רוי:רבי יוסף קרא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צו דער צייט פון די ערשטע בּעלי־התּוספות, וועלכע זענען אייגנטליך בּאַשטאַנען פון רש"יס פאַמיליע, — פון זיינע צוויי איידעמס און זיינע אייניקלעך, — איז דער סיסטעם פון מבאר זיין די תורה נאָך אַלץ געווען אויף דעם אַלטן שטייגער, אויף דעם תלמודישן שטייגער, דאָס הייסט, על פּי דרש. די בּעלי־התּוספות אַליין, וועלכע דאָס רוב פון זיי זענען געווען מפרשים פון דער תורה, פּונקט אַזוי ווי זיי זענען געווען מפרשים פון דער גמרא, האָבּן זיך אין זייערע אינטערפּרעטאַציעס געשטיצט אויף אגדה. בּלויז צוויי פּערזאָנען האָבּן געבּילדעט אַן אויסנאַם פון דער גאַנצער גרופּע חכמים, — דאָס זענען געווען ר' יוסף קרא און זיין חבר דער רשבּ"ם. זיי זענען אַוועק פון דעם אויסגעטראָטענעם וועג פון דרש; זיי האָבּן זיך געשאַפן זייער אייגענעם וועג, — דעם וועג פון פּשוטן פּשט.

ר' יוסף קרא איז געבּוירן געוואָרן אומגעפער אין יאָר 1065. זיין פאָטער איז געווען ר' שמעון בּן חלבו, דערזעלבּיקער ר' שמעון, וועלכער זאָל האָבּן געשאַפן דעם "ילקוט שמעוני", און ס'הייסט, אַז ער איז געווען דער מפרש פון דער תורה על פּי דרש. זיין פעטער, דעם פאָטערס בּרודער, ר' מנחם בּן חלבו, איז ווידער געווען דער פאַקטישער גרינדער פון דער פּשט־שולע אין צפון־פראַנקרייך. ר' יוסף קרא איז אָבּער נישט געגאַנגען אין די וועגן פון זיין פאָטער אויף צו אינטערפּרעטירן די תורה. ער איז געווען מער אונטער דער השפּעה פון זיין פעטער ר' מנחם, בּיי וועמען ער האָט, אַפּנים, געהאַט געלערנט, און האָט דעריבּער אויסגעוויילט דעם סיסטעם פון פּשוטן פּשט.

ר' יוסף קרא האָט זיינע רייפע בּחורישע יאָרן פאַרבּראַכט אין טרוא. ער האָט דעמאָלט געמוזט זיין אין די צוואַנציקער יאָרן און אפשר איז ער שוין אויך געווען בּיי די דרייסיג. עס פאַרשטייט זיך, אַז זייענדיג אין טרוא, האָט ער בּאַזוכט רש"ין, וועלכער איז שוין דעמאָלט געווען אויף דער עלטער. הגם עס איז גענוי נישט בּאַוואוּסט, אָבּער פון רש"יס בּאַציאונג צו ר' יוסף קרא, פּרובּירן די פאָרשער אַרויסדרינגען, אַז ער איז נישט געווען רש"יס אַ תלמיד. ער האָט זיך בּאַצויגן צו אים ווי צו אַ בּעל־הבּתישן למדן און משכיל, ווי צו אַ וואוילן יונגנמאַן, מיט וועלכן ער פלעגט אָפט שמועסן, פאַרשטייט זיך, אין תורה, ריכטיקער געזאָגט, אין מקרא. און אָט בּיי רש"ין אין הויז איז עס געווען, וואוּ ער האָט זיך געהאַט בּאַקענט מיט רש"יס אייניקלעך, — ר' יום־טוב, דער זון פון ריב"ן, און מיטן רשבּ"ם, וועלכער איז געווען אַ סך יונגער פון אים און וועלכער איז שפּעטער אויך געגאַנגען אין די וועגן פון פּשט בּיי זיין אינטערפּרעטירונג פון דער תורה.

ר' יוסף קרא איז געווען, אַזוי צו זאָגן, אַ "מאָדערנער" משכיל פון זיין צייט. ער האָט גוט געקענט די העבּרעאישע גראַמאַטיק און די פילאָלאָגישע פאָרשונגען, אויף וויפל דאָס אַלץ איז געווען אַנטוויקלט אין יענער צייט. ער אַליין האָט זיך ווייניק געגריבּלט אין די פילאָלאָגישע און גראַמאַטיקאַלישע געזעצן. ער האָט אָבּער געקענט די ווערק פון ר' מנחם בּן סרוק, דונש בּן לברט, ר' משה הדרשן, ר' אלעזר הקליר און ר' קלונימוס. עס פאַרשטייט זיך, אַז ר' יוסף איז אויך געווען אַ גרויסער למדן אין גמרא. עס שיינט אָבּער, אַז ער האָט זיך מיט גמרא נישט געהאַט אָפּגעגעבּן, אין קעגנפאַל וואָלט ער זיכער געשפּילט אַ ראָלע אין דער לומדישער וועלט, אין דער וועלט פון הלכה. בּלויז איין מאָל דערמאָנט אים דער ר"ת אין ספר הישר. ער גיט איבּער, אַז ר' יוסף קרא האָט אים געזאָגט, וואָס ער האָט געהערט פון ר' קלונימוס פון רוים, אַז אַ "נזיר איז מותר בקידוש והבדלה". מער איז פון אים גאָרנישט דערמאָנט. אַפּנים, אַז זיין ליבּלינגס־אַרבּעט איז געווען מקרא, די אינטערפּרעטירונג פון דער תורה.

ר' יוסף קרא האָט מבאר געווען אַלע נביאים און כתובים. עס איז פאַראַן אַ סברא, אַז ער האָט געשריבּן אַ פּירוש אויף די חמשה חומשי תורה, נאָר ס'איז פאַרפאַלן געוואָרן. יעדנפאַלס זענען אַ סך פון זיינע פּירושים אַריין אין רש"י. וואָרום ר' יוסף קרא האָט שטענדיג פאָרגעלייענט רש"ין געוויסע נייע פּירושים און ער האָט זיי אויך אָנגענומען. אין טייל מאַנוסקריפּטן געפינט מען נאָך ר' יוספס הגהות אויף רש"י, ר' יוספס פּירושים. בּרענגענדיג אַ געוויסן פּירוש פון רש"י, מאַכט ר' יוסף דערצו אַ בּאַמערקונג: "ואני יוסף בּן שמעון אומר"… ער טייטשט דעם פּסוק אויס אַנדערש. אין זיינע פּירושים, וואָס ער האָט געמאַכט דירעקט אויף יהושע, שופטים, שמואל וכו', ווי אויך אויף די נביאים אחרונים און כתובים, דערמאָנט ער אויך אָפט זיין פעטער, זאָגנדיג: "כך שמעתי מאחי אבא ר' מנחם בּן חלבו".

ר' יוספס סטיל איז אייגנטליך אַ תלמודישער. ער איז אָבּער געווען דורך און דורך פּשטן און דערצו אויך אייגנאַרטיק. ער האָט פריער געגעבּן אַ פּירוש, אַ מין איבּערבּליק איבּערן גאַנצן ענין, אָנגעוויזן אויף דעם גאַנצן המשך פון די פּסוקים און ערשט דערנאָך איז ער געקומען צו די פּרטים. זיין מיינונג איז געווען, אַז דער עיקר איז פּשט. דער דרש איז אַ שטיק צירונג, אַ בּאַפּוצונג, אָן וועלכע מען קאָן אויך אויסקומען. עס איז קיין דרש גאָרנישט נויטיק. וואָרום די תורה איז געגעבּן געוואָרן אַ גאַנצע, אַ פולקאָמענע. עס זענען דאָרטן גאָרנישט פאַראַן אַזעלכע זאַכן, צוליבּ וועלכע מען דאַרף אָנקומען צו זייטיקע דערקלערונגען און פאַרפולקאָמונגען. וואָרום דער, ווער עס ווענדט זיך ערנסט צו ג-טס וואָרט, יענער בּאַמיט זיך צו דערקענען זיין אורשפּרינגליכע, איינפאַכע דערקלערונג. ער זאָגט: "התורה תמימה נתנה, תמימה כתבה ולא תחסר כל בה. ומדרש חכמינו כדי להגדיל תורה ולהאדיר. אבל כל מי שאינו יודע פּשוטו של מקרא ונוטה לו אחר מדרשו של דבר דומה לו ששטפתהו שבלת הנהר ומעמקי מים מציפין ואוחז כל אשר בידו להנצל". דעמדאָזיקן געדאַנק האָט ר' יוסף אַרויסגעזאָגט בּיי מערערע געלעגנהייטן. עס טרעפט אַמאָל, אַז ער אַליין קומט אויך אָן צו אַ מדרש. אָבּער דאָס איז זעלטן און דערצו, ווייל ער איז געצוואוּנגען דערצו. אַמאָל בּרענגט ער בּיידע: "זה מדרשו, וזה פּשוטו", מהאי טעמא האָט ער נישט נושא פּנים געווען אַפילו רש"ין אַליין, ווען ער האָט בּיי אים געפונען אַזעלכע דרש־אויסטייטשונגען אויף אַ פּסוק, וועלכן מען האָט, לויט זיין מיינונג, געקאָנט אויסטייטשן על פּי פּשט. און ער גיט אַזעלכע נייע אויסטייטשונגען. ער לאָזט נישט דורך קיין איין האַרבּן פּסוק. נישט קוקנדיג אויף די אַלע מעלות פון זיין פּירוש, איז ער דאָך נישט פּאָפּולער געוואָרן בּיי אידן און איז אַפילו פאַרגעסן געוואָרן. אָבּער דאָס איז געווען נישט דערפאַר, ווייל ער איז געווען אַזוי טרוקן און צו־ניכטער, נאָר פּשוט ווייל רש"י האָט אַלעמען פאַרשטעלט. רש"יס פּירוש, וועלכער איז דערשינען פריער פאַר ר' יוסף קרא'ס, האָט אַזוי פאַרכאַפּט אַלעמענס מוחות, אַז ס'איז שווער געווען פאַר אַן אַנדערן צו פאַרנעמען זיין פּלאַץ. וואָרום נאָך אַלעמען דאַרף מען נישט פאַרגעסן, אַז צפון־פראַנקרייך איז נאָך געווען קאָנסערוואַטיוו און איז נאָך ווייט נישט געווען אַזוי פאַרטאָן אין וועלטליכע למודים און מאָדערנע אידעען, ווי שפּאַניע און פּראָוואַנס. אין צפון־פראַנקרייך האָט רש"ין, דעמאָלט און אויך שפּעטער, קיינער נישט געקאָנט באַזיגן. ער איז געווען צו־גרויס און צו־פאַרכאַפּנדיג. יעדנפאַלס האָט אָבּער ר' יוסף קרא אויך געהאַט זיינע גרויסע פאַרדינסטן פאַר דער אַנטוויקלונג פון דער תורה־אינטערפּרעטאַציע און ער איז הויך געשעצט געוואָרן פון אַלע פראַנצייזישע מפרשים, צווישן זיי אויך דעם גרויסן רש"י אַליין. ר' יוסף קרא איז געשטאָרבּן אויפן זיבּעציקסטן יאָר פון זיין לעבּן.

ביבליאגראפיע