רוי:איד

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:יהודים)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

איד (אויך ייד אדער יוד); ביי א פרוי אידענע (אויך יידענע אדער יודענע), איז א מענטש וואס געהערט צום יידישן פאָלק.

דאס אידישע פאלק

אידן זענען מענטשן וואָס ווערן אַריין געבוירן אין דעם קליינעם אבער גאר וויכטיגן אידישן פאָלק, אָדער זענען זיך מגייר, אָנצונמען דעם אידישן גלויבן, און זענען אויטאַמאַטיש די וואָס זענען אויסדערוועלט ביים באַשעפער פון דער וועלט אלס זיין הייליג פאלק אידן, און זענען פאַרפליכטעט מיט תורה און אירע תרי"ג מצוות.

איבער 165 מאל ווערט אין דער תורה דערמאנט אז גאט איז דער גאט פון אידן - אין צוגאב צו פילע מאל וואס ער ווערט דערמאנט אלס דער גאט פון יעקב, אדער די גאט פון דיינע עלעטערן.

הֵן לַי-הוָה אֱלֹקֶיךָ, הַשָּׁמַיִם וּשְׁמֵי הַשָּׁמָיִם, הָאָרֶץ, וְכָל-אֲשֶׁר-בָּהּ. רַק בַּאֲבֹתֶיךָ חָשַׁק יְ-הוָה, לְאַהֲבָה אוֹתָם; וַיִּבְחַר בְּזַרְעָם אַחֲרֵיהֶם, בָּכֶם מִכָּל-הָעַמִּים--כַּיּוֹם הַזֶּה (דברים י')

לויט די פסוקים ערקלערט גאט, אז פון צווישן אלע גרויסע אנטוויקלונגען פון באשעפעניש, זענען אונזער עלטערן דאס מערסטע באליבט, און זייערע קינדער נאך זיי אויף אייביג.

לויטן רמב"ם איז דער ענד-ציל פונעם אייבערשטן אז אלע מענטשן זאלן גלייבן אין וויסן פון אים, אין האט אויסגעוועלט דאס אידישע פאלק פאר דעם ציל.

איינע פון די צילן, סיבות, און מיסיעס פון דעם איד: איז צו לויבן גאט, און מען זאגט א פשעט'ל אז דערפאר הייסט ער "איד" פון לשון אודה און הודיה, זיי לויבן און דאנקן גאט מיט זייער מויל, פירונג, און טואונגען. ווי דער נביא ערקלערט: עַם-זוּ יָצַרְתִּי לִי, תְּהִלָּתִי יְסַפֵּרוּ ישעיהו מ"ג


היסטאריע פון יידישן פאלק

Postscript-viewer-blue.svg היסטאריע פון די אידן

די היסטאריע פון אידישן פאלק ציט זיך שוין פאר איבער דריי און האלב טויזנט יאר, עס איז איינע פון די עלסטע פעלקער וואס עקזיסטירט נאך ביז היינט. איר גרינדונג און היסטאריע איז ברייט באשריבן אין תנ"ך און אין מדרשים. אין קורצן איז עס ווי פאלגנד.

די אבות

די גרינדער פון אידישן פאלק זענען די דריי אבות, אברהם, יצחק און יעקב, זיי ווערן באטראכט אלס די אבות און גרינדער פון אידישן פאלק. פון א געוויסן שטאנדפוקט איז אבער יעקב אבינו דער פאקטישער אנהויב פון אידישן פאלק, וויבאלד אנדערש פון אברהם און יצחק וועלכע האבן געהאט אויך אנדערע קינדער וואס זענען נישט א טייל פון אידישן פאלק, איז אבער יעקב אבינו געווען דער 'מבחר שבאבות' וויבאלד ער איז געווען 'מטתו שלימה' און אלע זיינע זין, די צוועלף שבטים, האבן צוזאמען אויפגעשטעלט דעם אידישן פאלק. דערפאר ווערט דאס אידישע פאלק אנגערופן אין תנ"ך אויף זיין נאמען, 'יעקב', און הויפטזעכליך 'ישראל', דער נאמען וואס גאט האט אים געגעבן נאכן אויפשטעלן די צוועלף שבטים, די גרינדער פון כלל ישראל. און 'ישראל' איז טאקע געבליבן דער צענטראלער און הויפט היסטארישע נאמען פון אידישן פאלק. סיי ישראל אליינס און סיי מיט פארשידענע צוגעבונגען ווי בני ישראל, עם ישראל, כלל ישראל און כנסת ישראל.

יוסף הצדיק, דער זון פון יעקב, פארנעמט אויך א פלאץ צווישן די גרינדער פון כלל ישראל. וויבאלד ער האט געגרינדעט צוויי שבטים, אפרים און מנשה, וועלכע ווערן פאררעכנט גלייך אויף גלייך מיט די אנדערע שבטים, די ברידער פון יוסף, דעריבער איז ער אין דעם הינזיכט פונקט ווי זיין פאטער יעקב. און נישט נאר כלפי די אייניקלעך פון אפרים און מנשה, נאר אפילו אן אנדערע, פון סיי וועלכע אנדערע שבט, קען זיך דערקלערן אלס אן אפשטאמיגער פון יוסף הצדיק און עס וועט נישט פאררעכנט ווערן אלס א ליגנט[1].

אנטוויקלונג אלס פאלק אין מצרים

אין יאר ב'ר"מ האט זיך יעקב אבינו מיט זיין גאנצער פאמיליע אריבערגעצויגן פון כנען קיין מצרים וואו זיי האבן זיך באזעצט אינעם פראווינץ גושן. אין מצרים האט זיך די משפחה פאראייניגט נאכדעם וואס יוסף איז שוין דארט געווען זייט צוויי און צוואנציג יאר פריער און האט שוין געהאט דארט צוויי זין. צוזאמען זענען זיי דעמאלט געווען זיבעציג פערזאן. אין לויף פון די קומענדע יארן זענען זיי זיך צואוואקסן אויף גאר א שנעלע ראטע, פארפלייצנדיג דעם גאנצן געגנט פון גושן מיט שווערע טויזנטער, ביז אז ביי יציאת מצרים, זענען זיי שוין געווען גענוג גרויס אין צאל צו קענען ווערן אנגערופן א פאלק. נאכדעם וואס משה רבינו האט זיי ארויסגעפירט פון מצרים אין יאר ב'ת"נ האבן זיי זיך געציילט אויף אריבער זעקס הונדערט טויזנט, אריינרעכנענעדיג בלויז מענער צווישן צוואנציג און זעכציג יאר אלט.

אין ארץ ישראל

אין יאר ב'ת"צ באלד נאך וואס זיי האבן צוזאמען מיט משה רבינו באזיגט די פעלקער אויף מזרח זייט פונעם טייך ירדן, האט זיי יהושע בן נון אריינגעפירט קיין כנען, און איבערגענומען דאס לאנד פון די זעקס פעלקער וואס זענען אויסגערעכנט אין די תורה אז זיי האבן זיך דארט געפונען. אנגעהויבן האבן זיי מיט יריחו, נאכפאלגנדיג מיט פילע אנדערע שטעט ווי זיי האבן אפגעהאלטן וואונדערליכע זיגן איינע נאך די אנדערע. ביז פערצן יאר שפעטער, אין יאר ב' תק"ד, האבן זיי שוין געהאט איינגענומען דאס מערהייט פונעם לאנד, און עס איז שוין געווען איינגעטיילט אויף צוועלף עקסטערע פראווינצן, פאר יעדן שבט זיינע אייגענע שטעט און זיין באזונדערע ווירטשאפט. צוויי און א האלב שבטים האבן זיך איינגעארדנט אויפן מזרח'דיגן זייט פונעם ירדן, און די איבריגע ניין און האלב שבטים אויפן מערב'דיגן זייט. דאס גאנצע לאנד צוזאמען האט דאן באקומען דעם נאמען 'ארץ ישראל'.

דורכאויס די קומענדע עטליכע הונדערט יאר זענען זיי געווען געפלאגט פון פילע מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער, ווי עמון, ארם און פלשתים. זיי האבן נישט פארמאגט קיין קעניג נאר אנשטאט זענען געווען די 'שופטים' וועלכע האבן נישט געהאט קיין פולקאמע אויטאריטעט אויפן פאלק. ביזן יאר ב'תתפ"ד ווען שמואל הנביא האט געזאלבט שאול המלך פון שבט בנימין אלס דער ערשטער קעניג איבערן גאנצן פאלק ישראל. צוויי יאר שפעטער, ב'תתפ"ד, איז דוד בן ישי, ברייט באקאנט געווארן איבערן לאנד אלס דער צוקונפטיגער קעניג, נאכן געזאלבט ווערן דורך שמאול אויף גאט'ס באפעל. עטליכע מאנאטן דערויף איז שאול אומגעקומען אין א מלחמה מיט די פלשתים און דאן האט דוד איבערגענומען די מלוכה, צוערשט אין חברון, בלויז אויף זיין אייגן שבט יהודה, און זיבן יאר שפעטער איז ער געווארן קעניג איבערן גאנצן פאלק, אויף אלע שבטים. דעמאלט איז ער אריבער קיין 'ירושלים' וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס דער הויפטשטאט פון ארץ ישראל.

דוד המלך האט געלעבט און איז געווען קעניג ביז דריי און דרייסיג יאר שפעטער, און דורכאויס זיין קעניגרייך האט זיך ארץ ישראל פיל אויסגעברייטערט, נאכדעם וואס ער איינגענומען און אנעקסירט פיל טעריטאריע פונעם דערנעבנדיגן ארם. דערנאך האט געקעניגט זיין זון שלמה, וועלכער האט אויפגעבויט דעם 'בית המקדש' אין ירושלים. אין זיין צייט איז דאס פאלק געווען ברום המעלות, ער האט געוועלטיגט איבער פילע פעלקער און לענדער, און די גאנצע וועלט איז געווען באצויבערט פון זיין אויסערגעווענליכן קלוגשאפט און פארשטאנד. נאך זיין טויט האט זיך דאס פאלק צוטיילט, בלויז די שבטים יהודה און בנימין זענען פארבליבן מיט רחבעם בן שלמה, און די איבריגע צען שבטים האבן זיך אפגעטיילט און געקרוינט ירבעם בן נבט אלס קעניג אין שומרון. זינט דאן זענען זיי טאקע פארבליבן אלס איין פאלק, אבער מיט צוויי באזונדערע קעניגרייכן, מלכות יהודה און מלכות ישראל.

יהודה אלס דער צענטראלער שבט

אין יאר ג'ר"ה האט זיך געענדיגט דער 'מלכות ישראל', נאכדעם וואס די צען שבטים זענען פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל דורך אשור. און אין ג'של"ח איז חרוב געווארן ירושלים צוזאמען מיטן ערשטן בית המקדש דורך בבל, און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער 'מלכות יהודה'. זיבעציג יאר שפעטער האט זיך דאס מערהייט פון שבט יהודה, מיט א מינאריטעט פון עטליכע אנדערע שבטים, צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט עזרא הסופר, און זיי האבן אויפגעבויט דעם צווייטן בית המקדש וואס איז חרוב געווארן פיר הונדערט און צוואנציג יאר שפעטער דורך די רוימער.

נאכדעם וואס 'מלכות ישראל' איז פארטריבן געווארן, האט מען אנגעהויבן רופן דאס פאלק, 'יהודיים', וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין אידיש אלס 'ייד', 'יוד' אדער 'איד', אויפן נאמען פון יהודה, וויבאלד זיי זענען פארבליבן די מערהייט אין ארץ ישראל, און זיי האבן זיך אומגעקערט פון גלות בבל קיין ארץ ישראל. כאטש עס זענען אויך געווען טיילן פון אנדערע שבטים, איז אבער יהודה פארבליבן אלס דער מערהייט און מערסט אנגעזעענע שבט. אויך זענען זיי נאך גלייך ביים אנהויב פון די אנטוויקלונג פון כלל ישראל געווען אנערקענט אלס דער פירענדע און צענטראלע שבט, דערפאר פאררופט זיך כלל ישראל אויף זיין נאמען. מען טרעפט שוין אז זיי ווערן אזוי אנגערופן אין ספר דניאל, 'גוברין יהודאין', און אויך אין מגילת אסתר, 'יהודיים' און מרדכי 'היהודי' (כאטש זיין אפשטאם איז פון שבט בנימין[2]).

אידן אין גלות

דאס אידישע פאלק איז געווען אין גלות דורכאויס דער גרעסטער טייל פון איר היסטאריע. זיי זענען שוין געווען אין כמעט יעדן ווינקל פון דער וועלט, און זענען היינט צושפרייט אין פילע לענדער ארום דער גארער וועלט. באלד ביים אנהויב פון דער אידישער היסטאריע, האט גאט געזאגט פאר אברהם אבינו ביי ברית בין הבתרים, "ידע תדע כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם"[אויסקלארונג פארלאנגט]. נאכדעם וואס יעקב אבינו האט זיך פרייוויליג אריבערגעצויגן קיין מצרים צו זיין זון יוסף צוליב דער הונגער וואס האט דאן געהערשט, האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער גלות אין מצרים וואס האט זיך געצויגן פאר צוויי הונדערט און צען יאר. דאס האט נאכגעפאלגט יארן שפעטער מיטן גלות פון די עשרת השבטים דורך אשור, נאכדעם דער גלות פון יהודה און בנימין אין בבל וואס האט ממשיך געווען ווייטער אונטער די קעניגרייכן פון פרס און מדי, ביזן לעצטן לאנגן גלות דורך די רוימישע אימפעריע וואס האט ממשיך געווען אין צענדליגע לענדער און קעניגרייכן איבער דער וועלט.

גלות פון די עשרת השבטים

אין יאר ג'ר"ו האט סנחריב דער קעניג פון אשור טאטאל איינגענומען די גאנצע טעריטאריע פון מלכות ישראל, פארטריבן די צען שבטים אונטערן נהר גוזן, און געברענגט קיין ארץ ישראל אנטשטאט זיי אנדערע פעלקער וואס ער האט דארט באזעצט. זינט דאן זענען די צען שבטים ווי פארשוואונדן געווארן פון די ארענע, זיי זענען ווי פארלוירן געווארן פון דער מאפע און האבן זיך נישט צוריקגעקערט ביזן היינטיגן טאג. נהר 'גוזן' איז א לשון פון פארגעסן[3], ווייל גאט האט זיי געשטראפט אז זיי זאלן פארגעסן ווערן פון דער מענטשהייט צוליב דעם וואס זיי האבן פארגעסן פון גאט.

און די לעצטע עטליכע הונדערט יאר זענען אפירגעקומען פארשידענע עדות און פילע טעאריעס איבערן היינטיגן אידענטיטעט און וואוינארט פון די עשרת השבטים. א טייל טעאריעס זענען אויף שבטים פון פארשידענע פארשטופטע פלעצער ווי אפריקע, אויך זענען דא וואס צייכענען אן אויף געוויסע אינדיאנע שבטים אין אמעריקע, אבער די מערהייט פון די עדות זענען קאנצעטרירט ארום פעלקער פון אזיע און ווייטן מזרח, וואס דאס שטימט מיט די פסוקים אז זיי זענען פארטריבן געווארן קיין 'לחלח וחבור'. כאטש אז די מערהייט פון די באטראפענע שבטים גלייבן היינט אין איסלאם, איז נאך פארט דא צו טרעפן ביי זיי פארשידענע אידישע סימנים און מנהגים, ביי געוויסע מער און ביי געוויסע ווייניגער. ווען די פאלאשן פון עטיאפיע האבן אנגעהויבן קומען קיין ארץ ישראל, האט די שאלה איבער זייער ריכטיגע אידענטיטעט באקומען אויך אן הלכה'דיגן כאראקטער, אויב מען קען פאקטיש זיך פארלאזן אויף די אלע באווייזן אז זיי שטאמען טאקע פון די עשרת השבטים אדער זיי דארפן זיך געהעריג מגייר זיין.

די ענדע פונעם גלות

אין דער תורה, ביים 'שירת האזינו'[4], ווערט פאראויסגעזאגט די גאנצע אנטוויקלונג פונעם אידישן פאלק, פסוק נאך פסוק, וואס איז אלעס פונקטליך מקויים געווארן דורכאויס דער אידישער היסטאריע. ביזן לעצטן פסוק פונעם שירה, דער איינציגסטער פסוק וואס איז לויט סיי וועלכן באדייט נאכנישט מקויים געווארן: "הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו". שרייבט דארט דער רמב"ן אין דעם פאלגענדן לשון:

,,וזה דבר ברור כי על הגאולה העתידה יבטיח כי בבנין בית שני לא הרנינו גוים עמו רק לעגו עליהם (נחמיה ג לד) מה היהודים האמללים עושים והיו גדוליהם עבדים בהיכל מלך בבל וכולם משועבדים לו ובימים ההם לא השיב נקם לצריו ולא כפר אדמתו עמו והנה אין בשירה הזאת תנאי בתשובה ועבודה רק היא שטר עדות שנעשה הרעות ונוכל ושהוא יתברך יעשה בנו בתוכחות חימה אבל לא ישבית זכרנו וישוב ויתנחם ויפרע מן האויבים בחרבו הקשה והגדולה והחזקה ויכפר על חטאתינו למען שמו אם כן השירה הזאת הבטחה מבוארת בגאולה העתידה...ואלו היתה השירה הזאת מכתב אחד מן החוזים בכוכבים שהגיד מראשית אחרית כן היה ראוי להאמין בה מפני שנתקיימו כל דבריה עד הנה לא נפל דבר אחד ואף כי אנחנו נאמין ונצפה בכל לב לדברי האלקים מפי נביאו הנאמן בכל ביתו אשר לא היה לפניו ואחריו כמוהו עליו השלום."

יידישע אמונה אין רעליגיע

Postscript-viewer-blue.svg אידישקייט

די אידישע אמונה און רעליגיע האט זיך אנגעהויבן מיטן גרינדונג פון אידישן פאלק און איז מיט איר מיטגעוואקסן דורכאויס די יארן פון איר אנטוויקלונג. עס האט זיך אנגעפאנגען, ווי עס שטייט אין ספרים, ביי אברהם אבינו, וועלכער האט אליינס איינגעזען און אנערקענט אין איינציגן באשעפער, און אויפגעשאקלט די וועלט באפעלקערונג צו אנערקענען אין גאט וואס האט באשאפן די וועלט נאכדעם וואס די וועלט איז געווען פארקראכן אין עבודה זרה זייט די צייטן פון דור הפלגה. עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט אפילו געהיטן די תורה אזויווי עס איז שפעטער געגעבן געווארן פאר זיינע אייניקלעך. די אמונה האט אברהם אבינו איבערגעגעבן ווייטער פאר זיינע קינדער און איינקלעך - 'כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו' (בראשית י"ח, י"ט).

כאטש אז דער אידישע רעליגיע האט זיך שוין אנגעהויבן צו אנטוויקלן ביי די אבות און טייל מצוות איז שוין דאן געגעבן געווארן פון באשעפער, ווי ברית מילה דורך אברהם אבינו, דער פארבאט צו עסן גיד הנשה דורך יעקב אבינו און נאך פארשידענע מצוות ווי שבת למשל, וואס די אידן האבן געהיטן נאך איידער מתן תורה, איז אבער דער אידישע רעליגיע מיט אלע אירע געבאטן און איינצעלהייטן געגעבן געווארן פאר די אידן ביי מתן תורה דורך משה רבינו נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים. דאן, ביים זאגן 'נעשה ונשמע', אזויווי עס שטייט אין דער תורה, האט דאס אידישע פאלק פאקטיש אנגענומען די תורה און מצוות און זיך פולקאם פארבינדן דערמיט עס שטרענג אפצוהיטן און לערנען.

דער מעמד ביים הר סיני

עס שטייט אין דער תורה - וואס איז איבערגעגעבן געווארן פון טאטע צו זון, און פון זיידן צום אייניקל - אז צוויי חדשים נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, זענען איבער זעקס הונדערט טויזנט אידן (נישט אריינגערעכנט פרויען אין קינדער) געשטאנען ביים בארג סיני, און משה רבינו איז געשטאנען אויפן בארג צווישן פייער, און האבן געהערט און געזען זייער א הויכע קול פון באשעפער וואס האט זיי געזאגט די ווערטער פון די ערשטע צוויי דברות פון די עשרת הדברות - 'אנכי ה' אלקיך' און 'לא יהיה לך אלקים אחרים', נאכדעם האט משה פון צווישן די פייער איבערגעזאגט די ווייטערע אכט באפעלן פון די עשרת הדברות וואס ער האט געהערט פון באשעפער. דאן האט משה רבינו אויך באקומען די גאנצע תורה, שבכתב און שבעל פה, מיט אלע אוממצאלליגע פרטים און פרטי פרטים דערין, און דערנאך איבערגעגעבן פארן פאלק וועלכע האבן דאס ווייטער איבערגעגעבן פון דור צו דור, ווען דורכאויס די יארן האט מען דאס אנגעהויבן אראפשרייבן מער און מער, און היינט צוטאגס איז שוין דא אן אוצר פון צענדליגע טויזנטער אידישע ספרים איבער אלע נושאים אין אידישקייט.

יארן שפעטער האבן אנדערע פעלקער אויך אנגעהויבן צו גלייבן אז דער באשעפער האט זיך באוויזן אויפן בארג סיני צום אידישן פאלק, (ווי למשל די רוימער און די פעלקער פון אייראפע וועלכע האבן אנגענומען דעם קריסטליכן גלויבן, אויך די אראבער און פעלקער פון די מיטל מזרח און א טייל פון אזיע און אפריקע). היינט צוטאגס גלייבן בערך דריי און א האלב ביליאן מענטשן (60-55% פון וועלט באפעלקערונג) אז דער באשעפער האט זיך באוויזן ביים בארג סיני און געגעבן די תורה פארן אידישן פאלק, און אז משה איז געווען א נביא פון גאט.

דער מהות פון א איד

דער אידישע רעליגיע, די תורה און מצוות, איז לויט דער אידישע הלכה אריינגעבונדן אין דער מהות פון אידישן פאלק, און איינער וואס ווערט געבוירן ביי א אידישע מאמע איז א איד און איז אוטאמאטיש פארבינדן צו דער תורה, נישט קיין חילוק זיינע טעטיגקייטן און וואס ער טראכט און אין וואס ער גלייבט, וועט ער שטענדיג פארבלייבן א איד פארקניפט צו דער תורה. אזוי אויך איינער וואס איז זיך מגייר, ווערט סיי א טייל פון אידישן פאלק און סיי פארבונדן צו דער אידישער רעליגיע און הלכה, און ער וועט דאס מער קיינמאל נישט קענען אויפגעבן. לויט די אידישע הלכה, אויב איינער איז זיך מגייר אנצונעמען דעם אידישן גלויבן, ווערט ער אויך א פאקטישער איד און א טייל פון אידישן פאלק, און עס נישט מעגליך זיך צו מגייר זיין (לויט'ן הלכה) כדי צו ווערן א איד, אן אנצונעמען אויף זיך פולקאמערהייט דעם עול תורה.

אויבערנאטירליכע קראפט

דער מהות פון א איד, ווי עס ווערט ערקלערט אין פארשידענע מקורות, איז אז ער שלאגט זיך כסדר מיטן אויסערליכן נאטור פון דעם אלוועלטליכן באשאפונג וואס טוט פארדעקן דער פאקט אז גאט האט איר באשאפן און אז גאט איז דער נאכאנאנדער איינציגער און אויסשליסליכער בעל-הבית אויף דער וועלט. פון א אידישן שטאנדפונקט, האט גאט אויסדערוועלט דעם אידישן פאלק אז זיי זאלן צוברענגען די גאנצע וועלט צו א מצב וואס לאזט נישט איבער א ספק פאר קיין שום באשעפעניש, אז דער באשעפער פון דער וועלט פירט דער וועלט לויט זיין ווילן און ער איז נישט אפהענגיק אין די נאטורליכע געזעצן וואס ער האט באשאפן. אין א געוויסן זין האט דער באשעפער צוגעטיילט פארן איד א טייל פון זיך אליין, דאס הייסט א געטליכער קראפט פון באשעפער וואס איז העכער און שטארקער פון נאטור (א יודישע נשמה - חלק אלוקי ממעל). דערפאר האט גאט געגעבן פאר די אידן די תורה און מצוות (וועלכע ווערן אויך גערעכנט ווי א טייל פון באשעפער אליין וויבאלד עס טוט ארויסברענגען גאט'ס ווילן אויף אונזער וועלט), אז די אידן זאלן דאס היטן און זיך באשעפטיגן דערמיט מיט א געטרייהייט און איבערגעגעבענהייט. און דורכדעם וועט דערגרייכט ווערן דער ציהל, סיי ביי דער איד וואס טוט זיך באשעפטיגן דערמיט און סיי טוט דאס באאיינפלוסן דער גאנצער באשעפעניש, אז עס זאל אנערקענט ווערן אז דער באשעפער געוועלטיגט איבער דער נאטור.

די תנ"ך איז פיל מיט אומצאלליגע איבערנאטורליכע געשעענישן וואס איז געשען מיטן אידישן פאלק, צווישן אנדערע אויך אזעלכע געשעענישן וואס איז געהערט און געזעהן געווארן אלוועלטליך אדער אין ריזיגע טיילן פונעם וועלטליכן באפעלקערונג, ווי צום ביישפיל, קריעת ים סוף און מתן תורה. דער רמב"ן שרייבט[5] אז דער ציהל פון אזעלכע איבערנאטירליכע געשעענישן איז צו פארשטארקערן דער אמונה אין איינציגן באשעפער אז ער געוועלטיגט איבער דער נאטור אן קיין גרעניץ.

אזוי אויך טרעפט מען אין תנ"ך פילע איבערנאטירליכע פאסירונגען ביי מענטשן פין אידישען פאלק וועלכע האבן געדינט גאט מיט א געטרייהייט, און אויך אז זיי האבן פאראויסגעזאגט גרויסע זאכן וואס וועלן געשען (נבואה איז געווען שייך אויך ביי נישט-אידן, אבער ביי אידן טרעפט מען דאס אפילו אן קיין נבואה, ווי צום ביישפיל, ביי דניאל[6]). אנגעהויבען פון די אבות, אברהם, יצחק און יעקב, און ווייטער מיט די אידן וואס זענען ארויס פון מצרים מיט משה-רבינו, און די וואס זענען אריין אין ארץ-ישראל און ווייטער אראפ. שפעטער אויך אין די גמרא און אין מדרש און אזוי אויך אין זוהר זעט מען פארשידענע איבערנאטורליכע זאכן וואס האט פאסירט ביי גאט-פארכטיגע אידן. דאס ווייזט אויף די אויבערנאטירליך קראפט וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר אידן וואס טוען זיך באשעפטיגן מיט תורה און מצוות כדי צו דערגרייכן דעם אויבנדערמאנטען ציהל.

פארשידענע איבערנאטורליכע געשעענישן האבן זיך אפגעשפילט אויך ווייטער אין די שפעטערע דורות ביי צדיקים און גרויסע לייט, ווי עס ווערט באשריבן אין פילע ספרים. און ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך אן א שיעור עדות וועלכע געדענקען עס אדער האבן עס געהערט פון אזעלכע וואס געדענקען, נאך ממש ביז אריין אין אונזער דור.

אויך ערקעלערט מען מיט דעם, אז דאס איז די סיבה אז דאס אידישע פאלק האלט זיך אין גלות אזוי לאנג, אפילו זיי זענען צושפרייט צווישן פילע פעלקער אין אזויפיל לענדער אין דער גאנצער וועלט און זיי האבן זיך שוין אנגעליטן אזויפיל צרות און אן א שיעור גזירות רעות און שרעקליכע פארפאלגונגען דורכאויס די יארן. ווייל אזוי לאנג ווי זיי האלטן זיך אן מיט תורה און מצוות, טוט דער איבערנאטורליכע קראפט זייערע זיך שטארקן איבער די נאטורליכע תוצאות פון אזא שרעקליכען גלות.

אין משך פון די יארן זענען אידן געטאנצן אין פייער און אין וואסער על קידוש ה', נישט אויפצוגעבן זייער אידישן גלויבן. מען האט עס געזען אפילו ביי אידן וואס האבן נישט אפגעהיטן די תורה, אבער ווען מען האט זיי געצווינגען צי לייקענען אין דער תורה האבן זיי זיך ענדערש געלאזט מען זאל זיי פייניגן און הרגענען. אין ספרים[7] ווערט ארויסגעברעגט אז דאס איז נאך א באווייז אז א איד האט אין זיך א חלק פון באשעפער אליינס ('אידישע נשמה') וואס אויף דעם בויעט זיך זיין גאנצער עקזיסטענץ. און אפילו עס דערקענט זיך נישט אן אין עם אין געווענליכע אוממשטענדן, אבער ווען עס קומט צו א מצב וואס דעגרונטעוועט צו זיין פינטל, דאס הייסט ביי א מצב פון מסירת נפש, דאן לאזט עס עם נישט לייקענען אין באשעפער און אין דער תורה.

אויך איז מערקווירדיג, אז אפילו ביי אידן וואס היטן נישט די תורה זעט מען אז זיי האבן אין זיך עפעס וואס ציהט צו גרויסקייט און העכערקייט. ווי למשל אז 25% פין די וועלט ערפינדונגען איז דורך אידן; און אויך אז זיי זענען אין הויכע פאזיציעס ביי רעגירונגען. און לויט ווי טייל זאגן איז דאס ווייל ער האט אין זיך א העכערן קראפט, און אנשטאט עס צו נוצן אין תורה און מצוות, נוצט ער עס אויף ערדישע זאכן.

נאמען איד

אידן ווערן אנגערופן מיט אסאך נעמען, סיי אין דער תורה און סיי היסטאריש. די פאלגענדע איז א טיילווייזע ליסטע.

ישראל

  • דאס איז דער ערשטער נאמען פון אידישן פאלק, און איז דער מערסט ארגינאלע נאמען. דאס איז די זעלבע וואס אין ענגליש רופט מען Israelite. דער תנ"ך באניצט זיך הויפטזעכליך מיט דעם נאמען. וויבאלד ביי יעקב אבינו - ישראל, האט זיך פאקטיש אנגעהויבן דאס געבוי פון אידישן פאלק און 'אלע' זיינע זון האבן אנטוויקלט דאס פאלק 'ישראל', דערפאר איז דאס פאלק פארבליבן מיט זיין נאמען. יעקב האט באקומען דעם נאמען 'ישראל' נאכדעם וואס ער האט זיך געשטארקט אויף דעם שר (מלאך) פון עשו, ווי עס שטייט אין דער תורה. דער באדייט פון 'ישראל' איז ישר - אל, באהערשט אל, זיך געשטארקט אויף דעם מלאך. אויך טוט דאס ווארט אפשפיגלען דער גענויער מהות פון אידישן פאלק, אז דורך זייערע מעשים טוען זיי מאנעוורירן אויפן הימלישן השפעה צו דער וועלט, וויבאלד דער עקזיסטענץ פון וועלט איז געוואנדן אין די קיום המצוות פון פאלק 'ישראל', בראשית - בשביל ישראל שנקראו ראשית.
דער נאמען 'ישראל' ווערט אויך באנוצט מיט פארשידענע צוגעבונגען, וואס טוט צומאל צוברענגען א באזונדערע באדייט. דאס רעכנט אריין: 'בני ישראל' - באנוצט בעיקר אין דער תורה, 'כלל ישראל' - בעיקר באנוצט ווען מען באציהט זיך צום כלליות פון פאלק און באדייט אויך איר אייגנארטיקייט, 'כנסת ישראל' - דער נשמה פון אידישן פאלק, איר גייסטיגן כאראקטער.

יעקב

  • זיי ווערן אסאך מאל אזוי אנגערופן אין דער תורה, נאך דער זיידע יעקב, דער גרונדער פון אידישן פאלק, אזויווי 'ישראל'. דער חילוק צווישן 'יעקב' און 'ישראל' איז, ווי עס שטייט אין ספרים, אז 'יעקב' באווייזט אויף א קליינליכקייט (קטנות), און דאס נוצט מען צו באטיטלען די אידן ווען זיי זענען אויף א קליינע מדריגה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. ווידעראום 'ישראל' ווייזט אויף גרויסקייט (גדלות), און מיט דעם באטיטלט מען זיי אין א גרויסע מדריגה.

עברי

  • ביז יציאת מצרים האבן די ארומיגע פעלקער זיי בעיקר אזוי אנגערופן און עס ווערט דערמאנט אין דער תורה. דאס איז די זעלבע וואס מען רופט אין ענגליש Hebrew. דער תרגום טייטשט אויף 'עברי' און 'עבריים' - 'יהודיתא', אידן. דאס שטאמט פון דעם וואס אברהם אבינו איז געקומען פון די אנדערע זייט טייך, און דערפאר האבן אים די כנעניים גערופן 'עברי', דאס מיינט אריבער די זייט. טייל זאגן אז דער נאמען נעמט זיך פון עבר, שם בן נח'ס אייניקל, פון וועלכער אברהם איז געווען אן אפשטאמיגער, און דער נאמען האט זיך אנגעקלעבט בלויז אין אים און נישט אין קיין אנדערע קינדער פון עבר, וויבאלד ער איז געגאנגען אין זיינע וועגן און נאר ער האט ממשיך געווען די אמונה אין גאט אזויווי ער האט געלערנט פון שם און עבר.

איד

  • דאס איז דער נאמען וואס איז היינט אין באנוץ. דאס איז וואס מען רופט אין ענגליש Jew. ארגינעל איז עס אין לשון הקודש 'יהודי' און 'יהודיים' און דורכאויס די יארן איז עס געווארן אויף אידיש יוד (אדער ייד און איד). דער נאמען טרעפט מען אויך אין תנ"ך, ווי אין ספר דניאל און אין מגילת אסתר. דער נאמען 'יהודי' שטאמט פון יהודה וועלכער איז געווען דער צענטראלע שבט פון אידישן פאלק. לכתחילה האט מען בלויז די מענטשן פון שבט יהודה אזוי אנגערופן, אזויווי די אנדערע שבטים וואס מען האט יעדעם גערופן אויפן נאמען פון זיין שבט, אבער נאכדעם וואס די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל און שבט יהודה איז פארבליבן (און שפעטער צוריקגעקומען פון גלות בבל) אלס די מערהייט מיט בלויז א מינאריטעט פון אנדערע שבטים, האט זיך דער נאמען אנטוויקלט אויפן גאנצן פאלק. און אויך אויפן נאמען פון מלכות יהודה פון וואס דאס גאנצע איבערגעבליבענע פאלק איז געווען א טייל, נאכן גלות פון מלכות ישראל.
חז"ל זאגן[8], אז דער נאמען 'יהודי' רופט מען אזוי א איד וואס לייקנט אין עבודה זרה און איז 'מודה' אין איינציגן גאט. אויך שטייט אין ספרים אז עס איז א לשון פון לויבן, וויבאלד דער באשעפער האט אויסגעוועלט דעם אידישן פאלק אים צו לויבן, און דאס איז דער מהות פון א איד, צו אנערקענען אין גאט און אים שטענדיג צו לויבן.

באפעלקערונג

די אידן היינט זענען צעשפרייט אין די גארער וועלט, ווען א דריטל פון זיי זענען אין מדינת ישראל, א דריטל אין די פאראייניגטע שטאטן, און א דריטל צעשפרייט אין אייראפע. זעט א פונקטליכע טאוועלע אין אידישע באפעלקערונג.

עטנישע צוטיילונגען

דורכאויס די לאנגע גלות יארן איז די אידישע באפעלקערונג געווען סטאנציאנירט אין פילע פארשידענארטיגע טיילן פון דער וועלט, און דערפאר איז זי עטניש צוטיילט געווארן אין אסאך באזונדערע עטנישע גרופעס. הויפטזעכליך זענען די אידן צוטיילט אויף דריי הויפט גרופעס, אשכנזים, ספרדים, און עדות המזרח.

שטרעמונגען

דורכאויס דער אידישע היסטאריע האבן זיך אנטוויקלט גאר אסאך רעליגיעזע, אידיאלישע, און פאליטישע שטרעמונגען. א טייל זענען מיט דער צייט אונטערגעגאנגען, א טייל זענען גאר פארוואנדלט געווארן אויף באזונדערע רעליגיעס, און א טייל זענען מיט דער צייט צושפלינטערט געווארן אויף נאך באוועגונגען און אידיאלאגיעס.

רעליגיעזע שטרעמונגען

אידיאלישע באוועגונגען

אידישע שפראכן


זעט אויך

רעפערענצן

  1. תלמוד בבלי ברכות דף נה ע"ב
  2. תלמוד בבלי מגילה דף יב ע"ב און דף יג ע"א
  3. רמב"ן, דברים לב, כו
  4. דברים לב
  5. שמות י"ג, ט"ז
  6. תלמוד בבלי מגילה, דף ג ע"א
  7. ספר התניא, ליקוטי אמרים פרק י"ח
  8. תלמוד בבלי מגילה דף יג ע"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!