רוי:רבי משה הדרשן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי משה הדרשן האט געווירקט אין נאַרבּאָנע, פראווינציע (היינט אין פראנקרייך), אינעם עלפטן יארהונדערט.
טייל געבן אן אלס זיין תלמיד רבי נתן בר יחיאל דער מחבר פון ספר הערוך.
רבי משה הדרשן האט מחבר געווען פירושים אויף תורה, און ווארשיינליך אויך אויף תהלים, משלי און איוב. זיינע ווערק זענען גענצליך פארלוירן געגאנגען, אבער ער ווערט צוגעברענגט דורך בני דורו, בעיקר דורך רש"י. מערסטנס זענען על דרך הדרוש ואגדה, געבויט אויף פארשידענע מדרשים. מען שפעקולירט אז די מדרשים בראשית רבתי, במדבר רבה (ערשטער טייל, אויף פרשיות במדבר און נשא), און מדרש אגדה זענען טיילווייז באזירט אויף זיינע מדרשים. געוויסע לייגן צו אויך מדרש תדשא.
ביבליאגראפיע
- אברהם עפשטיין, "רבי משה הדרשן מנרבונה".
- חננאל מאק, "מסודו של רבי משה הדרשן".