שמועס:אקדמות

פון המכלול
לעצטע תגובה: דאנערשטיק 21:26 פון צמא לדעת אין די טעמע "אבילי ציון"
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

איבערגיין

אקטיווע מכלולאים‏ איך בין מער ווינציגער פערטיג מיטן ברענגען די חומר, יעצט דארף מען עס מגיה זיין, צולייגן און אראפנעמען, אויסברייטערן און פארקורצן כפי הצורך. רושם רשימות (שמועס) 00:09, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מ'גייט פרובירן, אבער די שאנסן אז פאר שבועות זענען שמאל. שווערמער (שמועס) 01:32, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אקעי, וויפיל מ'קען איז הכל ריוח.
אפשר אריינרוקן אין רוי געביט, אז ס'זאל כאטש זיין אינדרויסן. רושם רשימות (שמועס) 03:59, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס זענען די {{להעתיק}}ס? —תנא קמא 📖 💬 04:54, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
מען דארף מעתיק זיין אין קורצן די נוסחאות פון די מעשה, פון די אנגעגעבענע מקורות. רושם רשימות (שמועס) 13:40, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דאס איז צמא לדעת'ס דעפארטמענט (איך ווייס נישט וואס זיין מינימום איז), אבער דאס אז אונז ארבעטן דערויף שבועות צייט איז אויך א זאך. שווערמער (שמועס) 18:35, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דרעפטס וועלכע ערזעצן רוי ארטיקלען, און זיי זענען בעצם גרייט מצד דעם שרייבער, און זיי זענען לכה"פ אויף די מדריגה (און אנטהאלטן אלע ניצליכע אינפארמאציע) פון דער רוי ארטיקל, קענען זאפארט ווערן אריבערגעפירט. פון א שנעלע בליק קוקט אויס ווי דער דרעפט קומט שוין ברייט נאך די פאדערונגען. כ'וועל עס גערן אריבערפירן ווען כ'קום אן דערצו, אבער לויט ווי זאכן גייען לעצטנס וועט מען מיר מסתמא אויסכאפן... — צמא לדעתשמועס • כ"ט אייר ה'תשפ"ד 20:21, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'האב אראפגענומען אלע אומפארענדיגטע חלקים, און איך מיין עס גרייט אריינצופירן אין רוי.
ס'איז ממש א שאד ס'זאל נישט ארויפקומען אויף די הויפט בלאט ביי די שבועות לינקס. רושם רשימות (שמועס) 04:52, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אריבערגעפירט צו רוי דערווייל, א דאנק פאר די געוואלדיגע ארבעט! — צמא לדעתשמועס • ד' סיון ה'תשפ"ד 07:55, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
שוין גרינגער צו געבן א קליינע הגהה און רוקן צו הויפט, ווייל וואס דא האט זיך אפגעקאכט איז אומגלויבליך!. און איך מיין עס ערנסט, מ'קען עס נאך מאכן פאר יו"ט. שווערמער (שמועס) 18:45, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

טייטש

אקטיווע מכלולאים‏, וואס האלט איר איבער אריינלייגן דעם פיוט מיט אידיש-טייטש (לכאורה אנשטאט די טעקסט אין {{חלונית}}) אין א באזונדערע אפטיילונג, א שטייגער ווי אין ברוך שאמר#טעקסט און איבערזעצונג?

ביישפילן פון אויסשטעלן וואס מ'קען אפשר ניצן זעט אין די פאלגנדע רעדאגירונגען, פון דעם אינטערשייד און ווייטער. עברי אנכי (שמועס) 19:10, 9 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

נאך א מהלך קען זיין צו לאזן דעם חלונית, און דארט שטעלן דעם טייטש זייט ביי זייט מיט יעדע האלבע שורה (יעדע פערטל בית), אויפ'ן שטייגער ווי מען לערנט עס אין די חדרים. — צמא לדעתשמועס • ד' סיון ה'תשפ"ד 08:01, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אפשר קען מען לייגן א שורה'לע אין קליין, אונטער יעדע שורה.
א שטייגער ווי תפילה בכוונה סידור. רושם רשימות (שמועס) 22:01, 14 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'האב פארגעסן צו צולייגן די צד אויף נישט, (קרעדיט: @רושם). אין #דרויסנדע לינק איז שוין צוגעלינקט א רייע טייטשן פון פארשידענע סארט, איז אפשר נישט נויטיג צו אריינלייגן די טייטש אין ארטיקל גופא. עברי אנכי (שמועס) 22:04, 14 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אויסשטל

@ספריאל @רושם רשימות איך מיין מען זאל איבערשרייבן די פאלגנדע צוויי קאפיטלען :"די געשיכטע" און "אנדערע ווערסיעס" בערך אזוי:
מאכן איין קאפטיל, ווי די מעשה ווערט דערציילט (נישט אנגעבליך-ציטירט) מיט אלע באדייטענע פרטים, און דארט ווי עס קומט אריין, אדער צום סוף, אויסרעכענען אלע חילוקים צווישן די ווערסיע און ענדיגן מיט די נאטיץ איבער די אנדערע מקורות. זע חנה בת מתתיהו#די געשיכטע פאר וואס איך מיין שווערמער (שמועס) 18:49, 18 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אדרבא, ס'איז א גוטער מהלך.
די פראבלעם איז נאר מ'שארף יעצט דורכליינען בעיון אלע ווערסיעס, און ארויסנעמען די דיפערענצן פון יעדן באזונדער. אפשר @ספריאל קען עס אויספירן. רושם רשימות (שמועס) 19:26, 18 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
גערעכט. כ'האב אביסל אנגעהויבן, אבער אנדערע מכלולאים האבן עס ארומגעטוישט. כ'האב עס געלאזט אזוי ווייל כ'ווייס נישט צו זיי האבן עס געטוישט מחמת ידיעה אדער מחמת חסרון ידיעה. ספריאל (שמועס) 21:52, 18 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויב מיינסטו מיר איז עס ווארשיינליך מחמת חסרון ידיעה... —תנא קמא 📖 💬 00:14, 19 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ח"ו, קיינעם פערזענליך... כ'זאג נאר אזוי ארום און ארום. ספריאל (שמועס) 04:48, 20 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

פירט אדער פיררא?

אינעם ארטיקל שטייט (2 מאל, געראדע) אז די מעשה איז געדרוקט געווארן אין פירט (=פיורדא, דייטשלאנד) ה'תנ"ד, בשעת אינעם בילד און אינעם קעפל שטייט פיררא (לכאורה פירארא, איטאליע). עס איז מעגליך אז אנשטאט פיררא דארף שטיין פירדא (=פיורדא=פירט) - אויב אזוי דארף מען פאררעכטן דעם קעפל. אויב נישט, דארף מען פאררעכטן אינעם ארטיקל (אין ביידע פלעצער) פירארא אנשטאט פירט. א דאנק, י'הושע (שמועס) 23:10, 19 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

איך האב עס נאכגעקוקט, עס איז פירט. עס שטייט דארט "פירדא". איך האב עס באשטעטיגט דורכ'ן קוקן אויף אנדערע ווערק געדרוקט דורך די דרוקער. נ"ב: פערארא. שווערמער (שמועס) 00:40, 20 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

"אבילי ציון"

רושם רשימות, יעצט נאכ'ן סוף-סוף איבערבליקן דעם ווערק קען איך דיר געבן דעם פארדינטן קאמפלימענט. באמת געוואלדיג!

וואלט איר געקענט טרעפן די מקורות בנוגע "רבינו מאיר בן יצחק מאבילי ציון"? אין ערוגת הבשם אויפ'ן ארט צוגעצייכנט זע איך עס נישט, מסתמא א ט"ס. וחוץ מזה, דארף מען א מקור וואס זאל דערפון אויפדרינגען זיין אפשטאם אדער וואוינארט - אבלי ציון האבן זיך געקענט מאכן אין אנדערע לענדער אויך. — צמא לדעתשמועס • כ"ז סיון ה'תשפ"ד 21:16, 3 יולי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

דאכט זיך אז דאס ווערט געברענגט אין אוצר הגדולים, מראה מקום אני לך. ספריאל (שמועס) 20:55, 4 יולי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
יא, צוגעלייגט בפנים. א דאנק! — צמא לדעתשמועס • כ"ח סיון ה'תשפ"ד 21:26, 4 יולי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]