רוי:רבי מנחם בן חלבו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאָס יידישע לעבּן אין פראַנקרייך

בּיי היינטיקן טאָג איז זיך כמעט שווער פאָרצושטעלן, אַז אין רש"יס פאָטערלאַנד, פראַנקרייך, וואוּ עס איז צווישן די אידן כמעט אויסגעטריקנט געוואָרן יעדער מין סימן פון אידישקייט און העכערער יידישער שטודיום, זאָל דווקא אַמאָל האָבּן געווען דער צענטער פון תורה. עס בּלייבּט אָבּער דאָך אַ פאַקט, אַז וואַנדערנדיג איבּער פאַרשידענע מדינות צוזאַמען מיט די אידן, האָט די תורה געמאַכט אַן אכסניא אויך אין פראַנקרייך. אין אַ משך פון עטליכע הונדערט יאָר זענען אין פראַנקרייך אויסגעוואַקסן גרויסע ישיבות און גרויסע חכמים און אין דער צייט פון רש"י איז דאָסדאָזיקע לאַנד געוואָרן דער גרעסטער תורה־צענטער, וואָס האָט בּאַלויכטן די גאַנצע יידישע וועלט און אויסגעאיבּט אַ גרויסן איינפלוס אויפן יידנטום.

די אידן אין פראַנקרייך זוענען, וואָס אָנבּאַלאַנגט פורייהייט און מעגללעבקייטן פון מאַטעריעלער און גייסטיקער אַנטוויקלונג, געווען אין אַ סך אַ בּעסערן צושטאַנד, ווי זייערע בּרידער אין פיל אַנדערע לענדער. עס זענען, געווענליך, אין משך פון עטליכע הונדערט יאָר געווען אויך פיל בּיטערע צייטן. וואָרום לעבּנדיג צווישן בּאַרבּאַרישע און האַלבּ־ציוויליזירטע פעלקער און איבּערהויפּט קריסטליכע פעלקער, האָט עס אַנדערש נישט געקאָנט זיין. אָבּער דערפאַר האָבּן די אידן אין פראַנקרייך געהאַט אויך אַ גאָלדענעם פּעריאָד, וועלכער איז געווען זעלטן אין דער יידישער געשיכטע.

די ערשטע אידן זענען געקומען קיין פראַנקרייך, אָדער, ווי דאָס לאַנד האָט דעמאָלט געהייסן, גאַליע, בּאַלד נאָכן חורבּן בּית־המקדש, ווען דאָס יידישע פאָלק איז צעזייט און צעשפּרייט געוואָרן איבּער אַלע מדינות פון דער וועלט. עס זענען געקומען אַ סך סוחרים, וועלכע האָבּן געפירט גרויסע געשעפטן מיט רוים פון אַלעקסאַנדריע און קליין־אַזיע. אויך פיל יידישע געפאַנגענע, וועלכע די רוימישע קיסרים, אספּסינוס און טיטוס, די זיגער איבּער יהודה, האָבּן געבּראַכט קיין רוים, זענען פאַנאַנדערגעשיקט געוואָרן אין פאַרשידענע טיילן פון דער ויוימישער אימפּעריע און אויך אין גאַליע, וועלכע איז דאַן געווען אַ רוימישע פּראָווינץ. דידאָזיקע אידן האָבּן זיך צעשפּרייט איבּערן לאַנד און האָבּן אָנגעשפּאַרט אַזש בּיז פּאַריז און בּעלגיע.

די גאַלישע אידן זענען געווען רוימישע בּירגער אונטער דער רוימישער הערשאַפט און זיי זענען אויך גוט בּאַהאַנדלט געוואָרן פון די פראַנקישע און בּורגונדישע הערשער, וועלכע האָבּן זיך שפּעטער דערקלערט אַלס אומאָפּהענניק פון רוים.

די אידן אין די פראַנקישע און בּורגונדישע מדינות האָבּן זיך בּאַשעפטיקט מיט לאַנדווירטשאַפט, מיט מסחר, גאַנץ אומגעשטערט. זיי האָבּן אַפילו געהאַט אייגענע שיפן אויף צו שיקן סחורה אין ווייטע לענדער. עס זענען אָבּער צווישן זיי געווען אויך געלערנטע מענטשן, איבּערהויפּט מעדיצינער, און אַפילו די גייסטליכע זענען געגאַנגען צו זיי זיך קורירן, ווייל זיי האָבּן זיך דאָך נישט געוואָלט פאַרלאָזן אויף נסים.

די אידן מיט די קריסטן האָבּן דאָרטן געלעבּט אין פרידן. זיי האָבּן צוזאַמען געהאַנדלט און צוזאַמען פאַרבּראַכט. אידן זענען געווען איינגייער אין קריסטליכע הייזער און קריסטן זענען געווען איינגייער אין יידישע הייזער. אַפילו די העכערע קריסטליכע גייסטליכע פלעגן קומען צו אידן, און אידן זענען געווען איינגעלאַדן צו זיי. עס זענען געווען אייניקע העכערע גלחים, וואָס האָבּן פּרובּירט מאַכן אַ העצע קעגן אידן דערפאַר, וואָס די אידן האָבּן נישט געוואָלט עסן בּיי די קריסטליכע גייסטליכע, הגם די קריסטליכע גייסטליכע האָבּן בּיי אידן יאָ געגעסן. די דאָזיקע העצער האָבּן פּרובּירט דערמיט בּאַווייזן, אַז די אידן האַלטן די קריסטליכע גייסטליכע פאַר נידעריק און אומווירדיק צו געניסן פון זייער עסן. עס זענען אַפילו אָנגענומען געוואָרן בּאַשלוסן וועגן דעם. אָבּער די קריסטליכע גייסטליכע האָבּן זיך נישט געמאַכט וויסנדיג פון אַלע בּאַשלוסן און האָבּן ווייטער אָנגעהאַלטן זייערע פריינטליכע בּאַציאונגען מיט אידן. עס איז, אגב, אינטערעסאַנט, אַז דידאָזיקע אידן, כאָטש זיי זענען שוין געווען ווייט פון ארץ־ישראל און בּבל, האָבּן זיי זיך דאָך געהאַלטן פעסט בּיי זייער אמונה. וואוּ זיי זענען געקומען, האָבּן זיי געבּויט שולן און אָפּגעהיט אַלע דינים פון דער תורה.

געווענליך, אַזוי לאַנג ווי דאָס קריסטנטום איז אין די פראַנקישע און בּורגונדישע מדינות נישט געווען אַזוי שטאַרק איינגעוואָרצלט און די שנאה צו די נישט־קריסטליכע פעלקער איז נאָך נישט געווען אַזוי שאַרף, האָבּן די אידן פון די קריסטן גאָרנישט געליטן. שפּעטער אָבּער, ווען דאָס קריסטנטום האָט זיך גענומען אַלץ מער פאַרשפּרייטן און איבּערהויפּט שטאַרקער און שאַרפער ווערן, האָבּן זיך שוין אָנגעהויבּן פיינטליכע בּאַציאונגען צו אידן און אין זעקסטן יאָרהונדערט האָט מען זיי שוין אָנגעהויבּן אָנטאָן צרות און אַ סך זענען געצוואוּנגען געוואָרן זיך צו שמדן.

אַ נייע גלענצנדיקע עפּאָכע האָט זיך אָנגעהויבּן פאַרן פראַנצויזישן אידנטום אין אַכטן יאָרהונדערט, ווען עס איז אַרויף אויפן טראָן דער בּאַרימטער קעניג קאַרל דער גרויסער, דער גרינדער פון דער גרויסער פראַנקישער אימפּעריע, אין וועלכער עס זענען אויך געווען אַריין דייטשלאַנד און איטאַליע, וועלכע האָט אַרויסגעשלעפּט אייראָפּע פון איר בּאַרבּאַרישן צושטאַנד, אַרומגעוואַשן און אויסגעבּילדעט.

צו יענער צייט זענען שוין די אידן אין דער פראַנקישער מלוכה געווען גאַנץ שטאַרק. די אידן זענען דאַן געווען די גרעסטע סוחרים אין דער וועלט. דער אַדעליקער קלאַס האָט זיך דאַן בּאַשעפטיקט בּלויז מיט קריג, מיט מיליטערישע ענינים. דער פּראָסטער עולם האָט זיך פאַרנומען מיט האַנטווערק, און די פּויערים מיט לאַנדווירטשאַפט. די אידן זענען דאַן, אַלזאָ, געווען די איינציקע, וועלכע האָבּן זיך פאַרנומען מיט מסחר, מיט אימפּאָרט און עקספּאָרט אין די ווייטע לענדער, האָבּנדיג דערבּיי גרויס דערפאָלג, אַ דאַנק זייערע בּאַציאונגען מיט אידן אין אַלע לענדער. קאַרל דער גרויסער האָט זיך נישט געלאָזט פאַרפירן פון די העצערישע גלחים און דווקא געגעבּן די אידן אַלע פרייהייטן, ווייל ער האָט גאַנץ גוט איינגעזען, וואָס פאַר אַ נוצן זיי בּרענגען דער מדינה. ער האָט די אידן געגעבּן די פּריווילעגיע צו מאַכן ווייטע נסיעות אויף צו פאַרשפּרייטן דעם האַנדל און מחמת דעם האָבּן די פראַנקישע אידן, רייזנדיג דורך פיל דייטשע שטעט, אָנגעשפּאַרט אַזש בּיז בּעהמען און פּוילן.

נאָך פרייער און נאָכמער שטאַרקער זענען די אידן געוואָרן אונטער דער הערשאַפט פון קאַרלס זון, לודוויק דעם פרומען. אַ וואוּנדערבּאַרע צייט האָבּן דעמאָלט די אידן געהאַט. דאָס איז געווען אַ גלענצנדיקע, גאָלדענע ערע פאַר די אידן אין דער פראַנקישער מלוכה, — אַ צייט, וועלכע זיי האָבּן קיינמאָל נישט געהאַט אין זייער געשיכטע.

לודוויק דער פרומער, וועלכער איז געגאַנגען אין די וועגן פון זיין גרויסן פאָטער, האָט זיך צו אידן בּאַצויגן אויסערגעווענליך גוט. ער האָט זיי געשיצט קעגן די פּריצים און גלחים, וועלכע האָבּן שוין דאַן אָנגעהויבּן אַרויסר ווייזן זייער זעלבּסטשטענדיקע הערשאַפט. ער האָט אַפילו פאַראָרדנט, אַז די מאַרק־טעג זאָלן געמאַכט ווערן זונטאָג און נישט שבּת, ווי עס איז אַלע מאָל געווען, כדי אידן זאָלן זיך קאָנען בּאַטייליקן אין זיי. ער האָט אַפילו בּאַשטימט אַ יידישן בּאַאַמטן אויף אָפּצושאַצן די שטייערן. דאָס איז שוין געווען אַן אויסערגעווענליכע פּריווילעגיע, ווייל דערמיט האָט דער איד געהאַט צו זאָגן איבּער די קריסטן, וואָס עס איז געווען לחלוטין קעגן די קירכליכע געזעצן.

אַ סך צו פאַרדאַנקען אין זיין גוטער בּאַציאונג צו אידן האָט מען געהאַט דער קעניגין, לודוויקס פרוי, יהודית, וועלכע איז געווען זייער פריינטלעך צום אידנטום. די קעניגין און אירע פריינט זענען געווען די שיצער פון אידן, ווייל זיי שטאַמען אָפּ פון די אבות און די נביאים, און דער קעניג האָט דערויף מסכים געווען. די געבּילדעטע קריסטן האָבּן זיך פּשוט נישט געקאָנט אָפּלויבּן פון יאָזעפוס פלאַוויוס און פון יידישן פילאָזאָף פילאָן פון אַלעקסאַנדריע. זייערע ווערק זענען אַ סך מער געלייענט געוואָרן, ווי דער עוואַנגעליום. עס זער נען געווען אַזעלכע קריסטן, וועלכע פלעגן קומען צו אידן זיך בּענטשן. די אידן האָבּן געהאַט אַ דירעקטן און פרייען צוטריט צום קעניג און צו אַלע הויפלייט.

נאָכן טויט פון לודוויק דעם פרומען איז די אידישע גאָלדענע ערע פאַרשוואוּנדן און איבּערהויפּט, ווען די פראַנקישע אימפּעריע איז זיך צעפאַלן און ס'האָבּן זיך פון איר געבּילדעט עטליכע מלוכות — פראַנקרייך, דייטשלאַנד, לאָטרינגען און איטאַליע. דאַן האָט די מאַכט פון די קעניגן אָנגעהויבּן צו ווערן בּכלל שוואַכער, און די בּאַראָנען, גראַפן און הערצאָגן און די גלחים האָבּן אָנגעהויבּן צו ווייזן זייער מאַכט. זיי האָבּן זיך פּרובּירט אָפּרעכענען מיט די אידן, אָבּער דאָך זענען די אידן געווען גענוג שטאַרק און האָבּן זיך געלעבּט רואיק.

אָבּער נישט בּלויז מאַטעריעל איז די אידן אין פראַנקרייך געגאַנגען גוט. זיי האָבּן זיך אויך גייסטיק שטאַרק אַנטוויקלט און האָבּן פאַרשטאַרקט די אידישקייט און דעם תורה־שטודיום. די רייכקייט האָט זיי נישט געבּראַכט צו פאַרגעסן די תורה, פאַרקערט, דווקא ווייל זיי זענען געווען רייך, האָבּן זיי געהאַט גענוג צייט צו שטודירן. אידן האָבּן געלערנט אַ סך תורה אין פראַנקרייך. אידן האָבּן געקענט אַ סך לערנען. אַנדערש וואָלטן צווישן זיי קיין גאונים נישט געקאָנט דערשיינען. גאונים קאָנען נישט אויסוואַקסן אין אַ דור פון עם־הארצים. עס מוז זיין דער גייסטיקער בּאָדן דערצו.

פראַנקרייך האָט געהאַט גרויסע ישיבות, וואוּ מען איז געזעסן און געלערנט תורה. די ערשטע ישיבה איז געגרינדעט געוואָרן אין מאַינץ, לאָטרינגען, וועלכע האָט געהערט צו דער פראַנקישער מלוכה, דורך דעם אויפטו פון קאַרל דעם גרויסן. דערדאָזיקער וואוּנדערבּאַרער קיסר האָט גענומען אַ גרויסן אָנטייל אין דער גייסטיקער אויפלעבּונג פון די אידן אין זיין אימפּעריע. פּונקט אַזוי ווי ער האָט געזאָרגט פאַר דער אויסבּילדונג פון די דייטשן און פראַנצויזן אין זיין אימפּעריע, און האָט צוליבּ דעם אַראָפּגעבּראַכט גרויסע געלערנטע פון איטאַליע, אַזוי האָט ער אויך געשטרעבּט איינצופלאַנצן הויכע קולטור צווישן די דייטשע און פראַנצויזישע אידן. ער האָט דעריבּער איינגעלאַדן פון לוקאַ, איטאַליע, אַ בּאַרימטע פּערזענלעכקייט, ר' קלונימוס, אים געבּראַכט קיין מאַינץ, וואוּ ער האָט געגרינדעט אַ ישיבה, וועלכע איז שפּעטער בּאַרימט געוואָרן אין דער יידישער וועלט. די מאַינצער ישיבה איז געוואָרן דער גרעסטער צענטער פון תורה פאַר אַלע אידן אין אייראָפּע, און ווען די צאָל תלמידים איז גרויס געוואָרן, זענען נייע ישיבות אויסגעוואַקסן אין וואָרמס, און אויך אין פיל טיילן פון פראַנקרייך.

אויסער דער ישיבה אין מאַינץ, איז מיט דער הילף פון קאַרל דעם גרויסן געשאַפן געוואָרן אַ גרויסע ישיבה אין נאַרבּאָן. קאַרל זאָל זיך האָבּן געווענדט צום מעכטיקן קאַליף האַרון על־ראַשיד, אַז ער זאָל אים שיקן אַ געלערנטן מאַן פאַר זיין לאַנד, און האַרון זאָל אים האָבּן געשיקט פון בּבל אַזאַ מאַן, ווי ער האָט פאַרלאַנגט; דאָס איז געווען ר' מכיר, וועלכער איז געווען דער ראש פון דער יידישער קהלה אין נאַרבּאָן. ר' מכיר איז אַלזאָ געווען דער ערשטער, וואָס האָט איינגעפלאַנצט תורה צווישן די אידן אין דרום־פראַנקרייך. דאָרטן האָט אויך מרביץ תורה געווען דער בּאַוואוּסטער ר' משה הדרשן.

שפּעטער איז דורך ר' יצחק בּן מנחם הגדול, אַ תלמיד פון ר' אליעזר הגדול אין מאַינץ, געגרינדעט געוואָרן אַ ישיבה אין אָרלעאַנס, און אין פיל 15 די מפרשים פון דער תורה 13 אַנדערע שטעט, צווישן זיי אויך אין לונעל און טרואַ, זענען אויסגעוואַקסן בּאַדייטנדיקע תורה־צענטרען. די פראַנצויזישע תלמידי־חכמים זענען געשטאַנען אין פאַרבּינדונג מיט די אַקאַדעמיעס אין בּבל און טייל מאָל פלעגן אייניקע פאָרן דירעקט קיין בּבל, ווען עס זענען פאָרגעקומען האַרבּע שאלות. עס איז פאַראַן אַן אגדה, אַז ר' נטרונאי גאון איז אַפילו איינמאָל געקומען קיין פראַנקרייך אויפצוקלערן געוויסע שאלות.

אַ גרויסער אויפשוואונג איז פאָרגעקומען מיט דעם דערשיינען פון רבּינו גרשום מאור הגולה, וועלכער איז געווען אַ תלמיד פון גאון ר' יהודה בּן מאיר, אָדער לעאָנטין. רבּינו גרשום איז געווען אַ גרויסער גאון און אַן אומאָפּהענגיקע פּערזענלעכקייט. ער איז עס געווען, וואָס האָט איינגעפירט אַ חרם, אַז אידן זאָלן נישט נעמען מער ווי איין פרוי, ווייל עס איז דעמאָלט געווען די מאָדע צווישן די אידן אין אייראָפּע צו נעמען עטליכע פרויען. ער האָט אויך איינגעפירט פיל אַנדערע תקנות, וואָס זענען אָנגענומען געוואָרן פון אַלע אידן, פּונקט אַזוי ווי פון אַ סנהדרין.

רבּינו גרשום, אַ געבּוירענער אין מעץ, אָדער נאַרבּאָן, האָט געגרינדעט אַ גרויסע ישיבה אין לאָטרינגען, וואוּהין עס זענען געקומען תלמידים פון פיל ווייטע לענדער. דער אויטאָריטעט פון רבּינו גרשום איז געוואַקסן אַזוי גרויס, אַז ער איז, אַזוי צו זאָגן, געוואָרן אַ קאָנקורענט פון ר' האי גאון אין בּבל, וואָריס אָנשטאָט צו שיקן די שאלות אהין, האָבּן די יידישע קהלות פון פראַנקרייך, דייטשלאַנד און איטאַליע אָנגעהויבּן צו שיקן זייערע שאלות צו אים.

עס איז אָבּער נישט געווען בּלויז די גמרא אַליין, וועלכע איז געשליפן געוואָרן אין צפון־פראַנקרייך; מען האָט אויך אַנדערע חכמות געלערנט. געווענליך האָבּן זיך די פירנדיקע גייסטער פון צפון־פראַנקרייך נישט אָפּגעגעבּן מיט אַזויפיל זייטיקע חכמות, ווי אין פּראָוואַנס, און ווער רעדט שוין ווי אין שפּאַניע. אין פּראָוואַנס האָט געהערשט אַ מער ליבּעראַלער גייסט. מען האָט זיך אָפּגעגעבּן מיט גמרא, מען האָט זיך געהאַט אָפּגעגעבּן מיט הלכה, אָבּער מען האָט שטודירט פילאָזאָפיע, אַסטראָנאָמיע, מאַטעמאַטיק, מעדיצין, גראַמאַטיק און פילאָלאָגיע. דערזעלבּער, וואָס האָט געהאַט געלערנט גמרא, האָט זיך געהאַט אָפּגעגעבּן אויך מיט אַנדערע וויסנשאַפטן. מען האָט זיך פאַר חקירות, פאַר פילאָזאָפישע ספּעקולאַציעס נישט געשראָקן. אין צפון־פראַנקרייך האָט געהערשט אַ מער פּוריטאַנישער גייסט. דאָרטן איז געווען דער עיקר די גמרא, די הלכה. די טראַדיציע, די פרומקייט, די תורה, — דאָס איז געווען העכער און גרעסער פון אַלץ, און חקירות האָט מען דאָרט נישט געדולדעט. מען האָט עס בּכלל נישט געהאַלטן פאַר וויכטיק, וויבּאַלד אַז מען וועט מיטן שכל סייווי־סיי קיין זאַך נישט דערגרייכן און די טראַדיציע וועט מוזן סיי־ווי־סיי בּלייבּן דער עיקר און דער יסוד פון יידנטום. דאָך האָט מען טייל וויסנשאַפטן געלערנט. עס זענען געווען טייל אַסטראָנאָמען און מעדיצינער. אויך העבּרעאישע גראַמאַטיק און העבּרעאישע פילאָלאָגיע איז געפלעגט געוואָרן אין צפון־פראַנקרייך, כאָטש נישט מיט דערזעלבּער וואַרעמקייט, מיט דערזעלבּער צערטליכקייט און מיט דעמזעלבּן שוואונג, ווי אין שפּאַניע. די גדולים פון צפון־פראַנקרייך האָבּן שטודירט העבּרעאיש נישט כדי אויסצובּויען די שפּראַך־וויסנשאַפט, נאָר כדי צו דערגיין דורכדעם דעם אמתן פּשט פון די כתבי הקודש. דער ערשטער, וואָס האָט זיך אין צפון־פראַנקרייך אָפּגעגעבּן מיט דער העבּרעאישער שפּראַך־פאָרשונג און מיט די אינטערפּרעטאַציעס פון דער תורה, איז געווען ר' מנחם בּן חלבו.

זיינע "פּתרונים" צו דער תורה

דער ערשטער פראַנצויזישער מפרש, וואָס האָט אַריינגעבּראַכט די פּשטות אין די אינטערפּרעטאַציעס אויף דער תורה, איז געווען נישט קיין אַנדערער, ווי ר' מנחם בּן חלבו. עס איז פאַראַן אַ סברא, אַז נאָך פאַר אים זאָל האָבּן אין פראַנקרייך געווירקט אַ מפרש, וואָס האָט אויסגעטייטשט די תורה לויטן פּשוטן פּשט. דערדאָזיקער זאָל האָבּן געווען איינער מיט דעם נאָמען ר' עזריה, וועלכער ווערט דערמאָנט אויף רש"יס אַ מאַנוסקריפּט צו איוב, וואוּ ער בּרענגט אַ פּשט "משום ר' מנחם שאמר משום ר' עזריה ששמעתי מפּי ר' יוסף". דערפון וויל מען אויך אַרויסדרינגען, אַז ר' עזריה איז געווען ר' מנחמס אַ רבּי אוי ער איז עס געווען דער וועגווייזער פאַר פּשט. דאָס זענען אָבּער אַלץ סברות אָן שום געניגנדיקער בּאַגרינדונג. וואָרום אַפילו ר' מנחם האָט געהערט פון אים אַ טייטשוואָרט, איז נאָך נישט קיין ראיה, אַז יענער איז געווען אַ מפרש אויף דער תורה און ס'איז אויך נישט קיין ראיה, אַז ער איז געווען זיין רבּי. ר' עזריה האָט גאָרנישט געשאַפן און איז געבּליבּן פולקאָם אומבּאַקאַנט. ר' מנחם בּן חלבו האָט אָבּער געשאַפן, און זיינע שאַפונגען זענען געבּליבּן, כאָטש נישט אין קיין פולקאָמענער פאָרם. מחמת דעם בּלייבּט טאַקע ר' מנחם דער ערשטער אין צפון־פראַנקרייך, וואָס האָט געהאַט געלייגט דעם יסוד פאַר פּשוטן פּשט און וועלכער האָט אויסגעאיבּט אַ גרויסע ווירקונג אויף די ווייטערדיקע דורות מפרשים אין זיין לאַנד.

דאָס לעבּן פון ר' מנחם בּן חלבו איז איינגעהילט אין טונקלקייט. עס איז נישט בּאַקאַנט זיין אָפּשטאַמונג, עס איז נישט בּאַקאַנט גענוי, ווען ער איז געבּוירן, וואוּ ער איז געבּוירן און ווי אַזוי ער האָט געהאַט פאַרבּראַכט זיין לעבּן. די פאָרשער האָבּן דעריבּער געהאַט בּיי אים אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו גריבּלען אין אָט די אַלע צווייפלהאַפטע און אומבּאַקאַנטע פּונקטן און האָבּן עפּעס אַרויסגעבּראַכט, הויפּטזעכליך מכה דער צייט פון זיין ווירקן. ר' מנחם איז געווען אַ בּרודער פון ר' שמעון קרא און אַ פעטער פון ר' שמעונס זון ר' יוסף קרא. דערדאָזיקער ר' יוסף קרא האָט געלעבּט אין איין צייט מיט רש"ין און טאַקע אין טרואַ גופא, וואוּ רש"י האָט געוואוינט, און איז געווען אַן איינגייער אין רש"יס הויז. ר' יוסף קרא האָט געמוזט זיין אַ יונגערמאַן, דען ער איז נאָך געווען אַ גוטער חבר פון רשבּ"ם, רש"יס אייניקל, און דאָך האָט רש"י זיך שטאַרק צוגעהערט צו זיינע פּשוטע פּירושים און זיי אַריינגענומען אין זיין פּירוש אויף די כתבי הקודש. אויבּ ר' יוסף האָט געקאָנט געבּוירן ווערן אומגעפער אין די אָנהייבּ זעכציגער יאָרן און אָנגעהויבּן ווירקן אין די אַכציקער אָדער ניינציגער יאָרן פון עלפטן יאָרהונדערט, דאַרף מען פאַרשטיין, אַז ר' מנחם בּן חלבו האָט געלעבּט אין רש"יס צייט, נאָר ער האָט געמוזט זיין עלטער פאַר אים.

שווערער אַבּיסל איז געווען פאַר די פאָרשער זיך צו דערגרונטעווען, וואוּ ר' מנחם איז געווען געבּוירן און וואוּ ער האָט געהאַט געלעבּט. זיין פּלימעניק, ר' יוסף קרא, האָט טאַקע געלעבּט אין טרואַ, אָבּער ר' מנחם האָט דאָרטן נישט געקאָנט האָבּן געוואוינט, ווייל דעמאָלט וואָלט ער זיך געהאַט געקענט מיט רש"ין פּערזענלעך און רש"י וואָלט נישט געדאַרפט בּרענגען זיינע פּירושיב דורך דער פאַרמיטלונג פון זיין פּלימעניק ר' יוסף קרא. דידאָזיקע בּעלי־סברא ווילן דעריבּער האַלטן, אַז ר' מנחם זאָל האָבּן געוואוינט אין פּראָוואַנס. דאָס דרינגען זיי אַרויס דערפון, וואָס ר' מנחם האָט געהאַט געשריבּן פּירושים אויף פּיוטים אין נאָמען פון ר' יהודה בּ"ר משה הדרשן, וועלכער האָט געהאַט געלעבּט אין נאַרבּאָן בּיים פאָטער, אָדער אין טולוז נעבּן נאַרבּאָן. דאָס איז אַ צו־געוואַגטע סברא און אַ גאַנץ איבּעריקע אויך. וואָרום אויבּ ער האָט נישט געוואוינט אין טרואַ, אין רש"יס שטאָט, איז נאָך דערפון נישט געדרונגען, אַז ער האָט געמוזט וואוינען אין פּראָוואַנס. ער האָט געקאָנט לעבּן אין אַן אַנדער שטאָט פון צפון־פראַנקרייך. ווייל פראַנקרייך איז דאָך נישט בּאַשטאַנען פון טרואַ אַליין. דערבּיי האָט געקאָנט גאַנץ מעגלעך זיין, אַז ער זאָל האָבּן בּאַזוכט פּראָוואַנס, וואוּ ער האָט געוויילט אַ קורצע צייט און האָט זיך געהאַט געקענט מיט די דאָרטיקע חכמים. עס קאָן זיין, אַז זייענדיג בּיי ר' יהודה הדרשן אין דויז, האָט ער זיך געהאַט אויסגעלערנט דאָס בּיסל אַראַבּיש, וועלכע ער האָט אַ פּאָר מאָל בּאַנוצט אין זיינע פּירושים. און ס'איז אויך אָנגענומען, אַז ר' מנחם איז געווען נישט קיין פּראָוואַנסאַלער, נאָר אַן אמתער פראַנצויז, פון די ,"חכמי צרפת", ווי ס'האָבּן געהייסן די חכמים פון צפון־פראַנקרייך, ווייל די דרום־פראַנצייזישע חכמים האָבּן געהייסן "חכמי פּרובינציה".

בּיז צו דער צייט פון ר' מנחם בּן חלבו איז בּלויז איין איינציק לאַנד געווען אין אייראָפּע, וואוּ מ'האָט געהאַט אינטערפּרעטירט די תורה על פּי פּשט, לויט די גרונט־פּרינציפּן פון דער העבּרעאישער פילאָלאָגיע און גראַמאַטיק, דאָס איז געווען שפּאַניע, דאָס קלאַסישע לאַנד פון העבּרעאישער שפּראַך־פאָרשונג, פון העבּרעאישע וויסנשאַפטליכע שטודיען און פון פּשוטער אינטערפּרעטירונג פון דער תורה. אין פראַנקרייך, סיי אין דרום און סיי אין צפון, וואוּ די גרויסע יידישע גייסטער זענען געווען פאַרזונקען אין גמרא און קיין אָריגינעלע פילאָלאָגישע און גראַמאַטיקאַלישע פאָרשונגען פון לשון־קודש זענען נישט געווען, איז דער לימוד־התורה נאָך אַלץ געגאַנגען אויפן אַלטן וועג, אויפן וועג פון דרש. אין דרום־פראַנקרייך האָט אויף אַזאַ אופן געהאַט אינטערפּרעטירט די תורה ר' משה הדרשן און זיין זון ר' יהודה בּן משה הדרשן. מען האָט די תורה פאַרטייטשט מיט די אגדות פון דער תלמודישער ליטעראַטור און אויך מיט אייגענע מדרשים. אין צפון־פראַנקרייך איז אויף דעמזעלבּן וועג געגאַנגען ר' שמעון קרא, טאַקע ר' מנחמס אַ לייבּלעכער בּרודער. ר' שמעון האָט געהאַט צונויפגעזאַמלט אַלע אגדות און מדרשים, וואָס געפינען זיך אויף יעדן פּסוק פון דער תורה, ער האָט זיי אַלע גוט סיסטעמאַטיזירט אויף די חמשה חומשי תורה, אויף די נביאים און אויף כרובים און געשאַפן אַזוי אַרום דעם ספר, וועלכער איז בּאַקאַנט בּיי אונז אַלס דער "ילקוט שמעוני". עס זענען פאַראַן געוויסע פאָרשער, וואָס האַלטן, אַז דער ילקוט שמעוני איז געשאַפן געוואָרן שפּעטער און פון אַן אַנדערן. אָבּער דידאָזיקע ראיות זענען נאָך דערווייל נישט גענוג שטאַרק אויף אַוועקצורויבּן פון ר' שמעון קרא די פרוכט פון זיין שאַפונג, וואָרום נישט בּלויז זאַמלער איז ער געווען, נאָר אויך אָריגינעלער שאַפער. ער האָט אויך זיינס אַריינגעטראָגן אין דעם "ילקוט", ער האָט געשאַפן נייע פּירושים, נייע דרושים.

ר' מנחם איז אָבּער נישט געגאַנגען אין די פוס־טריט פון זיין בּרודער און אויך נישט פון ר' משה הדרשן. ער איז זיך געגאַנגען זיין אייגענעם וועג, זיין אָריגינעלן וועג פון פּשוטן פּשט, וואָס איז געווען אַ געוויסע איבּערראַשונג, אַ געוויסע געשעעניש פאַר צפון־פראַנקרייך, וואוּ דער תלמוד און דער מדרש האָבּן געהאַט בּאַהערשט דעם יידישן געדאַנק. אין דער הינזיכט איז ר' מנחם בּן חלבו געווען נישט בּלויז דער ערשטער מפרש, נאָר אויך דער ערשטער אָריגינעלער מפרש אין זיין לאַנד. ר' מנחם איז געווען, אַזוי צו זאָגן, דער שעפער פון דער פראַנצייזישער שול מפרשים, וועלכע האָבּן געשטרעבּט פון דער תורה געוואויר צו ווערן, אַרויסצולערנען, אַרויסצובּרענגען אַלץ, וואָס ס'איז בּאַהאַלטן אין איר, בּעת די אַנדערע שולן האָבּן געשטרעבּט אַריינצולייגן זייערע אייגענע געדאַנקען אין דער תורה, אומאָפּהענגיק דערפון, צי דאָס זענען געווען פילאָזאָפישע, פרייע פילאָזאָפישע אָדער אַלעגאָרישע, אולטראַ־אַלעגאָרישע אינטערפּרעטירונגען.

ר' מנחם בּן חלבו האָט זיך געהאַלטן אָן ריינעם פּשט. זיינע אויסטייטשונגען זענען נישט קיין צעצויגענע. ער לאָזט זיך נישט אַריין אין לאַנגע רעדערייען, ער אינטערפּרעטירט אַ פּסוק מיט לאָגיק, מיט שכל און מיט גרויסן געשמאַק. כדי קלאָרער אויסצוטייטשן אַ וואָרט אָדער אַן ענין, האָט ער זיך בּאַנוצט מיט דער פראַנצויזישער שפּראַך, און אַזוי אַרום איז ער, אַלס ערשטער מפרש, געווען אויך דער ערשטער, וואָס האָט געהאַט געשאַפן די אַזוי־גערופענע בּלע"זן, וועלכע ווערן איצטער אויסגענוצט פון די פאָרשער פון אַלט־פראַנצויזיש. ער איז אָריגינעל און אינטערעסאַנט. עס זענען פאַראַן בּיי אים טייל אינטערפּרעטאַציעס, וואָס זענען אַבּיסל האַרטלעך, אומפאַרשטענדלעך און נישט צום פּונקט. דאָס קאָן אים אָבּער פאַרגעבּן ווערן, ווייל נאָך אַלעמען איז ער דאָך געווען דער ערשטער אין זיין לאַנד, וואָס האָט געהאַט געשאַפן אַ נייע שיטה אין דער תורה־אינטערפּרעטאַציע און אים זענען נישט בּאַקאַנט געווען די פּירושים פון די לעצטע גאונים אין בּבל, ווי סעדיה גאון, ר' האי גאון און ר' שמואל בּן חפני גאון און פון די ערשטע מפרשים אין שפּאַניע. ער האָט זיך דעריבּער אַמאָל געמוזט ציען צו דרש, ווייל נישט אַלע ערטער האָט ער געקאָנט גובר זיין מיטן ריינעם פּשט. ער האָט געמוזט אָנקומען צו אַ מאמר חז"ל, צו אַ מדרש און אויך צו תרגום. דאָס זענען אָבּער געווען איינצלנע פאַלן יעדנפאַלס.

אָט די אַלע פּירושים האָט ר' מנחם אַליין צונויפגעזאַמלט אין איין ספר אונטערן נאָמען "פּתרונים", און נישט ווי טייל האַלטן, אַז דידאָזיקע אַרבּעט איז געטון געוואָרן דורך זיינע תלמידים, וועלכע האָבּן דידאָזיקע פּירושים פון אים געהערט. זיין ספר אָבּער איז צו אונז אין זיין פולקאָמענער פאָרם נישט דערגאַנגען. אַ גרויסער טייל פון זיינע "פּתרונים" זענען פאַרלוירן געגאַנגען און דאָס איבּעריקע איז צעזייט געוואָרן אין די ספרים פון פאַרשידענע מפרשים איף דער תורה, וי בּיי זיין פּלימעניק, ר' יוסף קרא, בּיי ר' שמעיהן, וועלכער איז געווען אַ תלמיד בּיי רש"ין און אויך זיין סעקרעטאַר און הויפּטזעכליך טאַקע בּיי רש"י אַליין, וועלכער דערמאָנט אים שטענדיג, ווען ער דערמאָנט זיינעם אַ פּירוש. עס שיינט אויך, אַז אבן עזרא און ר' דוד קמחי האָבּן זיך געהאַט בּאַנוצט מיט זיינע "פּתרונים", כאָטש זיי דערמאָנען נישט זיין נאָמען.

דאָס פּריוואַטע פאַמיליען־לעבּן פון דעם ערשטן פראַנצויזישן מפרש אויף די כתבי הקודש איז נישט בּאַקאַנט. מען ווייסט אויך נישט, צי ער האָט געהאַט איבּערגעלאָזן קינדער. רש"י בּרענגט אין אַן אָרט — שמות ג' ט' — איינעם ר' יעקב בּ"ר מנחם און מען איז זיך משער, אַז דאָס איז געווען זיין זון. אַנדערע בּרענגען אויך אַ ר' יוסף בּ"ר מנחם, וועלכער האָט געלעבּט אין איין צייט מיטן רשב"ם. אפשר איז דאָס אויך געווען זיינער אַ זון. זיכער, יעדנפאַלס, איז דאָס נישט. מען ווייסט אָבּער, אַז ר' מנחם האָט געהאַט אַ סך תלמידים, מיט וועלכע ער האָט געלערנט תורה לויט זיינע פּירושים און וועלכע האָבּן שפּעטער זיינע פּירושים פאַרשפּרייט איבּער דער וועלט. הויפּטזעכליך זענען זיי פאַרשפּרייט געוואָרן דורך רש"ין, וועלכער האָט זיי אַריינגענומען און פאַראייבּיקט אין זיין גרויסן און אייבּיקן פּירוש אויף דער תורה.

ביבליאגראפיע