אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אקדמות"

233 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 5 חדשים
אין תקציר עריכה
שורה 188: שורה 188:
מען האט אויסגעוועלט רבי מאיר ש"ץ צו גיין צו די עשרת השבטים, לצורך פיקוח נפש איז ער אריבער דעם סמבטיון אום שבת – ווען עס רוט. ביי די עשרת השבטים האט דער בית דין געוואלט אים פארשטיינערן פאר'ן מחלל שבת זיין, אבער נאכדעם וואס זיי האבן געזען דעם בריוו פון די קהילה האבן זיי פארשטאנען אז עס איז געווען פיקוח נפש.
מען האט אויסגעוועלט רבי מאיר ש"ץ צו גיין צו די עשרת השבטים, לצורך פיקוח נפש איז ער אריבער דעם סמבטיון אום שבת – ווען עס רוט. ביי די עשרת השבטים האט דער בית דין געוואלט אים פארשטיינערן פאר'ן מחלל שבת זיין, אבער נאכדעם וואס זיי האבן געזען דעם בריוו פון די קהילה האבן זיי פארשטאנען אז עס איז געווען פיקוח נפש.


די עשרת השבטים האבן געווארפן א גורל ווער עס זאל גיין העלפן די אידן אין אשכנז. האבן געשיקט זיך צו פארמעסטן מיטן גלח א קליינטשיגן הינקעדיגן אידל מיטן נאמען דן. ער איז אויך אריבער דעם סמבטיון שבת, ווייל עס איז געווען פיקוח נפש. רבי מאיר איז געבליבן אריבער דעם טייך, ווייל זיין צוריקקער איז נישט געווען פיקוח נפש. ער האט אויך נישט געקענט שיקן א גט פאר זיין ווייב, ווייל דאס האט נישט געדריקט שבת, און זיין ווייב איז געבליבן אן עגונה.
די עשרת השבטים האבן געווארפן א גורל ווער עס זאל גיין העלפן די אידן אין אשכנז. דער גורל איז געפאלן אויף אן אלטן, קליינעם, הינקעדיגן אידל מיטן נאמען דן. ער איז אויך אריבער דעם סמבטיון שבת, ווייל עס איז געווען פיקוח נפש. רבי מאיר איז געבליבן אריבער דעם טייך, ווייל זיין צוריקקער איז נישט געווען פיקוח נפש. ער האט אויך נישט געקענט שיקן א גט פאר זיין ווייב, ווייל דאס האט נישט געדריקט שבת, און זיין ווייב איז געבליבן אן עגונה.


דער אידל דן האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט קעגן דעם גלח, און ער האט באוויזן זיך צו שטארקן אויף זיין כישוף. מיט כוחות הקדושה האט ער דעם גלח פארברענט און צעמאלן, און זיין אש איז געפלויגן צום מדבר. אזוי ארום זענען די אידן געראטעוועט געווארן.
דער אידל דן האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט קעגן דעם גלח, און ער האט באוויזן זיך צו שטארקן אויף זיין כישוף. מיט כוחות הקדושה און מיט הילף פון "שמות הקדושים" האט ער דעם גלח פארברענט און צעמאלן, און זיין אש איז געפלויגן צום מדבר. אזוי ארום זענען די אידן געראטעוועט געווארן.


דער קומענדיגער טאג איז געווען ערב שבועות, און דער אידל, ר' דן, האט ארויסגענומען דעם נוסח האקדמות וואס רבי מאיר האט אים מיטגעשיקט אז מ'זאל עס זאגן אין זיין אנדענק. ער האט צוגעלייגט אז מ'זאל עס זאגן נאכ'ן פסוק "במדבר סיני" אלס זכר צום נס וואס דעם גלח'ס איבערבלייבענישן זענען פארפלויגן צום מדבר.
דער קומענדיגער טאג איז געווען ערב שבועות, און דער אידל דן האט דערציילט דער קהילה אז ביי זיין וועג צו דעם שיף, האט רבי מאיר אים באגלייט און פארגעזונגען א זמר וואס ער האט יעצט פארפאסט, און אים געבעטן אז דער זמר זאל געזאגט ווערן יעדעס יאר שבועות, כדי מען זאל אים געדענקען. ער האט צוגעלייגט אז מ'זאל עס זאגן נאכ'ן פסוק "במדבר סיני" אלס זכר צום נס וואס דעם גלח'ס איבערבלייבענישן זענען פארפלויגן צום מדבר.


===אנדערע ווערסיעס===
===אנדערע ווערסיעס===