגן זעען און וואס זיינע אויערן הערן" און "מיט א בלאז פון זיין מויל וועט ער אוועקלייגן א רשע". אויך וועט ער, לויט טייל דעות, קענען באווייזן מופתים מיט אן איבערנאטירליכן קראפט[1]. ער וועט פארמאגן אן אונגעהויערע איינפלוס, סיי אויפן אידישן פאלק, און סיי אלוועלטליך אויף א פאליטישן פארנעם.

זיין אידענטיטעט

דער רמב"ם שטעלט אהער די אידענטיטעט פון משיח ווי פאלגנד: ער וועט זיין גאר קלוג - נאכמער פון שלמה המלך, א נביא ענליך צו משה רבינו, א תלמיד חכם וואס וועט זיך פארנעמען מיט תורה לערנען ווי זיין זיידע דוד, ער וועט פירן מלחמות לשם שמים, דאס גאנצע פאלק וועט זיין פאראייניגט און אונטערטעניגט צו אים און ער וועט זיי אלע צווינגען צו תשובה און זיי לערנען דעם דרך השם, און אזוי אויך וועלן אלע אנדערע פעלקער רעספעקטירן זיינס א ווארט[2][3]. טאמער וועט ער מצליח זיין צו באזיגן אלע פעלקער און צוזאמענעמען אלע אידן קיין ארץ ישראל און בויען דעם דריטן בית המקדש, וועט מען וויסן אויף זיכער אז ער איז דער משיח אויף וואס די נביאים האבן נבואה געזאגט.[3]

זיין נאמען

מען טרעפט אין חז"ל, אין אזוי אויך אין שפעטערע מקורות, פילע פארשידנארטיגע מיינונגען איבער וואס וועט זיין די נאמען פון משיח. דער מהרש"א[4] שרייבט אז מען וועט אים פשוט רופן מיט אסאך נעמען. אנדערע זאגן אבער[5] אז דאס האט צוטון מיטן טיפערן ענין אז די נשמה פון משיח איז כולל אלע נשמות פון כלל ישראל, און א יעדע איד האט די מעגליכקייט צו אנטפלעקן די חלק פון משיח וואס ליגט אין אים, אין זיין אייגענע נאמען. דער מהר"ל געבט צו פארשטיין אז דערפאר זענען רוב נעמען פארן משיח דאס זעלבע נאמען (אדער ענליך) ווי די אייגענע נאמען פון דער וואס זאגט עס.

פאלגענד זענען א טייל פון די נעמען וואס מען טרעפט אין חז"ל: ינון, שילה, חנינא, מנחם, צמח, נחמן און דוד.

אמונה אין ביאת המשיח

גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז א פונדאמענטאלע טייל אין אידישקייט, און איז איינס פון די דרייצן עיקרים אין אמונה וואס דער רמב"ם רעכנט אויס.

ווען וועט ער קומען

כאטש וואס דער ענין פון ביאת המשיח פארנעמט א שטארקע פלאץ אין די פונדאמענטן פון אידישקייט, דאך איז נישט אזוי גלאטיג ערלויבט צו פרובירן צו דערגיין די צייט ווען ער וועט קומען, טייל זאגן אז דאס איז וויבאלד עס קען צוברענגען צו א שוואכקייט אין אמונה אויב משיח וועט נישט קומען אין דער צייט וואס ער האט זיך באהויפטעט. דער מלבי"ם שרייבט אבער אז דאס וואס חז"ל זאגן אז מען זאל נישט אריינקלערן צו דערגיין די צייט פון ביאת המשיח איז וויבאלד חז"ל האבן געוואוסט אז משיח וועט נישט קומען אין דער נאנטער צוקונפט און עס נאך דא לאנגע יארן אין גלות ביז דאן, האבן זיי נישט געוואלט אז יענער זאל זיך צוליב דעם מייאש זיין פון די גאולה. דעריבער היינט, וואס דער צייט איז שוין גאר נאנט, איז יא ערלויבט צו שפעקולירן דערין, וויבאלד עס ברענגט גאר א חיזוק און בלאזט אריין אן האפענונג צום נאנטן גאולה. אויך שרייבט ער[6] אז כאטש וואס אין אנהויב פונעם גלות האט קיינער נישט געקענט דערגיין די צייט, איז אבער היינט אין די שפעטערע דורות פיל גרינגער אויסצורעכענען דעם ריכטיגן זמן, וויבאלד ער וועט זיכער קומען פאר די ענדע פונעם 'אלף השישי' איז שוין דא פיל ווייניגער יארן אין וועלכע מען קען זיך טועה זיין, און די פאר פארבליבענע יארן זענען פיל נענטער צום זיכערקייט ווי צום ספק.

אבער דער מהר"ל שרייבט, אז עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו דערגיין די צייט ווען משיח וועט קומען ביז ער וועט טאקע קומען. ער זאגט אז די אלע צייטן וואס חז"ל רעכענען אויס מיינט נישט אז דעמאלטס וועט ער קומען, נאר עס מיינט אז פאר דעם וועט ער זיכער נישט קומען, און בלויז פון דעמאלטס און ווייטער קען מען אים ערווארטן. אויך געבט ער צו פארשטיין אז דאס וואס עס שטייט אז די לעצטע צוויי טויזנט יאר, די 'אלף החמישי' און 'אלף השישי' וועלן זיין "ימות המשיח", דאס מיינט אז נאר אין די צוויי טויזנט יאר קען ער קומען און נישט פריער, און ימות המשיח מיינט - טעג וואס איז ראוי אז משיח זאל דעמאלטס קומען. אויב איז מען זוכה קען דאס זיין באלד אין אנהויב, און אויב נישט קען דאס זיין ממש ביים סוף אויך[7].

עס ווערט געברענגט, אז דאס וואס מען טרעפט אין פיל ספרים, ראשונים, און אחרונים, אז זיי האבן יא אויסגערעכענט דעם זמן וואס זיי האלטן אז עס וועט זיין ביאת המשיח, דאס איז נאר געווען אלס א תפלה און געבעט צום אייבערשטן אז ער זאל טון וואס ס'קומט אויס פון דער תורה אז עס איז שוין געקומען דער צייט פון משיח'ן, ווי צו זאגן "אבא, כך כתוב בתורה". מיט דעם איז אויך פארשטענדליך דער פאקט אז רוב פון די אלע צייטן וואס ווערט געברענגט אין די ספרים איז שוין פאריבער אן דעם וואס משיח זאל זיך באווייזן, און דאך פרעגט עס נישט אפ די אמונה אין ביאת המשיח, וויבאלד די אלע צייטן זענען געשריבן אלס געבעט און האפענונג.

ווענדט זיך אין תשובה

אינ'אמת'ן אבער, איז נישטא קיין באשטימטע צייט וואס משיח קען נאר דעמאלט קומען, נאר עס ווענדט זיך אין די מעשים פון דער מענטשהייט. עס שטייט אין חז"ל[8], אז משיח וועט קומען אדער ווען די וועלט איז אממערסטנס נויטיג דערצו, דאס הייסט ווען דער מענטשהייט איז אזוי פארזינדיגט, "דור שכולו חייב", אז משיח מוז קומען ראטעווען די מצב, אדער ווען דער וועלט האט זיך דאס פארדינט, מיט גוטס און ערליכקייט, "דור שכולו זכאי". אויך שטייט אין חז"ל, אז רבי יהושע בן לוי האט אמאל געפרעגט פון אליהו הנביא ווען וועט משיח קומען, האט ער אים געזאגט ער זאל גיין פרעגן משיח וועלכער זיצט ביי די טויערן פון רוים. איז ער אהינגעגאנגען און געפרעגט פון משיח ווען ער קומט, האט ער געענטפערט "היינט". דעם קומענדיגן טאג האט ער מיט אנטוישונג דערציילט פאר אליהו הנביא אז משיח האט אים אפגעפאטערט מיט א לינגט, "ער האט געזאגט אז 'היינט' און ער איז נישט געקומען". האט אליהו אים געזאגט, "איך וועל דיר ערקלערן וואס משיח האט דיר געזאגט: אין פסוק שטייט, 'היינט' אויב איר וועט צוהערן צו זיין שטימע - "היום, אם בקולו תשמעו" [9] - דאס הייסט אז אויב די אידן וועלן תשובה טון וועט ער באלד קומען, שוין היינט!"

דער בעש"ט האט אמאל געפרעגט דעם משיח וואס איז געווען אין זיין דור, "מתי קאתי מר, ווען קומט איר?" האט ער געענטפערט, "לכשיפוצו מעינותיך חוצה ויכולו לעשות יחודים כמותך", דאס הייסט ווען יעדער וועט תשובה טון צו זיין אויפן מדרגה פונעם בעש"ט[10].

כאטש אז משיח'ס קומען ווענדט זיך אין תשובה, איז אבער יא דא א צייט וואס משיח וועט זיכער נישט קומען שפעטער ווי דעמאלט. און טאמער די אידן וועלן נישט תשובה טון ביז דאן, וועט דער אייבערשטער ברענגען אויף זיי גרויסע צרות, "הקב"ה מעמיד עליהם מלך שגזירותיו קשות כהמן", ביז זיי וועלן זיין געצוואונגען תשובה צו טון.

לויטן תנא רבי אליעזר[11] וועלן די אידן נישט זיין געצווינגען צו תשובה, נאר משיח וועט קומען נאכדעם וואס זיי וועלן תשובה טון פון זייער אייגענעם ווילן, און אזוי זאגט אויך רב אין דער גמרא, "כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה". רבי יהושע זאגט אבער אז אפגעזען די מצב פונעם דור וועט ער קומען ווען עס וועט זיין די צייט און טאמער די אידן וועלן דעמאלטס זיין זינדיג וועט גאט זיי צווינגען צו תשובה. נאכן ברענגען פארשידענע פסוקים אלס באווייז אויף די ריכטיגקייט פון זייער שטעלונג, איז רבי אליעזר שטיל געבליבן און אויך מסכים געווען אז משיח וועט זיכער קומען אין די ריכטיגע צייט וויאזוי עס זאל נאר זיין. עס זענען דא וואס זאגן[12][13] אז ביידע האבן אין אנהויב אויך מסכים געווען אז משיח וועט נישט פארשפעטיגן צו קומען ווען ער דארף קומען, און אזוי אויך איז יעדער מודה אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע תשובה טון, די שאלה איז נאר געווען אויב די סוף וועט זיין אז די תשובה וועט זיין א פרייוויליגע תשובה, "ומל ה' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך לאהבה את ה'" [14], אדער וועט דאס זיין די געצווינגענע תשובה פון "בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקולו" [15].

בעתה און אחישנה

אין מער ספעציפישע טערמינען ווערט דער צייט פון ביאת המשיח צוטיילט אויף צוויי מעגליכקייטן, געבויט אויפן פסוק "אני ה' בעתה אחישנה" [16]. פון איין זייט שטייט אז ער וועט קומען "בעתה" אין דער באשטימטע צייט, און פון דער אנדערע זייט שטייט "אחישנה" שנעל און נאך פאר דער צייט. זאגן חז"ל[8] אז אויב איז מען זוכה קומט ער באלד נאך פאר דער צייט - אחישנה, אויב איז מען נישט זוכה דאן קומט ער אין דער באשטימטע צייט – בעתה.

פארשידענע זאכן וואס וועט פארקומען ביי די גאולה ווענדט אין וועלכן אויפן די גאולה וועט קומען. אויב וועט עס זיין אחישנה מיט זכותים, וועט נישט זיין קיין צרות און קיין חבלי משיח, און די אלע שוועריקייטן וואס שטייט אז עס וועט זיין פאר משיח'ס קומען, "בעיקבתא דמשיחא", וועט מען אויסלאזן און איבערהיפן, און עס וועט געשען גאר שנעל און גרינג. אויך דער צושטאנד פון משיח אליינס ווענדט זיך אין דעם, צו ער וועט זיך באווייזן אין א דעהויבענע צושטאנד רייטנדיג אויף די וואלקענעס, אדער ווי אן ארימאן רייטנדיג אויף אן אייזל.

עד שיכלו נשמות

נאך א זאך וואס שטייט אין חז"ל אז אין דעם ווענדט משיח'ס קומען, איז "עד שיכלו נשמות שבגוף", די הייסט אז מען ווארט ביז אלע אידישע נשמות וואס דארפן נאך געבוירן ווערן וועלן אראפקומען אויף דער וועלט. און אויך אלע נשמות פון די גרים וואס וועלן זיך מגייר זיין, ווייל איינמאל מען האלט ביי ימות המשיח איז שוין נישט שייך מער קיין גירות - "אין מקבלין גרים לימות המשיח", וויבאלד דעמאלט וועט שוין נישט זיין קיין בחירה (און די גאנצע תכלית פון א איד איז צו זוכה זיין צו עולם הבא דווקא דורך די אייגענע בחירה), דערפאר ווארט מען אויף יעדן איינעם אז קיינער זאל נישט בלייבן אויסגעשפילט.

אין תורת הקבלה און חסידות איז דער טעמע א טייל פון א גאר ברייטע ענין וואס איז מסביר די גאנצע ענין פון גלות און גאולה, טיילווייז איז דאס דער ענין פון "העלאת ניצוצין".

משיח אין יעדן דור

ספרים שרייבן אז אין יעדן דור געפונט זיך א מענטש וואס איז באשטימט צו זיין דער משיח וועלכער וועט זיך באלד באווייזן אויב מען וועט תשובה טון אז דער דור וועט זיין אין א מצב פון "אחישנה". חז"ל דערציילן[17] אז אין "תשעה באב", ממש אין די זעלבע צייט וואס דער בית המקדש האט געפלאקערט, איז משיח געבוירן געווארן, צו זיין גרייט צו קומען שוין באלד ביים אנהויב פונעם גלות.

די גמרא זאגט אז אויב וויל מען אנצייכענען אויף איינעם פון די פריערדיגע דורות וועלכער וואלט געווען דער משיח אויב עס וואלט דעמאלטס געווען די צייט, קען מען אנווייזן אויף דניאל, און דער משיח וועכער לעבט אין אונזער דור (אין צייט פון חז"ל), איז רבי יהודה הנשיא - "רבינו הקדוש", וועלכער האט פארמאגט די אייגנשאפטן פון משיח און איז געווען ראוי צו זיין דער משיח.

ווי אויך טרעפט מען אין מסכת סנהדרין אז דער אמורא רב נחמן האט מרמז געווען אויף זיך אליין אז ער איז דער ווארשיינליכער משיח. אויך דער אור החיים הקדוש האט אזוי מרמז געווען אויף זיך ווען ער שרייבט אין זיין ספר: "משיח ה' שמו חיים".

פיל מאל טרעפט מען אין ספרים אז גרויסע לייט האבן זיך באגעגנט מיטן משיח פון יענעם דור. ווי רבי יהושע בן לוי וועלכער האט געטראפן משיח ביי די טויערן פון שטאט (אדער רוים) נאכן געשיקט ווערן אהין דורך אליהו הנביא, דער בעש"ט וועלכער האט געפרעגט פון משיח "מתי קאתי מר", און נאך.

בר כוכבא

Postscript-viewer-blue.svg בר כוכבא

בר-כוכבא (אדער בן-כוזיבא) וועלכער האט אנגעפירט מיט אן אומאפהענגיגע מלוכה אין ביתר פאר צוויי און א האלב יאר, מיט אומגעפער צוויי און פופציג יאר נאכן חורבן בית המקדש, האט געהאט אנערקענונג פון טייל תנאים אז ער איז ראוי צו זיין דער "מלך המשיח". רבי עקיבא האט געזאגט אויף אים "דין מלכא משיחא" און האט געליינט אויף אים דער פסוק "דרך כוכב מיעקב".

דער רמב"ם שרייבט אויף אים אז ער האט געהאט אלע אייגנשאפטן וואס דער צוקונפטיגער מלך המשיח דארף האבן און איז געווען ראוי צו זיין דער משיח אויב וואלט מען זוכה געווען, נאר ביים ענדע האט זיך עס טראגיש אויסגעלאזט צוליב די זינד פונעם דור.

חבלי משיח

ביי די צייט פון "בעתה" וואס משיח וועט זיכער נישט קומען שפעטער ווי דעמאלט, שטייט אין חז"ל, אז טאמער די אידן וועלן נישט תשובה טון ביז דאן, וועט דער אייבערשטער ברענגען אויף זיי גאר גרויסע צרות - "הקב"ה מעמיד עליהם מלך שגזירותיו קשות כהמן", ביז זיי וועלן זיין געצוואונגען תשובה צו טון.

געוויסע אמוראים האבן געזאגט[18] "ייתי ולא אחמיניה", זאל ער קומען אבער איך זאל אים נישט זען, צוליב די אונגעהויערע צרות פון 'חבלי משיח' בעפאר זיין קומען. אן אנדערע אמורא האט אבער יא געזאגט, זאל זיין וואס זאל זיין דער עיקר איך זאל אים זען.

ביי די מלחמות פון נאפאליאן אנטקעגן רוסלאנד האט זיך אפגעשפילט אן אפשפיגלונג פון די אויבנדערמאנטע מיינונגס-פארשידענהייט. בעת וואס עטליכע צדיקים ווי דער רבי פון לובלין; דער קאזשניצער מגיד; רבי מענדל פון רימאנאוו; און נאך, האבן דאן געוואלט ברענגען משיח און האבן געדאוונט אז דער מלחמה זאל זיך אויסלאזן אלס מלחמת גוג ומגוג, מיט א נצחון פאר נאפאליאן, האבן אבער אנדערע, אריינגערעכנט דער בעל התניא מיטן ראפשיצער רב, מתפלל געווען דאס פארקערטע, אז די רוסן זאלן זיגן און משיח זאל נישט קומען אין יענעם מצב. זיי האבן געזאגט אז טאמער וויל מען אז ער זאל יעצט קומען וועט ער נישט האבן צו וועמען צו קומען ווייל עס וועט זיין אזעלכע גרויסע צרות, אז "עס וועט זיך גיסן אידיש בלוט ביז די קניען". עס איז באקאנט פארשידענע פעולות וואס דער ראפשיצער רב האט געטון צו שטערן די צדיקים פון זייער דאוונען.

משיח בן יוסף

אין תורת הקבלה איז ברייט פארשפרייט דער געדאנק אז פאר דעם וואס משיח בן דוד וועט ברענגען די ענדגילטיגע גאולה, וועט צוערשט קומען "משיח בן יוסף", אן אייניקל פון אפרים בן יוסף, און ער וועט זיין פארמישט אין שווערע שלאכטן מיט די ארומיגע פעלקער. דאן, אויב די אידן וועלן זיין זינדיג און נישט פארמאגן גענוג זכותים, וועט ער געהארגעט ווערן, לויט ווי טייל זאגן דורך ארמילוס, אדער ווי אנדערע זאגן דורך גוג ומגוג. דערנאך וועט זיך באווייזן "משיח בן דוד", ער וועט באזיגן אלע פעלקער און ראטעווען די מצב, און ער וועט מתפלל זיין אויף משיח בן יוסף און אים צוריקברענגען צום לעבן.

אין תורת החסידות

אין תורת החסידות ווערט דער געדאנק פון משיח בן יוסף גענוצט צו רעדן וועגן א טיפערן ענין וואס וועט פארקומען אין די יארן פאר משיח, "בעיקבתא דמשיחא". דאס הייסט אז דער מידה פון יוסף הצדיק ("משיח בן יוסף"), דער מידת היסוד - די אפגעהיטנקייט און הייליגקייט פון א איד, וועט דעמאלטס מיטמאכן ביטערע און שווערע מלחמות מיט די סטרא אחרא, און אויב די אידן וועלן זיך נישט שטארקן איבער די שווערע נסיונות פון עיקבתא דמשיחא, קען די דאזיגע מידת היסוד און צדקות ווי אפשטארבן פון דער וועלט. דאן וועט אויפשיינען די מידה פון דוד ("משיח בן דוד"), דער מידת המלכות - די אנערקענונג פון דער מענטשהייט אין די אייגענע נישטיקייט און אומבאהאלפנקייט, און אז אפגעזען פון דער מצב פונעם דור איז דער מלכות שמים שולט אויפן וועלט - "אין עוד מלבדו". און טאקע אט די געפאלנקייט און צובראכנקייט פון כלל ישראל - "נפלה ולא תוסיף קום - בתולת ישראל" [19], אז זיי האבן נישט קיין שום זכותים און זענען פולשטענדיג אנגעהאנגן בלויז אויף רחמי שמים, דאס וועט ברענגען די גאנצע און אייביגע גאולה פון "למעני למעני אעשה" [20], אזויווי עס שטייט: "נפלה, ולא תוסיף" - זי וועט מער קיינמאל נישט פאלן, "קום בתולת ישראל!"[21]

רעפערענצן

  1. השגת הראב"ד אויפן רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות פרק יא הלכה ג, געבויט אויפן חז"ל אין סנהדרין צג, ב אז ער וועט זיין א "מורח ודאין"
  2. רמב"ם הלכות תשובה פרק ט הלכה ב
  3. 3.0 3.1 רמב"ם הלכות מלכים ומלחמות פרק יא הלכה ד
  4. מהרש"א אין חידושי אגדות סנהדרין צח ע"ב
  5. מהר"ל אין אגדות חז"ל אויף מסכת סנהדרין צח ע"ב
  6. מלבי"ם דניאל יב, ד
  7. מהר"ל אין ספר נצח ישראל פרק מד און אויך פרק כז
  8. 8.0 8.1 סנהדרין צח, א
  9. תהלים צה, ז
  10. ספר דגל מחנה אפרים
  11. סנהדרין צז, ב
  12. מהרש"א, אין חידושי אגדות מסכת סנהדרין דף צז ע"ב
  13. מהר"ל אין אגדות חז"ל אויף די גמרא אין מסכת סנהדרין 'אמר רב כלו כל הקיצין'
  14. דברים ל, ו
  15. דברים ד, ל
  16. ישעיהו ס, כב
  17. מדרש איכה פרק א'
  18. סנהדרין צח, ב
  19. עמוס ה, ב
  20. ישעיהו מח, יא
  21. ווי חז"ל זענען מסביר דעם פסוק אין ברכות ד, ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!