אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת משפטים"
ק (הגהה) |
ק (הגהה) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 60: | שורה 60: | ||
*[[זחג יאר]] - [[א' אדר א']] | *[[זחג יאר]] - [[א' אדר א']] | ||
== | ==הפטורה== | ||
די [[הפטורה]] פון פרשת משפטים איז אין [[ספר ירמיהו]], פון {{תנ"ך|ירמיהו|לד|ח|אן=ספר|לאנג=יא}}, וואו [[ירמיה הנביא]] דערמאנט די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט איינגעהאלטן. די תימנים ענדיגן סוף {{תנ"ך|ירמיהו|לה|יט|אן=ספר|לאנג=יא}}{{הערה|{{שיתופתא|1=Mishneh_Torah,_The_Order_of_Prayer/5?selectedunittext=3|2=רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'}}.}}, די אשכנזים און ספרדים ליינען ביז {{תנ"ך|ירמיהו|לד|כ|לאנג=יא|אן=ספר}}, און כדי צו צוענדיגן מיט א גוטע זאך גייט מען צוריק, צולייגנדיג די לעצטע פסוקים פון {{תנ"ך|ירמיהו|לג|כה|כו|לאנג=יא|אן=ספר}}{{הערה|[[אבודרהם]] {{שיתופתא|Abudarham,_Hebrew_Calendar,_Order_of_Parashiot_and_Haftarot/19|סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות}}.}}, א זאך וואס טייל פוסקים האלטן איז נישט אויסגעהאלטן, צוליב וואס מען טאר נישט ליינען צוריקצואוועגס{{הערה|לויט {{בבלי|יומא|ע|א}}; זעט אין די נושאי כלים אויף {{שלחן ערוך|אורח חיים|קמד|א}}; {{משנה ברורה|קמד|ט}}; [[רבי שמואל שטראשון|רש"ש]] {{שיתופתא|Rashash_on_Yoma/70a|יומא עא.}} ברענגט אז אזוי איז די מנהג למעשה.}}. [[רבי חיים קאניעווסקי]] שרייבט{{הערה|{{היברובוקס|2=טעמא דקרא|3=49911|page=73|עמ=עג|לינק טעקסט=סוף פרשת משפטים}}, און ברענגט אזוי פון {{היברובוקס|2=שערי אפרים|3=34320|page=273|לינק טעקסט=שער ט', סימן כ"ח}}.}}, אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען חושש זיין דערצו און נישט צוריקגיין. ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] ליינט מען {{תנ"ך|ישעיהו|נו|א|לאנג=יא}} - {{תנ"ך|ישעיהו|נז|י|לאנג=יא|אן=ספר}}. | |||
למעשה ליינט מען גאנץ זעלטן די הפטורה פון משפטים (ארום 23.8% יארן, אין די קביעות [[השא יאר|השא]], [[השג יאר|השג]], [[החא יאר|החא]], [[בשז יאר|בשז]] און [[גכז יאר|גכז]]), וויבאלד אין א מערהייט פון יארן (ארום 59.8% פון אלע יארן) - [[שנים פשוטות]], ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר [[ראש חודש]] [[אדר]], און דאן ליינט מען די הפטורה פון [[ארבע פרשיות#שבת שקלים|שבת שקלים]]. אין עיבור יארן געפאלט פרשת משפטים אום שבת ראש חודש אדר, אדער שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון [[שבת ראש חודש]] אדער "מחר חודש". | |||
אין "ספר השלחן"{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר השולחן|3=16251|page=75|לינק טעקסט=הלכות תפילה שער ו}}.}} (תלמיד פונעם [[רשב"א]]) שטייט, אז לויט דער מנהג פון צעטיילן מפשטים אין צוויי, ליינט מען די הפטורה נאך "אם כסף" אין {{תנ"ך|ירמיהו|לא|ל|לט|לאנג=יא}}, און מען לייגט צו {{תנ"ך|ירמיהו|לג|י|טז|לאנג=יא|אן=ספר}}. | |||
==דרויסנדע לינקס== | ==דרויסנדע לינקס== | ||
{{מיזמים|ויקיטקסט=פרשת משפטים}} | {{מיזמים|ויקיטקסט=פרשת משפטים}} | ||
{{קישורי פרשה|בית חב"ד=475324|ישיבה=31|בינינו=7168|אתר פרשת השבוע=2011/01/mishpatim}} | {{קישורי פרשה|בית חב"ד=475324|ישיבה=31|בינינו=7168|אתר פרשת השבוע=2011/01/mishpatim}} | ||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== | ||
| שורה 80: | שורה 79: | ||
{{פרשיות השבוע}} | {{פרשיות השבוע}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר שמות|משפטים]] | [[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר שמות|משפטים]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:דיני ממונות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פרשת משפטים|*]] | [[קאַטעגאָריע:פרשת משפטים|*]] | ||
[[he:פרשת משפטים]] | [[he:פרשת משפטים]] | ||
{{קרד}} | {{קרד}} | ||
רעוויזיע פון 00:04, 30 יאנואר 2024
פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע סדרה פון ספר שמות, און די אכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"א, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ"ד, פסוק י"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 118 פסוקים, און 33 פרשיות - זעקס פתוחות און 27 סתומות.
אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר. א מערהייט פון די פשוט'ע יארן (אויסער אין השא יאר) געפאלט דאס א שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דאן ליינט מען מפטיר די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.
ביי די ספרדים איז געווען איינגעפירט אין טייל עיבור יארן (השג און החא יארן) צו צעטיילן משפטים אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה" (כב, כד)[א], און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניזיע ביז שפעטערע יארן[9].
פרשה אינהאלט
נאך די מעמד הר סיני, וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[10]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד:
- דיני עבד עברי און אמה עבריה.
- הארגענען אדער שעדיגן א צווייטן.
- זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט (ארבעה אבות נזיקין): זיין אקס אדער גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט.
- דיני גנב, גזלן, און דער דין פון הבא במחתרת.
- דיני שומרים.
- דער דין פון א מפתה.
- איסור צו פייניגן אן אלמנה און יתום, און פאפן א גר.
- דיני הלוואה - איסור ריבית און די מצוה צוריקצוגעבן א משכון.
- איסור צו פארדרייען א משפט, עדות שקר און נעמען שוחד.
- מצווה פון השבת אבדה און פריקה וטעינה.
אזוי אויך אפאר אנדערע מצוות:
- בכור פון א טהור'ע בהמה, איסור טריפה און איסור בשר בחלב.
- מצוות שבת, שמיטה און די שלוש רגלים.
- אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין ארץ ישראל - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די עבודה זרה פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד.
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[11], ווערט געבינדן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער, דערנאך בויט משה א מזבח צופיסנס פון בארג סיני, און איז מקריב קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, דערנאך גייט ער ארויף צום בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[12] איז פארהאן 53 מצוות אין דער פרשה:
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זיבן אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - כ"ד שבט
- הכז יאר - כ"ה שבט
- החא יאר - כ"ו שבט
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ"ז שבט
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר און זשה יאר - כ"ט שבט
- זחא יאר - א' אדר
- זחג יאר - א' אדר א'
הפטורה
די הפטורה פון פרשת משפטים איז אין ספר ירמיהו, פון קאַפּיטל ל"ד, פסוק ח', וואו ירמיה הנביא דערמאנט די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט איינגעהאלטן. די תימנים ענדיגן סוף קאַפּיטל ל"ה, פסוק י"ט[13], די אשכנזים און ספרדים ליינען ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק כ', און כדי צו צוענדיגן מיט א גוטע זאך גייט מען צוריק, צולייגנדיג די לעצטע פסוקים פון קאַפּיטל ל"ג, פסוקים כ"ה–כ"ו[14], א זאך וואס טייל פוסקים האלטן איז נישט אויסגעהאלטן, צוליב וואס מען טאר נישט ליינען צוריקצואוועגס[15]. רבי חיים קאניעווסקי שרייבט[16], אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען חושש זיין דערצו און נישט צוריקגיין. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ו, פסוק א' - קאַפּיטל נ"ז, פסוק י'.
למעשה ליינט מען גאנץ זעלטן די הפטורה פון משפטים (ארום 23.8% יארן, אין די קביעות השא, השג, החא, בשז און גכז), וויבאלד אין א מערהייט פון יארן (ארום 59.8% פון אלע יארן) - שנים פשוטות, ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים. אין עיבור יארן געפאלט פרשת משפטים אום שבת ראש חודש אדר, אדער שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער "מחר חודש".
אין "ספר השלחן"[17] (תלמיד פונעם רשב"א) שטייט, אז לויט דער מנהג פון צעטיילן מפשטים אין צוויי, ליינט מען די הפטורה נאך "אם כסף" אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ל"א, פסוקים ל'–ל"ט, און מען לייגט צו קאַפּיטל ל"ג, פסוקים י'–ט"ז.
דרויסנדע לינקס
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ ישיבה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט
פרשת משפטים, אויף שיתופתא
פרשת משפטים, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל - פרשת משפטים - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.
פארברייטערונג
- שיעורים אויף פרשת משפטים אויף קול הלשון
- פרשת משפטים, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת משפטים, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת משפטים, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת משפטים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת משפטים אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת משפטים – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
נאטיצן
- ↑ דער מנהג ווערט געברענגט דורך די ראשונים אין די ספרדי'שע פלעצער, לויט'ן כלל פון "סגיר ופסח" - אז פרשת "מצורע" ("סגיר" אויף אראמיש) ווערט געליינט די שבת פאר "פסח", און אין יארן וואס ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג (השג און החא יארן), פעלט אויס נאך א קריאה בעפאר פסח אז מצורע זאל געפאלן אין איינקלאנג מיט'ן כלל. דער ראב"ח שרייבט דעם מנהג אין ספר העבור[1] וועלכע שלאגט פאר צו צעטיילן וירא, משפטים, אדער כי תשא (ווי טייל יוצאי ליביע פירן זיך). אויך אין ספר האשכול ווערט דערמאנט אז טייל נעמען אן דער כלל פון סגיר ופסח[2]. אויך דער מאירי שרייבט דער מנהג צו צעטיילן כי תשא[3], און עס ווערט אויך דערמאנט אין ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל[4], און אין אבודרהם[5]. דער ספר החינוך צעטיילט אויך די מצוות אין מפשטים פאר צוויי פרשיות.
אין מחזור ויטרי[6] און נאך פיל ראשונים איז אבער דער כלל "פקיד ופסח", אז מען ליינט פרשת צו (פקיד) בעפאר פסח, גילטיג סיי אין א פשוט יאר און סיי אין אן עיבור יאר. עס ווערט אבער אויך געברענגט אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[7] פאר אן עיבור יאר איז "סגיר ופסח" (מצורע), און פאר השג און החא יארן - "פטיר ופסח" (אדער "אוחר ופסח") - פרשת אחרי, און די מנהג ווערט גע'פסק'נט אין טור און מחבר אין שלחן ערוך[8].
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, לוח תיקון הסדרים הנקראים בשבתות בכל שנה.
- ↑ ספר האשכול, אלבעק, דף ס"ה ע"א.
- ↑ קרית ספר חלק א', עמ' פג-פד.
- ↑ הל' קריאת ספר תורה סי' ס"ג.
- ↑ סדר הפשריות וההפטרות - פ"ב.
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, תכח, סעיף ד.
- ↑ זעט מרדכי סיטבון, אברהם הטל, "ממנהגי יהדות תוניסיה", אויף "דעת".
- ↑ אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער אין מכילתא דרבי ישמעאל, איז פארהאן א מחלוקת דערוועגן, און רבי יהודה לערנט אז די פרשה איז שוין געזאגט געווארן אין מרה. אזוי אויך זענען דא[אויסקלארונג פארלאנגט] וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
- ↑ אזוי לויט די סדר הפסוקים, און לויט טייל מפרשים, ווי דער אבן עזרא און רמב"ן כד, א; אבער אין רש"י (דארט, און רש"י, יט, יא) שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
- ↑ ספר החינוך, מצוות מב–צד.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ לויט יומא ע, א; זעט אין די נושאי כלים אויף שולחן ערוך, אורח חיים, קמד, סעיף א; משנה ברורה, סימן קמ"ד, סעיף קטן ט'; רש"ש יומא עא. ברענגט אז אזוי איז די מנהג למעשה.
- ↑ טעמא דקרא, סוף פרשת משפטים, עמ' עג, און ברענגט אזוי פון שערי אפרים, שער ט', סימן כ"ח.
- ↑ ספר השולחן, הלכות תפילה שער ו.
| פרשיות | ||
|---|---|---|
| ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
| ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
| ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
| ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
| ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה | |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער