רוי:רבי יוסף מאיר הורוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יוסף מאיר הורוויץ (געבוירן י"ז תמוז תשכ"ח) איז דער יעצטיגער רבי פון "בית שמואל צבי" ספינקא.

ער איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג אלס דער עלטסטער זון פון רבי בעריש ספינקער און האט געלערנט אין ספינקער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג[1]. ער האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשניפער רבי פון רחובות.

אין דעם הויף פון זיין זיידן און אונטער זיין אויפזיכט איז ער געשטיגן בתורה ועבודה.

ווילאנג זיין טאטע האט געלעבט איז ער געווען דער ראש הכולל אין ספינקא און א בוחן אין תלמוד תורה.

ביי דער לויה פון זיין פאטער האט אים זיין פעטער ר' בעריש מייזליש געקרוינט אלס ממשיך השלשלת.

קינדער

  • הרב יואל, האט געהייראט מרת דבורה מרים, א טאכטער פון איר עלטער-פעטער סאסאווער רבי.
  • מרת ליפשא, ווייב פון הרב יוחנן האגער, זון פון רבי יעקב יוסף האגער, וויזשניצער רבי פון בארא פארק.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 75
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!