אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ספינקא (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט מיט מקור)
(פארברייטערט)
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 45: שורה 45:
*** [[רבי אביש הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מבית יצחק ספינקא וויליאמסבורג.
*** [[רבי אביש הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מבית יצחק ספינקא וויליאמסבורג.
*** [[רבי אייזיק הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא וויליאמסבורג.
*** [[רבי אייזיק הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא וויליאמסבורג.
*** [[רבי נטע הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא [[בארא פארק]].
*** [[רבי נטע הורוויץ]] שליט"א (געבוירן [[כ"ב אדר ב']] [[ה'תשי"ט]]){{הערה|נאמען=שריפט}}, אדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא [[בארא פארק]].
*** [[רבי נפתלי הורוויץ (וויליאמסבורג)|רבי נפתלי הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מקראלי וויליאמסבורג.
*** [[רבי נפתלי הורוויץ (וויליאמסבורג)|רבי נפתלי הורוויץ]] שליט"א, אדמו"ר מקראלי וויליאמסבורג.


שורה 66: שורה 66:
***** רבי ראובן צבי, אב"ד שומע תפילה [[ירושלים]].
***** רבי ראובן צבי, אב"ד שומע תפילה [[ירושלים]].
***** רבי משה מנחם, אב"ד סערעדנא [[בני ברק]].
***** רבי משה מנחם, אב"ד סערעדנא [[בני ברק]].
**** רבי ברוך כהנא (געבוירן ד' כסלו תרצ"ו){{הערה|נאמען=שריפט|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|69-58|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}}, אדמו"ר ספינקא [[אנטווערפן]].
**** רבי ברוך כהנא (געבוירן ד' כסלו תרצ"ו){{הערה|נאמען=שריפט|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|58-70|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}}, אדמו"ר ספינקא [[אנטווערפן]].
**** רבי אלטער כהנא (תרצ"ט - י"ח שבט תשס"ט), זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים.
**** רבי אלטער כהנא (תרצ"ט - י"ח שבט תשס"ט), זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים.
***** רבי צבי הירש כהנא, זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים (נפטר ט"ו שבט תשע"ה), אן איידעם פון [[רבי נפתלי האלבערשטאם (טשאקאווע)|נפתלי האלבערשטאם]] פון טשאקאווא.
***** רבי צבי הירש כהנא, זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים (נפטר ט"ו שבט תשע"ה), אן איידעם פון [[רבי נפתלי האלבערשטאם (טשאקאווע)|נפתלי האלבערשטאם]] פון טשאקאווא.
***** רבי יצחק אייזיק כהנא, אדמו"ר מזידיטשויב ירושלים.
***** רבי יצחק אייזיק כהנא, אדמו"ר מזידיטשויב ירושלים.
**** מרת רבקה לאה שטיין, ווייב פון [[רבי מרדכי שטיין]] פאלטיטשאנער רב.
**** מרת רבקה לאה שטיין, ווייב פון [[רבי מרדכי שטיין]] פאלטיטשאנער רב.
**** ר' משה נחמן כהנא, ר"מ ישיבת [[בעלזא]] [[בני ברק]].
**** ר' משה נחמן כהנא, ר"מ ישיבת [[בעלזא (חסידות)|בעלזא]] בני ברק.
**** ר' יצחק אייזיק כהנא, א אנגעזענער פוסק, פון די עלטסטע מורה הוראות אין די [[העדה החרדית]] ירושלים.
**** ר' יצחק אייזיק כהנא, א אנגעזענער פוסק, פון די עלטסטע מורה הוראות אין די [[העדה החרדית]] ירושלים.
נאך א ספינקא רבי איז רבי ברוך צבי רוטנר שליט"א (בן כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף, חתן הרה"ק רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים), וואס איז אדמו"ר מספינקא רמת שלמה.
נאך א ספינקא רבי איז רבי ברוך צבי רוטנר שליט"א (בן כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף, חתן הרה"ק רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים), וואס איז אדמו"ר מספינקא רמת שלמה.
שורה 133: שורה 133:


{{חסידישע הויפן|ספינקא{{!}}*}}
{{חסידישע הויפן|ספינקא{{!}}*}}
[[קאַטעגאָריע:זידיטשוב]]
[[קאַטעגאָריע:ספינקא]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:חסידות ספינקה]]
[[he:חסידות ספינקה]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:39, 5 אויגוסט 2024

דער "חקל יצחק" ביי דער לויה פון מנחת אלעזר

דער ספינקער הויף איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן אין שטעטל ספינקא אין מאראמאראשער קרייז אין די סיגוטע גלילות (אין ראמעניע, אמאל אין אונגארן).

ספינקא חסידות

דער ערשטער ספינקער רבי איז געווען רבי יוסף מאיר ווייס בעל אמרי יוסף, וואס איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויוו. אין ספינקא איז טאקע איינגעפירט זידיטשויווער הנהגות.

דערנאך האט איבערגענומען זיין זון דער "חקל יצחק", רבי יצחק אייזיק ווייס; ער איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג.

רבי נחמן כהנא, איידעם פונעם "אמרי יוסף", האט מחבר געווען א ספר "אורחות חיים". זיין זון, רבי צבי הירש כהנא, אן איידעם ביי רבי ברוך פון בריזדאוויטש (פון דער ראפשיצער דינאסטיע), איז געווען רב אין דער שטאט ספינקא. די נאציס האבן אים דערמארדעט ביים חורבן אייראפע אין חודש סיון תש"ד.

רבי צבי הירש'ס עלצטער זון, רבי נחמן כהנא, איז געבוירן געווארן אין תרס"ה. ער איז געווען דער איידעם פון זיין פעטער רבי יעקב ישראל וישורון רובין פון סוליצא. זיינע איידעמעס זענען רבי משה פון וואוידיסלאוו און רבי נפתלי פון מעליץ.

נאך א זון פון רבי צבי הירש איז געווען רבי מנחם מענדל, איידעם ביי רבי אברהם פון קערעסטיר. ער איז אומגעקומען אין כעלמנא מיט אלע זיינע קינדער.

נאך דער מלחמה האט דאס ספינקא חסידות זיך צעשפרייט צווישן אסאך רבי'ס איבער דער גאנצער וועלט—ארץ ישראל, אייראפע, און אמעריקע. אין וויליאמסבורג אליין איז דא עטליכע ספינקער רבי'ס.

צווישן די משפחה נעמען וואס רופן זיך ספינקער רבי זענען דא: ווייס, הורוויץ, כהנא, פאללאק - בערגסאז.

ווייס משפחה צווייג

  • רבי יוסף מאיר ווייס (בן שמואל צבי) ה'תקצ"ח - ו' אייר, ה'תרס"ט בעל מחבר ספר אמרי יוסף, האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט מרת פעריל, די אלמנה פון רבי יונתן בנימין פאלאק.
    • רבי יצחק אייזיק ווייס הי"ד (תרל"ה - תש"ד). בעל מחבר ספר חקל יצחק.
      • ר' ישראל חיים ווייס הי"ד, (נפ' תש"ד).
        • ר' יעקב יוסף ווייס (תרע"ב - י"ט ניסן תשמ"ח), איידעם בזיווג שני פון זיין פעטער רבי אביש הורוויץ פון קראלי; בעל מחבר ספר "שיח יעקב יוסף".
          • רבי אברהם אביש ווייס ז"ל (נפ' תשל"ב).
          • איידעם רבי משה שלמה אייכנשטיין אדמו"ר מזידטשוב פתח תקווה.
          • איידעם רבי ראובן הלפרין בן אדמו"ר מוואסלוי תל אביב.
          • רבי נפתלי צבי ווייס (געבוירן כ"ה אייר תש"ח)[1], ספינקער רבי.
          • רבי יצחק אייזיק ווייס ז"ל (נפ' תשמ"ד אין אן אויטא עקסידענט).
            • רבי מאיר אביש ווייס, אדמו"ר פון ספינקא רמת אהרן, בני ברק.
            • רבי אהרן ישראל חיים ווייס פון גני גד, בני ברק אדמו"ר מספינקא אמרי יוסף שיכון ה'.
            • רבי אברהם צבי שמחה ווייס מצפת אדמו"ר פון ספינקא צפת.
            • רבי נפתלי מנחם ווייס פון ירושלים.
            • איידעם רבי זושא טווערסקי.
            • איידעם רבי דוד וואסערמאן.
            • איידעם רבי שמעון ראזנפעלד, לעלוב קארלין.
          • ר' ישראל חיים ווייס (געבוירן ה' שבט תשט"ז)[1], ספינקער רבי בני ברק (דאנאלא גאס).
          • רבי מאיר אלעזר ווייס (געבוירן ט' שבט תשי"ח)[1], ספינקער רבי אין בארא פארק (18'טער עוועניו).

הורוויץ משפחה צווייג

כהנא משפחה צווייג

  • רבי נחמן כהנא ז"ל, איידעם פון אמרי יוסף, נפטר כ"ח תמוז ה'תרס"ד במרחץ ליפענא ומנו"כ אין סוואליאווע. בעל מחבר ספר "ארחות חיים".
    • רבי צבי הירש כהנא הי"ד, אדמו"ר ואב"ד ספינקא, געהרגעט געווארן דורך די נאציס על קידוש ה', אוישוויץ, סיון תש"ג.
      • רבי נחמן כהנא ז"ל (תרס"ה - י"ז תשרי תשל"ו), אדמו"ר ספינקא בני ברק.
        • רבי משה אליקים בריעה כהנא, אדמו"ר מספינקא-כהנא בני ברק.
        • רבי אשר ישעיהו כהנא ז"ל, אדמו"ר ספינקא קרית יואל.
        • רבי אלימלך כהנא ז"ל (י"ד אדר ב' ת"ש - י"ט תמוז ה'תשס"ב), ראש הכולל זידיטשויב בני ברק.
          • רבי אברהם כהנא שליט"א (בן ר' אלימלך), אדמו"ר מספינקא בית שמש.
        • רבי מנחם מענדל כהנא, אדמו"ר ספינקא אין לאנדאן.
        • רבי ברוך כהנא שליט"א, אדמו"ר קארלסבורג וויליאמסבורג.
      • רבי יוסף מאיר כהנא (ה'תר"ע - ח' שבט תשל"ח), אדמו"ר ספינקא ירושלים.
        • רבי מרדכי דוד כהנא (תר"צ - כ"ד תמוז תשע"א), אדמו"ר ספינקא ירושלים, איידעם ביי ר' משה מנחם הערשטיק.[2]
          • רבי אברהם יצחק כהנא אדמו"ר מספינקא ירושלים (געבוירן י"ב תשרי תשי"ד)[1], באקרוינט געווארן ביי דער לוויה דורך זיין פעטער רבי יהושע ראזנבערגער חבר הבד"ץ העדה החרדית ירושלים.
          • רבי שלמה שמואל כהנא, אדמו"ר מספינקא ירושלים, איידעם פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים פון ראחוב.
          • רבי אליעזר ליפא, ראש כולל ספינקא דרכי דוד.
          • רבי חיים יהודה, אב"ד ספינקא קאנאדע.
          • רבי ראובן צבי, אב"ד שומע תפילה ירושלים.
          • רבי משה מנחם, אב"ד סערעדנא בני ברק.
        • רבי ברוך כהנא (געבוירן ד' כסלו תרצ"ו)[1], אדמו"ר ספינקא אנטווערפן.
        • רבי אלטער כהנא (תרצ"ט - י"ח שבט תשס"ט), זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים.
          • רבי צבי הירש כהנא, זידיטשויב-ספינקער רבי ירושלים (נפטר ט"ו שבט תשע"ה), אן איידעם פון נפתלי האלבערשטאם פון טשאקאווא.
          • רבי יצחק אייזיק כהנא, אדמו"ר מזידיטשויב ירושלים.
        • מרת רבקה לאה שטיין, ווייב פון רבי מרדכי שטיין פאלטיטשאנער רב.
        • ר' משה נחמן כהנא, ר"מ ישיבת בעלזא בני ברק.
        • ר' יצחק אייזיק כהנא, א אנגעזענער פוסק, פון די עלטסטע מורה הוראות אין די העדה החרדית ירושלים.

נאך א ספינקא רבי איז רבי ברוך צבי רוטנר שליט"א (בן כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף, חתן הרה"ק רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים), וואס איז אדמו"ר מספינקא רמת שלמה.

(רבי מאיר אברהם אביש מבית יצחק ספינקא, איז אויך א איידעם ביי כקש"ת הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר שליט"א מברעזיף).

בערעגסאז

דער אמרי יוסף האט געהאט אן איידעם רבי אביגדור פאלאק, א זון פון רבי יונתן בנימין פאלאק, מגדולי תלמידי בעל ה"דברי חיים" פון צאנז, וועלכער האט זיך אויס געדריקט אויף רבי יונתן בנימין אז ער איז א קדוש וטהור.

אן אינטערעסאנטע זאך ווערט דערציילט אז רבי יונתן בנימין איז נסתלק געווארן יונגערהייט פון די הקפדה פון רבי אייזיק'ל קאמארנער, אן נעמענדיג זיך פאר כבוד רבו הדברי חיים מצאנז. די אינגע אלמנה איז געפארן קיין צאנז, דער דברי חיים האט איהר אן געווינטשן אז פעריל בת זיסל וועט באלד צו טרעפן א שידוך וואס זי וועט זיך נישט דארפן שעמען מיטן ערשטן מאן. וכך הוה, אין א קורצער צייט דערנאך איז געווארן דער שידוך מיט איר צווייטן מאן, דאס איז געווען דער הייליגער אמרי יוסף, וואס איז מיט א צייט פריער געווארן אן אלמן אין מונקאטש. די רביצין האט געברענגט מיט איר דעם זון רבי אביגדור, וועלכער איז געווען דעמאלטס א יתום פון פינף יאר אינגאנצן, און דער אמרי יוסף האט מיט געברענגט צוויי טעכטער צירל (אשת האורחות חיים) און מלכה. דערנאך (בשנת תרמ"ב) האבן אביגדור און מלכה חתונה געהאט, דאס הייסט אז דער אמרי יוסף האט גענומען דעם שטיף זון פאר אן איידעם, און די רביצין האט גענומען די שטיף טאכטער פאר א שנור. דער אמרי יוסף מיט דער רביצין האבן דערנאך געהאט אויכעט שותפות'דיגע קינדער, דער הייליגער חקל יצחק זי"ע הי"ד און א טאכטער אלטא חנה (בזו"ר אשת ר' אברהם יקר רובינשטיין נכד המהרש"ם מברעזאן ובזו"ש אשת מהרי"ם מקאמארנא).

רבי אביגדור איז געווען באוואוסט ווי א קדוש עליון און א מתמיד עצום, פערציג יאר האט ער זיך נישט אריין געלייגט אין א בעט, ביי די שפעטערדיגע שעות פון די נעכט פלעגט ער האלטן א פעקל שליסלען אין די הענט אין אזוי געזיצן און געלערנט, כדי טאמער וועט ער חלילה איין שלאפן וועלן די שליסלען אראפ פאלן וועט ער זיך אזוי באלד אויף וועקן. נאך דער הסתלקות פון אמרי יוסף איז ער געבליבן אין ספינקא, אבער פון רוב שפלות אין ענוות קדשו איז ער אנטלאפן פון יעדן כבוד וועלכער איז געווען פאר אים די גרעסטע גנאי, חסידים מיטן רבי'ן אליין - דער (יונגערער) ברודער (פון איין מאמע) דער חקל יצחק פלעגן אים נאך גיין מיטן גרעסטן כבוד, אבער ער איז אנטלאפן פון דעם ווי פון פייער, דער חקל יצחק פלעגט זיך אויס דריקן אז די משנה כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו איז ספעציעל אויף אים געשריבן געווארן. דער ספה"ק "אמרי יוסף" האט ער צוזאמען מיטן ברודער דעם חקל יצחק איבער געארבעט, ווי עס ווערט דערמאנט אין דער הקדמה. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סיגוט, דארט איז ער געווען דער שיינער איד אין די ספינקא קלויז, ספינקער חסידים אין סיגוט האבן אים אויס געהאלטן בדרך כבוד. ער האט נישט גערעדט קיין שום שיחת חולין נאר בלית ברירה פלעגט ארויס זאגן די ווערטער: נא,,, נו,,, וכדומה.

ואלה תולדותיו:

  • רבי שמואל צבי.
  • רבי חיים אברהם פון בערעגסאז וואס איז נסתלק געווארן על פני אביו און האט איבער געלאזט צוויי קינדער:
    • רבי יוסף מאיר הי"ד מבערגסאז (נפ' ד' אלול תש"א).
    • הרבנית אסתר לאה הי"ד.
  • רבי יונתן בנימין.

צו דער חתונה פון דעם אייניקל רבי יוסף מאיר (וואס איז געווען א יתום פון טאטע אין מאמע) וועלכער איז געווען אין בערגסאז איז דער גרויסע זיידע נישט געפארן היות בערגסאז איז געווען דעמאלטס אונטער די הערשאפט פון טשעכסלאוואקיע און סיגוט אין ראמעניא און אריבער צו גיין דעם גרעניץ האט מען געדארפט צום פאספארט מאכן א בילד האט ער ליבערשט מוחל געווען דאס באשיינען די חתונה און דער ברודער דער חקל יצחק זי"ע איז געווען עומד מצד נכד אחיו החתן. אזוי אויך ביי די חתונה פון זיין שוועסטער אסתר לאה מיט האדמו"ר רבי נפתלי צבי לאבין, האט דער חקל יצחק באשיינט בראש המסובים.

הגה"ק רבי אביגדור האט מאריך ימים געווען ביז י"ג שבט תרצ"ו לפ"ק, און מנוחתו כבוד אין סיגוט באוהל מיוחד לחלקו.

פון דער גאנצער גזע לבית ספינקא דורך דעם איידעם רבי אביגדור איז געבליבן לעבן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, נאר די קינדער פון האדמו"ר רבי יוסף מאיר פאלאק פין בערגסאז.

זיין רביצין הרבנית חנה האט חתונה געהאט נאך דער מלחמה מיט דעם בעלזער רב, און זי האט מיט געברענגט אירע צוויי יתומים: רבי אברהם אלטער און ביילא חיה.

רבי אברהם אלטער האט נאך חתונה געהאט בחייו פון זיין שטיף טאטע און איז במשך די יארן געווארן באוואוסט אלס פתח תקוה רבי, דארט האט ער אוועק געשטעלט א בית מדרש מיט מוסדות תורה וחסד אין דער שטאט פתח תקוה, ער איז נסתלק געווארן (על פני אמו די בעלזער רעבעצין), כ' אלול תשס"ו אין מנו"כ נעבן זיין שטיף טאטע אין הר המנוחות ירושת"ו.

הרבנית מרת ביילא חי' וועלכע איז שפעטער געווען די קוממיות'ער רביצין האט געהייראט רבי מנחם מענדל מענדלזאן, זי איז אויך נפטר געווארן על פני אמה יונגערהייט כ"א אב תשנ"א אין די טאג פון די יארצייט פון איר שטיף טאטע דער בעלזער רב און ליגט אויך במחיצתו.

קינדער פון רבי אברהם אלטער פאלאק פון בערגסאז פתח תקווה:

  • ר' יהושע, קאלבאסאווער רב אין ירושלים, נסתלק געווארן על פני אביו בצעירותו ח"י שבט תשס"ו.
  • ר' אהרן שליט"א (געבוירן כ"ג חשון ה'תשי"ח)[1] וועלכער איז היינט בערגסאזער רבי אין אלעד, אן איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה כהנא מספינקא.
  • ר' יוסף מאיר, בערעגסאזער רבי אין בית שמש.
  • ר' מרדכי, פראוועט אין דעם טאטנס ביהמ"ד אין פתח תקווה.
  • ר' שלום פון בערגסאז ירושלים.
  • ר' יואל.
  • ר' משה.
  • ר' יחזקאל.

און פיר איידעמער:

ר' דוד טווערסקי רב ק"ק ראחמסטריווקא אין ירושת"ו.

ר' ישעי' צבי (הירש) בריעף רב פון בימ"ד יערוסלב אין וויליאמסבורג.

ר' בערצי לייפער רב פון נדבורנה פתח תקווה.

ר' ישראל לייפער רב פון בערגסאז אין אלעד.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 1.6 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 58-70
  2. פטירה פון אדמו"ר מספינקא ירושלים

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!