רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ
אנגעבליכער קבר פון רבי מאיר ב"ר יצחק בעל האקדמות, אין גוש חלב, איבערגעבויט אין תשנ"ב דורך 'קדמונינו'
אנגעבליכער קבר פון רבי מאיר ב"ר יצחק בעל האקדמות, אין גוש חלב, איבערגעבויט אין תשנ"ב דורך 'קדמונינו'
מדינה דייטשלאנד
וואוין ארט ווארמס
תחומי עיסוק שליח ציבור, פייטן
פטירה ארום ד'תתנ"ו
ספרים מנהגי דר' מאיר ש"ץ, פיוט אקדמות, און נאך אסאך פיוטים
השתייכות חכמי אשכנז
בני דורו רש"י

רבי מאיר בן רבי יצחק שליח ציבור (אין קורצן ש"ץ, אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – שליח ציבור און א דרשן אין ווארמס, דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין די צייטן פון רש"י. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "אקדמות מילין", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חביבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות. וועגן אים איז פארהאן א לעגענדע, אז ער איז אריבער צו דער אנדערער זייט סמבטיון צו ברענגען א רעטונג פאר אידן אין א צרה.

ביאגראפיע

רבי מאיר ש"ץ האט געלעבט און געווירקט אין וורמייזא, וועלכע איז צוזאמען מיט מגנצא געווען א וויכטיגער צענטער פון תורה און הוראה אין אשכנז. זיין געבורטס-ארט איז נישט באקאנט און זיין פאטער איז געווען רבי יצחק ברבי שמואל. רבי מאיר'ס תקופה איז געווען א שווערער און פינסטערער, נאך איידער די ערשטע קרייצצוגן, וועלכע האבן מיט זיך געבראכט צרות.

אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה, ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון ברכות קריאת שמע[1] (דער בעל הרוקח פרעגט דאס אבער אפּ, טענה'נדיג "כי חלילה שעלה על דעת אותו צדיק מעולם לאומרו, כי בקי היה בסודות ובמדרשים ובטעמים"[2]), דעם נוסח "חמדת ימים אותו קראת" אין די שבת'דיגע עמידה[3], און "עלינו ועל כל עמו ישראל" אין "השכיבנו"[4].

ער האט אויך פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג. אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"[5].

רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די גזירות פון תתנ"ו, ווי דערמאנט אין אויבנדערמאנטן פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא[6].

רבי מאיר איז געווען פון דער תקופה פון די רביים פון רש"י[7]. צווישן רבי מאיר'ס חברים איז געווען רבי יצחק הלוי, און צווישן די וואס האבן מקבל געווען פון רבי מאיר זענען געווען רש"י און רבי יוסף קרא[8].

א ווערק פון קבלה מיטן נאמען "ספר קרניים", צוגעשריבן צו רבי אהרן פון קארדינא, דערמאנט א תורה פון "המאור הגדול רבינו מאיר", וואס דער פּירוש "דן ידין" פון רבי שמשון פון אסטראפּאלי אידענטיפיצירט אלס רבי מאיר בעל אקדמות אין זײן "ספר נפלאות ה'"[9], וואס ווײזט אָן אויף רבי מאיר'ס באדײטנדן קבלה-רעפּוטאציע.

באציאונגען צו אים

גרויסע חכמים פון זיין צייט און שפעטערדיגע דורות ציטירן אים אפט מיט רעספעקט, בעיקר אין באצוג צו ענינים פון דאווענען און מנהגים צווישן די קהילות פון אשכנז און צרפת. רש"י, וועלכער האט געלערנט אין וורמייזא און אים פּנים אל פּנים געקענט, האט אים שטארק באוואונדערט און האט אים עטליכע מאל דערמאנט אין זיינע פירושים, רופנדיג אים "צדיק". רש"י האט אויך אימפּלעמענטירט עטליכע פון זיינע תיקונים אין דאווענען[10]. דער מחזור ויטרי רופט אים "שליח ציבור ההגון"[3].

רבי אברהם בן עזריאל (אין זיין "ערוגת הבושם") ציטירט אים אפט און באטיטלט אים אויף א פלאץ אלס "ר' מאיר שליח ציבור מאבילי ציון"[11], ווארשיינליך צוליב וואס ער באשרייבט אין זיינע פיוטים די עבודת המקדש און ירושלימ'ס צוקונפטיגע גאולה מער ווי סיי וועלכע אנדערע אשכנזישע פייטנים[12]. דער שבלי הלקט רופט אים "ציר נאמן"[13]. רבי מאיר איז כנראה דער איינציגער אין די צייטן פון די ראשונים וואס האט צוגעגעבן צו זיין נאמען דעם טיטל ש"ץ, צוליב זיין פונקציע אלס שליח ציבור[14]. ער איז אויך באקאנט געווען מיט די צונעמען "ר' נהוראי", און "פה קדוש מווירמייזא"[15]. אין תוספות ווערט דערמאנט א פיוט וואס איז נישט באקאנט היינט[16].

ר' מאיר איז אויך געווען א תנ"ך מפרש און ווערט אייניגע מאל דערמאנט אין פארשידענע ערטער אין פירוש רש"י אויף תנ"ך, וועלכער שטיצט זיך אויף זיינע אויסטייטשונגען און טיטולירט ר' מאיר'ן מיט "צדיק" און "חסיד"[17].

עס זענען געשריבן געווארן פירושים אויף רבי מאיר'ס פיוטים; לויט א' אורבך האט רבי מנחם בן חלבו געשריבן די פּירושים[18], אבער לויט ש' עמנואל האט דאס רבי מנחם בן יעקב געשריבן[19].

ווארשיינליך האט ר' מאיר אויך צונויפגעשטעלט א ספר מנהגים פארן גאנצן יאר. דעם ספר מנהגים דערמאנט דער מהרי"ל עטליכע מאל אלס "מנהגי דר' מאיר ש"ץ".

לעגענדעס

Postscript-viewer-blue.svg מעשה בעל אקדמות

וויבאלד זיין פערזענליכע ביאגראפיע איז פארנעפלט, האט זיך ארום אים געוועבט פיל לעגענדעס. עס איז פארהאן א באקאנטער לעגענדע מיט פארשידענע ווערסיעס ארום רבי מאיר ש"ץ און דאס שאפונג פון זיין פיוט אקדמות. עס דערציילט וועגן א שליח וואס איז געשיקט געווארן פון די עשרת השבטים וואס זיצן פונעם אנדערן זייט סמבטיון. דער שליח איז געשיקט געווארן צו געפינען א איד וואס זאל קענען קעמפן קעגן א מאנאך אין אשכנז, וואס האט גע'הרג'עט אידן מיט זיין כישוף. אין איין ווערסיע איז ר' מאיר אליין אריבער דעם סמבטיון אין שבת צוליב פּיקוח נפש. צוליב חלול שבת האט ער זיך נישט געקענט צוריקקערן, און איז דארט געבליבן און דארט באגראבן געווארן. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי אַן אייביגע עגונה. די דאטומס וואס ווערן אנגעגעבן אין די געשיכטעס פאַסן נישט מיט דער היסטארישער ווירקליכקייט, ווייל ר' מאיר האט געלעבט ארום ד'תת"נ, און די דאטומס אין די מעשיות זענען שפּעטער. דאס נעמט זיך מעגליך דערפון, וואס די מעשה איז געשריבן געווארן פיל שפּעטער.

מקום קבורה

מציבה אין גוש חלב, געשטעלט תשנ"ב: "מיוחס גם כקברו של רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות"…

דער גענויער דאטום פון רבי מאיר'ס פּטירה און זײן קבורה-ארט זענען נישט באקאנט מיט זיכערקייט. ער איז נפטר געווארן ארום ד'תת"נ. לויט איין מסורה איז ער באגראבן אין לובלין, פוילן, וואו ער איז אנגעקומען אין סוף פון זײנע טעג[20].

רבי ישעיה הלוי הורוויץ (תרמ"ג–תשל"ח), א צפת'ער רב וואס איז אריבער קיין קאנאדע אין תרפ"ב, שרייבט אין זיין ספר 'עדן ציון' אז "די וועלט זאגט" אז דער קבר אין גוש חלב (וואס איז דורך דעם ספר סדר הדורות אידענטיפיצירט געווארן אלס אן אומבאקאנטער רבי מאיר בעל הנס[21]) איז רבי מאיר בעל האקדמות[22]. ס'איז אבער מעגליך אז דאס קומט פונעם גאליציאנער משכיל און מסור יוסף פּערל, וואס איז געווען דער ערשטער צו ציען א שטריך פון רבי מאיר בעל הנס צו רבי מאיר בעל אקדמות[23]. אין גוש חלב איז היינט דא א מצבה וואס איז צוגעשריבן צו אים, אבער די מציבה איז פיל מיט טעותים.

דער מקובל רבי מרדכי שרעבי האט געהאלטן אז רבי מאיר וואס איז באערדיגט אין גוש חלב איז דער תנא רבי מאיר וואס ווערט דערמאנט אין משנה, בשעת דער רבי מאיר וואס איז באגראבן ביים אריינגאנג צו טבריה איז רבי מאיר בעל האקדמות, וואס ווערט אויך גערופן "רבי מאיר בעל הנס"[24].

רבי הערשלע פון קרעטשניף, פלעגט זאגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אלע איין און דער זעלבער ר' מאיר[מקור פארלאנגט].

פּיוטים און ווערק

פיוט "אילו פומי נימי" א רשות למתורגמן פאר די קריאה פון ויושע, אין מחזור וויזמייזא פון יאר ה'ל"ב

רבי מאיר איז בעיקר באקאנט אלס פּייטן. ער האט געשריבן פּיוטים און סליחות אין לשון קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארבליבן ביז היינט[25]. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות[26]. אין זיינע פּיוטים האט רבי מאיר קלוג אריינגעפלאכטן הלכה און אגדה, ניצנדיג מקורות ווי משנה, תלמוד בבלי און מדרשים.

זיינע פיוטים זענען געבויט אויפ'ן אשכנזי'שן סטיל, אבער געוויסע פיוטים האט ער פארפאסט לויט'ן מעטער פון תנועות ווי דער ספרד'ישער שטייגער, א זאך וואס אנדערע אשכנז'ישע פייטנים האבן אנגעהויבן נאכמאכן זינט דאן[27]. אין זיינע פיוטים האט ער פארצייכנט די אקראסטיך לויט א"ב, תשר"ק און אלב"ם, און ער האט פארצייכנט זיין נאמען "מאיר ברבי יצחק" אין אסאך פעלער האט ער אויך צוגעלייגט "חזק ואמץ" און לענגערע ברכות ווי "יגדל בתורה ובמעשים טובים" אדער "יזכה לחיי עד אמן אמן סלה", ביי איין פיוט האט ער אויך צוגעלייגט זיין זיידנ'ס נאמען, "ברבי שמואל זכור לטוב".

רשויות למתורגמן

רבי מאיר האט געשריבן עטליכע פיוטים אויף אראמיש געאייגנט פאר'ן מתורגמן פאר שבועות און שביעי של פסח, וועלכער פלעגט מתרגם זיין דעם קריאת התורה, א מנהג וואס איז געווען בימי חז"ל אלעמאל ביי קריאת התורה[28], אבער אין רבי מאיר'ס צייטן איז עס געווען איינגעפירט בלויז אום די צוויי ימים טובים[29]. אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט תרגום ירושלמי, און עס זענען פארפאסט געווארן לענגערע פיוטים אויף אראמיש אלס איינלייטונג צום תרגום, און אויף יעדן "דיברא" פון די עשרת הדברות.

די מערסט-באקאנטע פּיוט פון רבי מאיר ש"ץ, דער פּיוט "אקדמות", האט ער פארפאסט אלס א "רשות" (איינלייטונג) צום מתורגמן פאר די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די עשרת הדברות. אויך האט ער צוגעלייגט א המשך צום פּיוט "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה", א בּיזאנטישער פּיוט פאר'ן מתורגמן פון שבועות אלס אַן איינלייטונג צום צווייטן דיברא - דער אראמישער תרגום אויף לא תשא. דער אריגינעלער פּיוט איז געווען א וויכוח-ליד וואס דערציילט די געשיכטע פון חנניה, מישאל, און עזריה אין דניאל פרק ג', וועלכע האבן זיך געלאזט אריינווארפן אין פייער ווי איידער זיך צו בוקן צו א צלם, און רבי מאיר'ס המשך איז בעיקר געבויט אויף דעם וויכוח ווי עס ווערט דערציילט אין ויקרא רבה[30]. דער טעקסט פון דעם פּיוט איז געבליבן אין פארשידענע כתבי יד, אריינגערעכנט דעם מחזור ווירמייזא פון יאר ה'ל"ב[31].

אויך האט ער געשריבן א צאל פיוטים פאר'ן מתורגמן פונעם שירת הים אום שביעי של פסח, דער רשות "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי", און דערנאך די פיוטים "אֱלָקָא עָלַם", און "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן" פאר'ן תרגום פון די נאכפאלגנדע עליות.

אנדערע פיוטים

רבי מאיר האט אויך מחבר געווען מערערע פּיוטים פאר פארשידענע געלעגנהייטן. צווישן באקאנטע פּיוטים זיינע זענען יוצרות פאר פסח, שבועות, שבת חול המועד סוכות, שבת ראש חודש, און שבת נחמו. ער האט איינגעפירט חידושים אין פיוט, ווי צום ביישפּיל די "ביכור" עלעמענטן אין די "מערבית" (א לאנגער פיוט פאר ברכת השכבינו) מיט זיין "אוֹר יוֹם הֶנֶף" וואס שילדערט דעם ליל שמורים און די מעשה קצירת העומר אין בית המקדש, די גרויסקייט און ציל פון קצירת העומר, און ענדיגט מיט לויב צו ירושלים[12]; ער איז געווען דער ערשטער וואס האט צוגעלייגט עקדת יצחק פיוטים צו די סליחות פון די ימים נוראים; און ער האט דער ערשטער פארפאסט "רשות" פיוטים פאר חתן תורה און חתן בראשית, וואס לייענען אין דער תורה אויף שמחת תורה[15].

ער איז געווען פון די געציילטע חכמי אשכנז וואס האבן מחבר געווען קרובות, און דער איינציגסטער פון זיי צו מחבר זיין שבעתות אויף מוסף פון שבת זכור און שבת פרה, אויף וואס עס איז נישטא קיין שבעתא פון רבי אלעזר הקליר[32][33]. אויך האט ער פארפאסט א סליחה אויף ערב השנה, וואס שילדערט די עבודה פונעם קרבן תמיד, און בעט אז דאס זאגן זאל ווערן גערעכנט אנשטאט מקריב זיין א תמיד, און נאך א גרויסע צאל פיוטים.

ליסטע פון פיוטים
פיוט מועד צוועק געברענגט אין געבוי אקראסטיך לינק
אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן שביעי של פסח איינלייטונג פאר'ן תרגום פון די פסוקים "וה' הולך לפניהם יומם" מחזור ווירמייזא 40 שורות מיט אן איינהייטליכער גראם, 3 ווייערטער אין יעדן שורה, א״ב - מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ פריוקס הסידור הפתוח
ה' אלהי
אַדִּיר וְנָאֶה בַּקֹּדֶשׁ קְדֻשַּׁת מִתְנָאִים שבועות (מחזור ווירמייזא), שבת נאך שבעות (מנהג פולין) יוצר מחזור ווירמייזא, מנהג פולין 12 סטאנצן פון 3 געטריפלטע סטאנצן, און אינצווישן א פזמון וואס ענדיגט זיך "קדוש" א"ב געטריפלט - מאיר בירבי יצחק הקטן יזכה לחיי עד אמן אמן סלה; מאיר ברבי יצחק חזק מרומז אינעם פזמון ויקיטקסט
אהבת עלמות
אומנות הדורה
אומץ יוסיף
אוֹר יוֹם הֶנֶף צווייטן נאכט פסח "ביכור" (פיוט אויף ברכת השכיבנו פון מערבית) מחזורים אשכנז ויקיטקסט
אַיֶּלֶת הַשַּׁחַר שבת ראש חודש יוצר מנהג פולין 26 סטראפן פון 4 סטאנצן, צוויי ווערטער אין יעדן סטאנץ א"ב מרובע, מאיר; און "מאיר חזק" מרומז אין פזמון ויקיטקסט
אילת השחר שבת חנוכה יוצר
אין זולתך
אל הר
אֱלָקַא עָלַם שביעי של פסח איינלייטונג פאר'ן תרגום פון די פסוקים "אז ישיר" מחזור ווירמייזא איינהייטליכער גראם אויף יעדן שורה (רָא) א״ב, מאיר בירבי יצחק ברבי שמואל זכור לטוב. פריוקס הסידור הפתוח
אלקים אמת שבת פרה שבעתא אויף מוסף גנזי ירושלים (בטעות מיוחס צום קליר יעדער שטיקל הייבט זיך אן מיט איין ווארט פונעם פסוק "אלקים הבין דרכה והוא ידע את מקומה", 6 סטראפן פון וואס דער לעצטער איז א פסוק; דערנאך א חתימה פון 4 סטאפן, דער ערשטער ווארט איז דער לעצטער פון פאריגן שטיקל (קייט), און דער לעצטער סטראף איז א פסוק. א"ב (צוויי געדאפלט און איינס נישט), און ביי די חתימות איז מרומז "מאיר"
אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי שביעי של פסח רשות פאר'ן מתורגמן מחזור ווירמייזא איינהייטליכער גראם דורכאויס דעם פיוט, בערך דריי ווערטער א שורה א״ב - מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ פריוקס הסידור הפתוח
אליך יהב
אֱמוּנָתְךָ אֲמִתִּי רַבָּה שבת ראש חודש זולת מנהג פולין פיר סטאנצן פער סטראף, דער לעצטער איז א פסוק פון תנ"ך א"ב, מאיר ברב יצחק יגדל בתורה ובמעשים טבים. ויקיטקסט
אמר יצחק
אֱמֶת מָשָׁל הָיָה זולת שבת נחמו מחזור אשכנז 4 סטאנצן פער סטראף, דער לעצטער איז א פסוק פון "נחמה" לויט א"ב און דערנאך מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ. ויקיטקסט
אנוש עד
אנשי משמר
אַקְדָּמוּת מִלִּין ערשטן טאג שבועות רשות פאר'ן מתורגמן אלע קהילות פון אשכנז 90 שורות פון 10 טראפן, איינהייטליכער גראם (-תָא) א"ב געדאפלט - מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ
אֲרוֹמִמְךָ אֵל חַי שבת נחמו יוצר מחזור אשכנז לויט א"ב עטליכע מאל און מאיר אינעם פזמון ויקיטקסט
אריא וננבי
ארעא רקדא
אשא כנפי
אשכולות שדים
את הברית
אֶת הַשֵּׁם שבת חול המועד סוכות יוצר מחזור אשכנז און פולין 3 סטראפן פון דריי סטאנצן, דער לעצטער סטאנץ איז א פסוק, און דערנאך א פזמון וואס ענדיגט זיך "קדוש" א"ב געטאפלט, מאיר בר יצחק, מרומז אינעם פזמון ויקיטקסט
את פני
והוה כד
ויבן אומן אמנות אבות שבת זכור שבעתא מוסף גנזי ירושלים (בטעות מיוחס צום קליר יעדער שטיקל הייבט זיך אן מיט איין ווארט פונעם פסוק "ויבן משה מזבח ויקרא שמו ה' נסי", 6 סטראפן פון וואס דער לעצטער איז א פסוק; דערנאך א חתימה פון 4 סטאפן, דער ערשטער ווארט איז דער לעצטער פון פאריגן שטיקל (קייט), און דער לעצטער סטראף איז א פסוק. א"ב (צוויי געדאפלט און איינס נישט), און ביי די חתימות איז מרומז "מאיר"
וַיּוֹשַׁע אוֹר ישְׂרָאֵל אחרון של פסח (מחזור ווירמייזא); שבת נאך פסח (מנהג פולין) יוצר מחזור ווירמייזא, מנהג פולין א"ב, מאיר ברבי יצחק ויקיטקסט
לֵיל שִׁמּוּרִים צווייטן נאכט פסח מערבית אויף צווייטן נאכט פסח מחזורים אשכנז ויקיטקסט
ליל שמורים המכלול
מושך חסד
מישך שדרך (צוגאב צום פיוט חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה) ערשטן טאג שבועות איינלייטונג פאר'ן "דיברא תניניא" (צווייטער געבאט) - תרגום פון "לא תשא" ביים קריאת התורה פון שבועות מחזור ויטרי (בערלין),סי' שג ערגענצט דעם אקראסטיך פון מ' ביזן סוף פריוקס הסידור הפתוח
מלאכי צבאות
מצלצלים בחלילים
מקדים וראש
משרתיו עומדים
(?) תחבשת אספלנית
תמור עבודת
תמרת סנסנה
תעודה החמודה
תענית צבור
תְּפִלָּה תִקַּח ערב ראש השנה סליחה סליחות מנהג אשכנז און מנהג ליטא 8 זילבעס פער סטראף תשר"ק, מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ ויקיטקסט

רבי מאיר בן יצחק פון ארליאן

עס איז געווען נאך א פּייטן מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק פון אָרליאַן, וועלכער ווערט בטעות צומאל אויסגעמישט מיט'ן בעל אקדמות. זיין זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י[34]. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער און האבנדיג דעם אלגעמיינעם גראם מה, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר"[35].

עס איז אויך דא א סליחה וואס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצציגלער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן מיט'ן אקראסטיך "מאיר בר יצחק חזן" און די ווערטער "אל עזי רעי" זענען מרמז אויף "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאמפּאנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער[35].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.
  2. רבי אלעזר מוורמייזה, פירושי סידור התפילה לרוקח א, תשנ"ב, עמ' שב, סי' מד.
  3. 3.0 3.1 סדור רש"י סי' תעז, און מחזור ויטרי הלכות שבת סי' קג.
  4. מחזור ויטרי, סי' קנה.
  5. פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, MS. Oppenheim 716, fol. 8a; פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, Ms. Heb. 4°656, דף 4ב, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; געדרוקט אין אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא, וויען, תר"מ, עמ' 7
  6. פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, MS. Oppenheim 716, fol. 1b; איבערגעשריבן ה'תצ"ג דורך יהודה צבי מיכלשטאט אין פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, Ms. Heb. 4°656, דף 71א, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; געדרוקט אין אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא, וויען, תר"מ, עמ' 4
  7. יוסף זליגר, "ר' מאיר ב"ר יצחק", שבועון בת-קול גל' כ', לבוב תרע"ג אין פרויקט בן-יהודה.
  8. אברהם גרוסמן, חכמי צרפת הראשונים, ירושלים: מגנס, 1995, 255–257.
  9. ספר קרניים מאמר יב.
  10. סדור רש"י, בערלין: באבער, תרע"ב, עמ' 80 (סי' קעד): "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק". געברענגט אין מחזור ויטרי, הלכות ראש השנה סי' שכא, און אין שבלי הלקט, סי' רצ.
  11. רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם ג, תשכ"ג, עמ' 96. זעט ערוגת הבושם, אפרים אורבאך, חלק א, זז' 197, 210; חלק ג, 96, 322, 385, 389, 423, 446; חלק ד, 46, 59, 85.
  12. 12.0 12.1 טיפיוט 78 - 'אור יום הנף' - עומר לר' מאיר ש"ץ – שיתוף פיוט.
  13. שבלי הלקט, סי' עו.
  14. נחום זאב רוזנשטיין, משה אייזיק בלוי, "מנהג אמירת אקדמות והמעשה המופלא שנקשר בו", בית אהרן וישראל קעג (סיון-תמוז תשע"ד), עמ' קה.
  15. 15.0 15.1 ר' מאיר בר' יצחק ש"ץ, אתר הפיוט והתפילה.
  16. תוספות, ראש השנה יא, א, ד"ה אלא.
  17. רש"י, הושע ו, ט; עמוס ג, יב; תהלים עג, יב; מלכים, י, כח פון כתב יד. זעט "פיוט אקדמות", ווילנע תרס"ב אין מבוא פון חיים נחמיה שובין, זייט 10–11.
  18. א.א. אורבך, ערוגת הבשם, ד, עמ' 4–5 ועמ' 108 הערה 28.
  19. שמחה עמנואל, ‏"חיבוריו ההלכתיים של ר' אלעזר מוורמייזא", תעודה, טז–יז (תשס"א), עמ' 228, הערה 100.
  20. זעט: רבי יוסף לעווינשטיין, לקורות היהודים בלובלין, לובלין, תר"ס, עמ' 139.
  21. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, תנאים ואמוראים, קכט, ע' 'אבטולמס'. זעט ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
  22. ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). ועיי"ש עמוד קלד-ה.
  23. י' פערל, "ג' אגרות על דבר הנדבות על נשמת ר' מאיר בעל הנס", כרם חמד, ב (1836), עמ' 29–30. איבער די בריוון זעט: א' רובינשטיין, 'קונטרס "כתית למאור" של יוסף פערל', עלי ספר, ג (תשל"ז) עמ' 140–157. זעט אויך: מוטי בנמלך, ‏"מן הסמבטיון לטבריה: נוסח לא ידוע של 'מעשה אקדמות'", מחקרי ירושלים בפולקלור יהודי, לו (תשפ"ד), עמ' 12–17
  24. ספר דרך צדיקים חלק ב' עמוד 290
  25. ישראל דאווידזאן, אוצר השירה והפיוט, חלק ד, ז' 432.
  26. Abraham David, "Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  27. אזוי ווי דער סליחה "תפילה תיקח תחינה תבחר" אויף ערב ראש השנה, וואס לויפט מיט א מעטער פון 8 זילבעס פער סטאנץ.
  28. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'
  29. זעט: חזקוני, שמות כ, יג און תוספות, מגילה כד, א
  30. Isaac Gantwerk Mayer, חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה, אויף פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ, ‏אפריל 30, 2025
  31. מחזור ווירמייזא, Ms. Heb. 4°781, דף 150, מאנוסקריפט אויף נבמ"י.
  32. טיפיוט 64 - שבעתות לפרשות זכור ופרה של ר' מאיר ש"ץ] – שיתוף פיוט.
  33. געדרוקט אין סידור אוצר התפילות (ווילנא תרע"ה, חלק ב, דף פט און צט בחלק הפיוטים.), הגם דארט ווערן זיי בטעות צוגעשריבן צו רבי אלעזר הקליר
  34. פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו רש"י, דברי הימים א' כט, יא.
  35. 35.0 35.1 צונץ, ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע, ז' 251 (דײַטש); Joseph Jacobs, M. Seligsohn, ‏"Meir ben Isaac of Orleans", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).