רוי:מעמארבוך
מעמארבוך איז א געמיינדע געבעטסבוך וואס איז אמאל געווען געווענליך אין אידישע געמיינדעס איבער צענטראל אייראפע. עס האט באשטאנען פון דריי הויפט טיילן:
(1) א זאמלונג פון תפילות געווענליך אויסגעזאגט דורכן פארליינער ווען ער איז געשטאנען ביים אלמעמאר (זע בימה) ווי צום ביישפיל די סדר פון בלאזן דעם שופר און ליינען מגילת אסתר, פארשידענע פארמען פון דער מי שברך תפילה, א.א.וו.;
(2) א נעקראלאגיע פון אויסגעצייכענטע מענטשן, סיי פון לאקאלע אדער פון אלגעמיינע אידישע וויכטיקייט;
(3) א מארטיראלאגיע פון מענטשן און פלעצער.
דער לעצטער איז געווען אונטערטעניג צו מינוטליכע פארשונג דורך געלערנטע, בפרט דורך ש. זאלפעלד. לויט איין מיינונג האט דער מעמארבוך באקומען זיין נאמען פון זיין געשטעלט, פארן באקוועמליכקייט פון דעם פארליינער, אויפן אלמעמאר, בשעת אן אנדערער האלט אז עס איז ארויסגענומען פון לאטיינישן memoria.
דער מנהג פון לייענען די נעמען האט זיך אנטוויקלט נאך די שחיטות פון די רהיין געמיינדעס דורכאויס דעם ערשטן קרייצצוג; צו דעם ליסטע זענען צוגעלייגט געווארן די נעמען פון די קדושים פון די רינדפלייש שחיטות און אנדערע קאטאסטראפן. די ליסטע פון קדושים וואס זענען אומגעקומען דורכאויס די שווארצע מגיפה רדיפות (1348–49) איז געווען פון אזא גרייס אז בעיקר נעמען פון פלעצער זענען רעקארדירט געווארן. עס איז געווארן דער מנהג צו ליינען אפ די ליסטע פון טויזנטער נעמען אין א צערעמאניע אויף שבת פאר שבועות (ווען די שחיטות פון דעם ערשטן קרייצצוג האבן פאסירט); אין א שפעטערן דאטום איז עס אויך אפגעלייענט געווארן אויף שבת פאר תשעה באב כאטש דער מחבר האט ווארשיינליך געהאט אין זינען אז עס זאל געלייענט ווערן אין טייל יעדע שבת. רבי יעקב בר משה הלוי פון מיינץ, דער קאדיפיצירער פון דעם אשכנזישן מנהג, האט געמאכט דאס לייענען פון דער פולער ליסטע פארפליכטעט פאר ריינישע געמיינדעס בשעת נישט-ריינישע זענען געווען צו לייענען בלויז די ליסטע פון פלעצער. דער מעמארבוך פון דער מיינצער געמיינדע, אנגעהויבן דורך יצחק בר שמואל פון מיינינגען אין 1296, איז געווען צוגעגעבן און איז געווארן די פולשטענדיקע און אויטאריטעטן ווערסיע פאר אלע אנדערע קאפיען. (סאלפעלד האט געהאלטן די פריע ווערסיע צו זיין פון דער נירנבערגער געמיינדע, א מיינונג וואס איז נישט אקצעפטירט געווארן דורך מ. וויינבערג, א שפעטערע אויטאריטעט.) עס איז געווארן אפדעיטעד דורך דערמאנען די קאטאסטראפן פון 1492 אין מעקלענבורג, און 1510 אין בראנדענבורג, און דורך די נעמען פון געמיינדעס וואס זענען אומגעקומען אין די כמיעלניצקי שחיטות (1648). וויבאלד קיין געמיינדע האט נישט געקענט זיין פולשטענדיג אן דעם מעמארבוך, איז עס אפט קאפירט געווארן אין די 17טן און 18טן יאר הונדערטער.
דער מעמארבוך איז פארברייטערט געווארן אין די פארשידענע געגנטן צו ארייננעמען נעמען פון געאכטעטע לאקאלע פערזענליכקייטן, ליסטעס פון נפטרים, ווי אויך תפילות פון ריין לאקאלן באנוץ און אָריגין. עס איז דעריבער קיינמאל נישט געדרוקט געווארן און איז ביסלעכווייז אריינגעפאלן אין אויסנוץ אין דעם מיטן פון דעם 19טן יאר הונדערט, דורכאויס די פאראייניגונג און סטאנדארטיזאציע פון די סערוויסעס און ריטואלן.
די פריהסטע מעמארביכער (אויסשליסנדיג דעם פון מיינץ) זענען ערשינען ארום 1600, אבער צווישן 1650 און 1750 איז א גרויסע צאל אנגעהויבן געווארן (באזירט אויף דעם פון מיינץ), ווייל אסאך געמיינדעס זענען געגרינדעט געווארן אין דעם תקופה. דער מעמארבוך האט אפגעשפיגלט דאס רעליגיעזע לעבן פון דער געמיינדע און האט עס באגלייט אין אירע צרות און וואנדערונגען; פליטים פון וויען (1670) האבן ווייטער באנוצט זייער מעמארבוך אין פירט; פליטים פון פולדה (1671) האבן גענומען זייערס מיט זיך קיין אמסטערדאם און שפעטער צוריק קיין פולדה. טייל געמיינדעס האבן געהאט מער ווי איין מעמארבוך (פירט אידנטום האט געהאט פינף קאמפלעמענטארע). מעמארביכער זענען געווען בפרט געווענליך צווישן געמיינדעס אין געגנטן אין די פעלדער; עס ווערט געשאצט אז עס זענען געווען ארום 150 אין בייערן אליין און עטליכע הונדערט מער אין באדען, ווירטעמבערג, העסע, אלזאס, און שווייץ. דער מעמארבוך גייט ווייטער צו דינען דעם היסטאריקער אלס א וויכטיגע קוואל פאר דער סאציאלער און רעליגיעזער היסטאריע פון די אידן און איז אפט ציטירט.
ביבליאגראפיע
מ. וויינבערג. די מעמארביכער דער אידישער געמיינדעס אין בייערן (1938); idem, אין: JJLG, 16 (1924), 253–320; 18 (1926), 203–16; C. דושנסקי, גדענקביכער "מעמארביכער" פון אפענבאך א. מ. און אנדערע דייטשע געמיינדעס (1924): א. נייבויער, אין: REJ, 4 (1882), 1–30; סאלפעלד, Martyrol; וו.ה. לאווע, דער מעמארבוך פון נירנבערג (1881); ל. לאווענשטיין, אין: ZGJD, 1 (1887), 195–8; 2 (1888), 86–99. צוגאב ביבליאגראפיע: ב. פורין (עד.), בוך דער עראינערונג (1999); א. פאמעראנץ, אין: עראינערונג אלס געגענווארט (2000), 33–53."