רוי:רבי חיים בן עטר

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אור החיים הקדוש)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים בן עטר
געבורט ה'תנ"ו
טויט י"ד תמוז ה'תק"ג (אלט: 47 בערך)
מצבה פון הרב חיים בן עטר

הרב חיים בן-עטר (געבוירן ה'תנ"ו, סאלי, מאראקא - י"ד תמוז ה'תק"ג, ירושלים ארץ ישראל), גערופן דער אור החיים הקדוש נאך זיין באקאנטן ספר "אור החיים". באקאנט אלס גרויסער צדיק, חכם און מקובל, קודם אין מאראקא, און שפעטער אין ארץ ישראל וואו ער איז נפטר געווארן און וואו זיין קבר געפונט זיך אויפן הר הזיתים.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין ה'תנ"ו צו זיין פאטער הרב משה בן עטר זון הרב רבי חיים בן עטר (הראשון) אין סאלי, מאראקא.

זיין זיידע, וואס האט אויך געהייסן חיים, האט אים אויפגעצויגן, און ביי אים האט ער געלערנט און אויסגעוואקסן צו וואס ער איז צוגעקומען. ווי דער אוה"ח הק' שרייבט עס: "ביי מיין זיידן האב איך געזען אז אפי' אין די קורצע נעכט פון תמוז, איז ער אויפגעווען א האלבע נאכט צו קלאגן אויפן חורבן בית המקדש, ווי אן אלמנה קלאגט אויף איר מאן, און דערנאך האט מיין זיידע געלערנט מיט אונז די תורה הק'".

ער שרייבט אין זיין ספר איבער זיינע יונגע יארן וואס ער האט מיטגעליטן מיט אלע אידן די גזירות פון די רעגירונג פון גאר הויכע שטייערן, וואס ס'איז געווען נישט איבערצוטראגן. זיין שווער, א גרויסער עושר, האט מען פארכאפט אין תפיסה, ווי ער איז דארט אויך נפטר געווארן. דעם אוה"ח הק' אליינס האבן זיי אויך געזוכט צו ארעסטירן, מ'האט אים געכאפט נאר מיט אסאך השתדלות האט מען אים באוויזן ארויסצונעמען פון דארט. פארט אבער האט די רעגירונג קאנפיסקירט אלע פארמעגנס פון דער משפחה, איבערלאזנדיג דעם אוה"ח הק' בעירום ובחוסר כל. פון דארט איז ער געגאנגען פון איין מדינה צום צווייטן, מיטמאכנדיג אסאך, בעיקר פון הונגער.

אין יאר ה'תצ"ט איז ער מיט א צאל פון זיינע תלמידים ארויף קיין ארץ ישראל.

דער וועג האט ער געמאכט דורך איטאליע, ער האט מיטגענומען מיט זיך תלמידים, ווי ער איז געקומען האט מען איהם אויפגענומען מיט גרויס יראת הכבוד, ווען מען האט געהערט אז ער פארט קיין ארץ ישראל האט זיך פארזאמלט ארום איהם נאך תלמידים, אויסגעצייכנטע חכמים און בעל מקובלים. אין איטאליע האבן אסאך רייכע לייט און פארמעגליכע אידן איהם צוגעזאגט אז ווען ער וועט זיין אין ארץ ישראל מיט זיינע תלמידים און זיי וועלן דארט שטעלן א ישיבה וועט מען זיי שיקן געלט.

זיין חבורה אין איטאליע האט זיך געציילט דרייסיג נפשות מיט זייערע פאמיליעס; אין ר"ח אב אין יאר תק"א האבן זיי זיך געלאזט אין וועג פון ליווארנא קיין ארץ ישראל, אנקומענדיג קיין ירושלים האט דארט געהערשט א מגיפה זענען זיי געגאנגען קיין פקיעין ביז ט"ו אב שנת ה'תק"ב וואו זיי זענען געקומען צוריק קיין ירושלים. אין ירושלים האט ער אויפגעשטעלט צוויי ישיבות, איינס פאר לערנען פשוט די תורה און די צווייטע פאר לערנען סודות התורה און קבלה.

דער חיד"א ווערט פאררעכנט פון זיינע תלמידים.

ער איז געווען אין ירושלים עלף חדשים און איז דערנאך נפטר געווארן אין חודש תמוז שנת ה'תק"ג.

זיין יארצייט

עס זענען דא חילוקי דעות איבער ווען עס געפאלט זיין יארצייט. אין די וועלט איז אנגענומען אז זיין יארצייט איז ט"ו תמוז. ס'זענען דא אבער וואס זאגן, אז זיין יארצייט איז געווען מיט איין טאג פריער, י"ד תמוז.

די וואס זאגן אז זיין יארצייט איז י"ד תמוז צייכענען אן אויף א באקאנטע מעשה מיטן בעש"ט הק'. אז דער בעש"ט האט זיך געוואשן די הענט צו שלש סעודות און ער איז געווארן פאר'מח'ט און אויסגערופן מיט א קרעכטץ "כבה נר המערבי", און ער האט עס מסביר געווען פאר די תלמידים אז דער אוה"ח הק' איז יעצט נפטר געווארן און דער בעש"ט האט עס געשפירט, ווייל ס'איז דא סודות וכוונות אויף נטילת ידים וואס ס'איז נאר באקאנט פאר חד בדרא און יעצט האט ער עס באקומען, איז א סימן אז דער אוה"ח הק' איז נסתלק געווארן. און דאס מציאות איז, אז ט"ו תמוז קען נישט געפאלן אום שבת! מוז זיין אז די פטירה פון אוה"ח הק' איז געווען י"ד תמוז, נאר וויבאלד די לוויה איז געווען, ווי פארשטענדליך, ט"ו תמוז, האט זיך דער עולם צומישט מיטן טאג. און א טעות וואס דער עולם איז איינגעגעסן דערמיט טוט מען נישט טוישן.[1][2]

אבער אנדערע זענען אויפגעקומען אז ס'מוז בכלל נישט זיין קיין סתירה (די מעשה מיטן בעש"ט מיטן יום פטירתו ט"ו תמוז), ווייל דער זמן אין מעזשיבוזש - וואו דער בעש"ט האט זיך געפונען - איז אפגערוקט מיט אנדערט האלב שעה שפעטער פון דעם זמן אין ירושלים! לדוגמא יענעם יאר אליין, ט"ו תמוז ה' אלפים תק"ג לפ"ג, יום פטירתו פון אוה"ח הק' איז דער זמן השקיעה אין ירושלים געווען 6:53, און אין מעזשיבוזש 8:18! קען זיין אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, דער בעש"ט ווען ער האט זיך געוואשן צו שלש סעודות איז שוין געווען נאך דער פטירה פון אוה"ח הק' וואס איז געווען ט"ו תמוז, אבער ביים בעש"ט איז נאך געווען י"ד![3]

משיח השם

באור החיים הקדוש ב(פרשת ראה, ספר דברים טו, ז) על הפסוק: "כִּֽי־יִהְיֶה֩ בְךָ֨ אֶבְי֜וֹן מֵאַחַ֤ד אַחֶ֙יךָ֙ בְּאַחַ֣ד שְׁעָרֶ֔יךָ וגו'", שטייט להדיא: משיח השם שמו חיים.

זיין גרויסקייט

דער חיד"א ברענגט אין זיין ספר שם הגדולים אז אין מדינת פוילן איז געווארן אנגענומען דער אור החיים און מען לערנט אסאך זיינע ספרים, וויבאלד דער צדיק ר' ישראל בעל שם האט געזאגט גרויסע זאכן אויף זיין נשמה.

דער חיד"א שרייבט,[4] ווען איך בין געווען יונג האב איך געזעהן דער הייליגען מאן און חסיד ר' חיים בן עטר, ער האט געגרינדעט אין זיין ישיבה א חבורה וואס זאל לערנען א גאנצע נאכט פון מוצאי שבת קודש ביז צופרי, ער האט צוטיילט די נאכט אויף פיר טיילן און יעדע משמורה האט א אנדערע חבורה געלערנט משנה, גמרא, זוהר, הלכה, אלע לימודים האט ער מסדר געווען לויט הייליגע שמות און כוונות.

אויך שרייבט ער אויף אים אזוי: איך האב געזעהן הרב המופלא דער הייליגער חסיד, אז פאר פורים האט ער געפאסט דריי טעג אן קיין הפסקה, ער האט געפאסט סיי בייטאג און סיי ביינאכט, דאס איז לויטן אר"י אז עס ווערט פארעכנט ווי גלייך מען פאסט גאנצע פערציג טעג.[5]

דער קאמארנער רבי ברענגט אין זיין ספר נתיב מצוותיך אז די סיבה פאר וואס דער בעל שם טוב האט אזוי שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל, איז וויבאלד ער איז געווען א בחינה פון רוח פון משיח, און דער אור החיים איז געווען אין די בחינה פון נפש פון משיח, און אויב די ביידע טרעפן זיך וואלט נתעורר געווארן די נפש און רוח פון משיח, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.

הר' גרשון קיטוב'ער האט פארציילט פאר'ן אוה"ח הק', אז דער בעש"ט וויל ארויפקומען קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן מיט אים. האט אים דער אוה"ח הק' געזאגט, ער זאל פרעגן דעם בעש"ט אויב בשעת ווען ער גייט שפאצירן אין די עולמות העליונים צי זעהט ער אים אינגאנצן, די תשובה איז געווען ניין, דער בעש"ט זעט נאר זיינע פיס. האט דער אוה"ח הק' געזאגט, אויב אזוי איז א שאד ער זאל קומען, ער וועט עס סייווי נישט מאכן. וכך הווה, ווי עס איז באקאנט די מעשה.

זיינע חיבורים

ר' רבי חיים בן עטר האט געשריבן אסאך ספרים וואס איז אנגענומען איבעראל, צווישן זיינע חיבורים זענען:

אין זיין ספר פרי תואר קריגט ער זיך אסאך מיט דעם גאון דער פרי חדש. דער חיד"א שרייבט אז איינמאל איז ער געגאנגען מיט איהם אויפן קבר פון דעם פרי חדש, און דער אור החיים האט זיך געוויילט לאנג אויף זיין קבר, און ער האט באמערקט ווי "עבידי רבנן שלמא" די צוויי תלמידי חכמים האבן געמאכט שלום צווישן זיך.

ביי די חסידים זענען זיינע ספרים זייער אנגענומען, נאכמער ווי ביי די ספרדים.

רעפערענצן

  1. ענליך צו דעם געפינען מיר אין מס' ר"ה יח: תוס' ד"ה זה תשעה בתמוז, עיי"ש
  2. ספר אהלי יעקב (הוסיאטין)
  3. ספר לוח בעתו - בשם אלימלך שפירא-תל אביב
  4. אין ספר דבש לפי אות ת'
  5. ספר ככר לאדן דקכ"ד

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!