רוי:רבי מאיר בעל הנס
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי מאיר בעל הנס איז א פּערזענליכקייט פארבינדן מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר ענני", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר ווערט באצייכנט אין טבריה און איז א צוציאונגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען עס ווערט געפייערט זיין הילולא אויפ'ן קבר.
דער פּאפּולערער שטעלונג איז צו אידענטיפיצירן מיט דעם טיטל, דער תנא רבי מאיר, כאטש וואס מען טרעפט פריערדיגע מקורות וואס נוצן דעם טיטל אויף אן אנדערער ר' מאיר.
"אלקא דמאיר ענני"
עס איז אן אנגענומענע סגולה, אין א עת צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, צו געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און זאגן דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און דאס געלט געבט מען פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. רבי חיים יוסף דוד אזולאי אין פתח עינים (תק"נ) צייכנט צו די פאלגנדע געשיכטע אין גמרא אלס דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל (ליכט פארן בית הכנסת) אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר[1]:
- ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון, נאכ'ן אים געפונען לערנען תורה ברבים, האבן זיי אריינגעשטעלט זיין טאכטער אין א בית זונות. איר שוועסטער ברוריא, די ווייב פון רבי מאיר, האט געבעטן איר מאן צו ראטעווען איר שוועסטער. רבי מאיר האט און איז אהין געגאנגען. ווילנדיג וויסן וויסן צי זי איז ווערד פאר א נס, האט ער איר אויספרובירט צו זי האט געזינדיגט. ער האט זיך אנגעטון ווי א רוימישער סאלדאט און איר געבעטן, אבער זי האט אים אפגעזאגט. האט רבי מאיר פארשטאנען אז זי האט נישט געזינדיגט, ווייל זי האט מסתמא דאס געזאגט צו אלע וואס זענען געקומען.
- האט ער פארגעשלאגן פארן שומר א קריגל מיט דינרים איר צו באפרייען. האלב געלט אונטערצוקויפן זיינע אויבערהארן, און האלב פאר זיך. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט ער טון אויב מען וועט אים כאפן ווען דאס געלט ענדיגט זיך. האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים געוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט[2].
דער צוזאמענשטעל פון צדקה פאר "רבי מאיר בעל הנס" מיט די תפילה "אלקא דמאיר ענני" ווערט שוין געברענגט בשם דעם בעל שם טוב, אין ספר "כתר שם טוב" (תקנ"ה)[3], ווי פאלגנד: "ווער עס איז אין א סכנה אדער ער ברויך א נס, זאל ער געבן 18 גדולים (גילדן) פאר ליכט אין בית הכנסת, און ער זאל ארויסזאגן מיטן מויל: אני מנדר אותן ח"י גדולים לנרות בשביל נשמת רבינו מאיר בעל הנס, אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני אלקא דמאיר ענני, ובכן יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו כשם ששמעת את תפלת עבדך מאיר ועשית לו ניסים ונפלאות כן תעשה עמדי ועם כל ישראל עמך הצריכים לנסים נסתרים ונגלים אכי"ר."
אין זיין ספר כף אחת (תקס"ב), ברענגט דער חיד"א אויך פארשידענע סגולות פארבינדן מיטן צוזאגן אויל לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס[4].
געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך אנגענומען אלס א סגולה צו געפינען פארלוירענע חפצים. עס ווערט שוין געברענגט אין מדרש תלפיות (איזמיר תצ"ו) פון רבי אליהו הכהן האיתמרי א סגולה צו טרעפן אן אבידה דורך צוזאגן ליכט לנשמתו פון רבי מאיר[5].
פושקע און כוללים
![]() |
זעט אויך – חלוקה |
אין אנהויב איז די סגולה געווען צו צוזאגן צו צינדן ליכט לעילוי נשמתו פון רמבעה"נ[6]. שפעטער[אויסקלארונג פארלאנגט] האבן די גבאי ארץ-ישראל פארגעשלאגן עס צו שיקן קיין א"י און דארטן צינדן דערמיט לע"נ רבי מאיר. הערשט אין די שפּעטערע ת"ק יארן איז אנגענומען געווארן אז צדקה פאר רמבעה"נ זאל גיין פארן ישוב אין ארץ ישראל. אין אנהייב איז דאס געלט געגאנגען הויפּטזעכליך צום באנייטן ישוב אין טבריה, וואו עס געפינט זיך דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס. אין די מזרח-לענדער איז עס טאקע געבליבן א מקור פון הכנסה פאר טבריה. אין אייראפעאישע לענדער (מערב און מזרח), פון די מיטעלע ת"ק יארן, איז די הכנסה געגאנגען פארן גאנצן אשכנז'ישן ישוב אין ארץ־ישראל, וואס האט זיך דאן בעיקר קאנצענטרירט אין די פיר הייליגע שטעט: ירושלים, חברון, צפת און טבריה.
היסטאריע
דער אידישער ישוב אין ארץ ישראל איז מתחילה באשטאנען בעיקר פון ספרדישע אידן, וועלכע האבן קאנטראלירט די כוללים און שטיצע אפאראטן. די אשכנזים זענען געווען ווייניג, און האבן זיך אויסגעהאלטן פון געלט וואס זיי האבן מיטגעברענגט מיט זיך אדער האבן זיי זיך ארגאניזירט שטיצע איידערן ארויפקומען. נאך דער חסידישע עליה פון רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק, רבי אברהם פון קאליסק, און רבי ישראל פּלאצקער אין תקל"ז, האבן זיך דער אשכנזישער ציבור פארברייטערט און דער פינאנציעלער מצב איז געווארן אומדערטרעגליך. זיי האבן געמוזט שיקן שליחים צו איינזאמלען געלט אין חוץ-לארץ. רבי ישראל פלאצקער איז געשיקט געווארן קיין חוץ לארץ צו ארגאניזירן פינאנציעלע קוועלער, און אין רוסלאנד האט ער באשטימט רבי שניאור זלמן פון ליאדי צו פירן דאס איינזאמלען פון "מעות ארץ הקודש". רבי שניאור זלמן האט דאן אוועקגעשטעלט א ברייטע סיסטעם מיט גובים, גבאים און שד"רים אין הונדערטער שטעט צו זאמלען דאס געלט און שיקן קיין ארץ ישראל, און איז אפילו איינגעזעצט געווארן צוליב דעם (תקנ"ח–תקנ"ט), ווערנדיג באשולדיגט אז ער שיקט געלט קיין ארץ ישראל, וואס איז דאן געווען א חלק פון דער אטאמאנישער אימפעריע, וועלכע איז געווען א שונא פון רוסלאנד[7].
אין די מיטעלע ת"ק יארן האט זיך אנטוויקלט א פארבינדונג צווישן די געלט וואס מען שיידט אפ אויפ'ן נאמען פון רבי מאיר בעל הנס און די צדקה פאר'ן ישוב אין ארץ ישראל. נישט אימער איז דאס געלט פון דער רבי מאיר בעל־הנס פּושקע געווען קלאר פארבונדן מיט צדקה פאר ארץ־ישראל אדער פאר אָרעמע לייט. אין גאליציע, למשל, איז עס געניצט געווארן פאר אויל צום לייכטן אין שולן. אין ליטע האט רבי אריה לייב קאצנעלבויגן פון בריסק פארבאטן צו באנוצן געלט פון רבי מאיר בעל־הנס פאר לייכטן ליכט אין שולן. דאס ווייזט אויף אַן אייגענעם פאָנד אויף רבי מאיר בעל־הנס, הויפּטזעכליך פאר אויל, נישט דווקא פארבונדן מיט ארץ־ישׂראל[8].
פון די תק"ע יארן און ווייטער איז איינגעפירט געווארן, אז אין יעדן אידישן הויז זאל זיך געפונען א ספעציעלער "רבי מאיר בעל הנס פושקע", אריינצואווארפן געלט ביי יעדע געלעגנהייט. בעיקר איז שטארק פארשפרייט געווארן אריינצולייגן געלט אין דער פושקע פארן צינדן שבת ליכט, א מנהג וואס האלט אן ביזן הייטיגן טאג.
ארום יאר תקע"ד-ה האט דער מיטעלער רבי, איינגעפירט אין חב"ד צו שטעלן א פושקע אין אלע הייזער אויפ'ן וואנט נעבן דעם טיש, און מען זאל געבן איידער יעדע מאלצייט, ארויסהייבנדיג דעם חלק פון מתן בסתר. ער האט אויך פעסטגעשטעלט א יערליכע סכום לויט דריי עקאנאמישע ניוואען, וואס מען האט געקענט געבן ביסלעכווייז טעגליך אין דער פושקע[9].
די הויז צדקה פושקעס זענען געווען א זייער וויכטיגער מקור פאר די כוללים. איינע פון די ערשטע עדות פון באניצן א "פושקע" געפינט זיך אין א באשרייבונג פון ליטע און די וואלאזשינער ישיבה דורך א פּוילישער רייזנדער אין די תק"צ יארן. עס ווערט דארט דערמאנט א באניץ פון "ירושלימער" און "וואלאזשינער" פּושקעס נעבן די טיר אין יעדע אידישע הויז, בפרט אין די שטעטלעך[10].
אין יאר תקפ"א האבן די רבנים פון ליטא געמאכט א תקנה אז דאס געלט מוז גיין דווקא קיין א"י, צוליב וואס די ישוב איז אין חשש פקוח נפש. שפעטער האבן די פוילישע/חסידישע גדולים זיך אויך צוגעשטעלט דערצו. עס זענען געדרוקט געווארן בריוו פון די חסידישע רביס אין א"י וכו' און רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, אז מ'מוז שיקן דאס געלט קיין א"י און נישט צינדן דערמיט קיין לעכט אין בית הכנסת. אבער די קראנטקייט פון די בריוו איז שטארק פראגליך. סייווי האבן די בריוו נישט געהאט קיין השפעה כמעט[11].
טייל גדולים זענען שארף געשטאנען דערויף, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר מעג גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל. אנדערע זאגן אז ס'דארף גיין דווקא קיין טבריא, פארן כולל וואס לערנט אינעם בית המדרש אויפן ציון פון רבי מאיר בעל הנס[12].
די פושקע האט אויך סימבאליזירט די בענקשאפט צו ארץ ישראל. פון רבי אהרן קארלינער ווערט געברענגט צו געבן צדקה אינעם רבי מאיר בעל הנס פושקע פארן דאווענען, כדי דורכן געבן צדקה פאר תושבי ארץ ישראל זאל ער זיך דערמאנען אז די תפלה זאל גיין דורך ארץ ישראל, ווי עס שטייט "והתפללו דרך ארצם"[13]. ענליך דערצו שרייבט רבי אהרן סטראשעלער[14].
עס עקזיסטירן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס", וואס זענען באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל, כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל, כולל חב"ד, כולל פוילן, אדער כולל ווארשע, כולל וואָהלין, כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל, כולל סלאנט, און כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל.
די משכילים, יוסף פערל ימ"ש און אנדערע, האבן געפירט א ביטערער קאמף מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקעס. שפעטער האט די קק"ל געפירט א ענליכע מערכה צו באשמוצן די ארץ-ישראל גבאים, מיטן ציל אז מען זאל זיי אויפהערן געטרויען און שיקן די פושקע געלט בלויז פאר די קק"ל.
עס זענען פארגעקומען אסאך אומאנגענעמע ענינים צווישן די פארשידענע כוללים פון רבי מאיר בעל הנס. עס איז געווען א ביטערע מחלוקת. צום סוף איז געווארן איינגעטיילט אז יעדע געגנט האט געהאט זיין אייגענע פושקע און זיין אייגענעם כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען אז מען מישט נישט צווישן די כוללים. יעדע געגנט האט געזאמלט און געטיילט פאר זייערע אייגענע מענטשן. די מחלוקת איז געווען אזוי שטארק אז עס איז ארויסגעקומען א גרויסע חילול השם ווען מען האט אריינגעמישט דעם אמעריקאנער קאנסול. אמעריקאנער אידן אין ארץ ישראל האבן געזוכט צו ארגאניזירן זייער אייגענעם כולל. דער צענטראלער קאמיטעט, וועלכער האט קאנטראלירט דעם אלגעמיינעם פאנד, האט מורא געהאט פון די נאכפאלגן פון דער סעפאראציע, ווייל געלט פון אמעריקע איז געווען א גרויסער מקור פון הכנסה פאר דער אלגעמיינער באפעלקערונג. צום סוף, נאך עטליכע פרואוון און מיט הילף פונעם אמעריקאנער קאנסול, איז די אמעריקאנער כולל געלונגען צו ארגאניזירן אין אויגוסט 1895. א פשרה איז געמאכט געווארן אין 1901 אויף א באזיס פון צוויי-דריטל פאר דעם צענטראלן קאמיטעט און איין-דריטל פאר כולל אמעריקע פון אלע זאמלונגען אין אמעריקע און קאנאדע.
אין תרמ"ז האבן רבנים, אריינגערעכנט רבי יצחק אלחנן ספּעקטאר, ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן גרינדן נייע צדקה פּושקעס פאר פּריוואטע מוסדות פאר ארץ ישראל אין חוץ לארץ, ווייל דאס קען שאטן דער קופת רבי מאיר בעל הנס, וואס איז געווען זייער וויכטיג פאר די כוללים[15].
דער פריערדיגער בעלזער רב, רבי ישכר דוב, האט ביים ערשטן וועלט מלחמה אנגעוויזן צו טיילן צדקה פּושקעס פאר'ן גאליציאנעם רבי מאיר בעל הנס כולל, אלס סגולה[16].
רבי מאיר לשיטתו
פארשידענע ערקלערונגען זענען אנגעגעבן געווארן אויף די שייכות פון דער צדקה מיטן תנא רבי מאיר. די באקאנטע צווישן זיי:
- רבי יעקב שאלתיאל ניניו ערקלערט דעם מנהג, לויט דער גמרא אז באמת וואלט מען נישט געמעגט געבן צדקה ווייל השי"ת האט יענעם בדווקא פארארעמט און ער וויל נישט אז מ'זאל אים אויפרעכטן, נאר וויבאלד אידן הייסן "בנים למקום" וויל דער אויבערשטער אז מ'זאל זיי העלפן[17]. דערפאר צוליב וואס רבי מאיר האלט אז "בין כך ובין כך קרויים בנים" - אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים[18], איז לשיטתו געבן צדקה א מעלה און א זכות[19].
- דער מונקאטשער רב ברענגט איבער דעם עטרת צבי, אז זייענדיג קראנק ל"ע אזש ער איז שוין געווען אין א מצב פון גסיסה, האט ער אנגעוויזן צו געבן צדקה פאר דער רבי מאיר בעל הנס פושקע, אנגעבנדיג א הסבר, ווייל דער כלל איז "רוב גוססין למיתה"[20], אבער רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער גייט נישט דווקא מיטן רוב[21]. דערפאר נוצט מען רבי מאיר'ס זכות און שיטה וואס נעמט ערנסט דעם מיעוט, אז אפילו א גוסס קען איבערלעבן. דער שם שלמה האט צוגעלייגט צו דעם אויך ווען דער מענטש פארמאגט רוב זינד, וועט אין דער זכות פון רבי מאיר די מיעוט מצוות איבערוועגן און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס ערליכער איד[22].
אידענטיטעט און קבר

דער אנגענומענער פאלקס-שטעלונג איז היינט, צו אידענטיפיצירן "רבי מאיר בעל הנס" מיט דעם תנא רבי מאיר, און אז דער טיטל "בעל הנס" באציט זיך צו דעם נס וואס ער האט באוויזן מיט זיין תפילה "אלקא דמאיר ענני". עס איז אבער נישט באקאנט פון חז"ל אז רבי מאיר זאל באטיטלט ווערן "בעל הנס". במשך די דורות זענען געווען פארשידענע עדיות, באצייכענונגען און טעאריעס איבער דעם מקום קבורה פונעם תנא רבי מאיר, ווער איז דער ר' מאיר וואס ליגט אין טבריה, און ווער איז דער וואס ליגט אין גוש חלב.
דער תנא רבי מאיר (תלמיד פון רבי עקיבא) האט אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין טבריה[24]. לויטן תלמוד ירושלמי, איז דער תנא רבי מאיר נפטר געווארן אין אסייא[אויסקלארונג פארלאנגט] און האט געבעטן מען זאל אים לייגן אויף די ברעג ים[26].
דער רייזנדער רבי בנימין פון טודעלא האט געטראפן רבי מאיר'ס קבר אין שטאט חילה אין בבל[27].
- יידלש, גרשון בן אליעזר הלוי, גלילות ארץ ישראל
- בן יעקב, אברהם, יהודי בבל מסוף תקופת הגאונים עד ימינו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
דער קבר אין גוש חלב
דער נאמען "רבי מאיר בעל הנס" האט זיך צום ערשטן מאל באוויזן אין די ה'ר' יארן. צוערשט אינעם ספר "יחוס הצדיקים" (רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל, געדרוקט צוערשט סאלאניקי, רפ"ז) וואס באצייכנט צווישן די קברים אין גוש חלב דעם קבר פון "רבי מאיר בעל הנס"[28]. ער מיינט אבער זיכער נישט דעם תנא רבי מאיר, וועמען ער באצייכנט באזונדער אז זיין קבר געפינט זיך הינטער טבריא[29].
עס איז נישט קלאר ווער עס איז דער רבי מאיר בעל הנס וואס ליגט אין גוש חלב. דער ערשטער וואס דערמאנט אים, דער יחוס הצדיקים, רעכנט אים לכאורה אלס א שפּעטערדיגער חכם. ישעיה אשר זעליג מיללער ווייזט דאס אויף פון דעם וואס ער ברענגט נישט ביי זיין נאמען קיין מאמרים בשמו, אנדערש ווי ביי אנדערע תנאים און אמוראים, ווי ביי דער תנא רבי מאיר אין טבריא, וואס ער ברענגט זיינע מאמרים פון משנה און גמרא[30].
עס זענען פארהאן א צאל מיינונגען איבער דער אידענטיטעט פון רבי מאיר פון גוש חלב, און מעגליך אז דארט ליגט מער ווי איין ר' מאיר:
- אין די רייזע-באריכט פון רבי יעקב, דער שליח פון רבי יחיאל מפאריז, שרייבט ער אז אין גוש חלב ליגט "רבינו מאיר קאצון ואשתו זצ"ל" (פון די בעלי התוספות)[31].
- ר' ישעיה הלוי הורוויץ (תרמ"ג–תשל"ח), א צפת'ער רב וואס איז אריבער קיין קאנאדע אין תרפ"ב, שרייבט אין זיין ספר 'עדן ציון' אז "די וועלט זאגט" אז דאס איז רבי מאיר בעל האקדמות[32]. ס'איז אבער מעגליך אז דאס קומט פונעם גאליציאנער משכיל און מסור יוסף פּערל, וואס איז געווען דער ערשטער צו ציען א שטריך פון רבי מאיר בעל הנס צו רבי מאיר בעל אקדמות[33].
- אנדערע זאגן אז דאס איז רבי מאיר בן רבי יעקב וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט רבי יחיאל מפאריז[34].
דער סדר הדורות ברענגט פון "גלילות ארץ ישראל" אז אין גוש חלב זענען באערדיגט "רבי יצחק מגוש חלב", און "רבי מאיר בעל הנס". און ער לייגט צו אז ער ווייסט נישט ווער זיי זענען[35].
אין סיון תשנ"ב איז דער ציון אין גוש חלב רענאווירט געווארן דורך דעם "ועד להצלת קברי הקדמונים בא"י", וועלכער האט אויפגעשטעלט אויפן ארט א גרויסע מצבה, און אויסגעקריצט דערויף א צעמישעניש פון גירסאות און טעותים: "בית קברות עתיק-ימים בו טמונים גאונים וצדיקים, מיוחס גם כקברו של רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות, ולפי מסורת אחרת קבריהם של רבי מאיר קצין המכונה רבי מאיר בעל הנס הצרפתי ואשתו ז"ל". פון די אנדערע זייט איז אויסגעקריצט: "קבר המיוחס לרבי יצחק מגוש חלב - בעל האקדמות". און העכערן אוהל: "ציון רבי מאיר ב"ר יצחק בעל ההקדמות"[36].
טראץ וואס עס איז נישט קלאר ווער דער רבי מאיר בעל הנס איז, איז ער אבער ווארשיינליך נישט דער תנא רבי מאיר. אין א קוריאז האט הרב ראובן מרגליות אפילו געוואלט טענה'ן אז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען, און שפעקולירט אז דאס איז געשאפן פון א טעות, צוליב וואס די צדקה קאסעס האט דער רמב"ן געשטעלט צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און זיי זענען גערופן געווארן אויף זיין נאמען. שפּעטער האט מען אומריכטיג פארשטאנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אלס "רבי מאיר בעל (ה)נס"[37]. אנדערע ווענדן שטארק אפּ די טעאריע[38].
דער קבר אין טבריא

דער ארט וואס ווערט היינט-צו-טאגס גערופן "קבר פון רבי מאיר בעל הנס" געפינט זיך הארט נעבן טבריה, ביי דער דרום אריינגאנג פון שטאט, אויפן ברעג פונעם כנרת. עס איז א גרויסער הויף מיט געביידעס, צוויי בתי מדרשים מיט באזונדערע קופּאלן, איינס פאר אשכנזים און איינס פאר ספרדים, וואס באדעקן דעם קבר. ביז דעם יאר תרכ"ז איז דער קבר פון רבי מאיר געווען באצייכנט בלויז מיט צוויי אויפגעשטעלטע הויכע שטיינער.
פילע אלטע רשימות פון די קברי צדיקים אין ארץ ישראל צייכענען רבי מאיר'ס קבר נעבן טבריא. דער ערשטער איז רבי שמואל ב"ר שמשון (ד'תתק"ע)[39]; ווי אויך דער יחוס הצדיקים[29], די רייזע-באריכט פון רבי יעקב פון פאריז[40], און נאך[41]. אויך דער אר"י הקדוש האט באשטעטיגט די מסורה אז דער תנא רבי מאיר איז באגראבן אין טבריא[42]. לויט דעע מקורות קומט אויס, אז אט דער "קבר רבי מאיר בעל הנס" אין טבריה, איז טאקע דער קבר פונעם תנא רבי מאיר, אבער האט גארנישט מיט'ן אריגינעלן "רבי מאיר בעל הנס", וועלכער ליגט אין גוש חלב.
אַן אויסנאם איז דער באריכט פון רבי משה באסולא, א רייזנדער וועלכער האט באזוכט אויפן ארט ארום ה'ר"פ, וועלכער דערציילט אז ער האט געפינען דארט א ציון וואו "מען פארזאמלט זיך צו מתפלל זיין בייטאג און ביינאכט, און מען זאגט אז דארט איז באגראבן איינער מיטן נאמען רבי מאיר, וואס האט געשוואוירן זיך נישט צו זעצן ביז משיח וועט קומען, און ער איז באגראבן געווארן שטייענדיג; דאס איז אבער נישט דער רבי מאיר פון די משנה"[43].
לגבי דאס באגראבן ווערן שטייענדיג שרייבט ענליך רבי חיים וויטאל, אז דער אר"י הקדוש "האט באשטעטיגט אז רבי מאיר איז באגראבן געווארן שטייענדיג, אזוי ווי מענטשן זאגן"[42].
אין יאר תרכ"ז האט די ספרדישע קהילה פון טבריה געבויט א פּראכטפולן בית המדרש אויפן ארט פונעם קבר. עס איז פארהאן א מעשה פון א נס בשעת'ן בויען אין אדר א' תרכ"ז. די צוויי זיילן וואס האבן אנגעצייכנט די קבורה (וואס מקובלים האבן מסביר געווען אז זיי שטייען ווייל רבי מאיר האט זיך אונטערגענומען נישט צו ליגן ביז די גאולה קומט) זענען געווען זייער שווער. אויפן ערשטן טאג פון בויען, האָבן זיי נאר באוויזן צו רוקן איין זייל, און די בויערס זענען געווען זייער פאַרצווייפלט ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין כֹּח צו הייבן דעם צווייטן זייל און האבן געדארפט ווארטן ביז מארגן. דעם צווייטן, וואס איז געווען זייער שווער, האט מען נישט געהאט קיין כּוח אויפצוהייבן. דער נס איז געשען, אז ביים ענדיגן די ארבעט, איז דער זייל אליין געשטאנען אויף זיין פּלאץ[44]. די דאזיגע מעשה איז באשריבן אין די טאגביכער פון ר' אברהם בן ישראל רוזאנעס ("האבי"ר") אין תרכ"ז[45], וועלכער ברענגט אז אזוי האבן מענטשן געהערט פון אלע וואס זענען דארט געווען, אי אידן און אי גוים וואס האבן געארבעט, אבער ער לאזט דעם ליינער אליין באשליסן צי ער זאל גלויבן[46], און ר' שלמה זלמן (תרל"ו)[47].
דער אשכנזישער חלק איז געבויט געווארן שפּעטער, נאך שנת תר"ע, ווייל עס איז נישט געווען קיין פינאנצירונג. דער קבר איז געווארן זייער פובליצירט אין גלות דורך שלוחים פון ארץ ישראל.
אין די ת"ש יארן האבן פילאנטראפּן בייגעשטייערט צו דער איבערבוי פון דעם ספרד'ישן אפּטיילונג פונעם קבר אין טבריה, אריינגערעכנט עדמאנד י. ספרא (העב'), פאר וועמען דאס ארט איז געווען זייער וויכטיג[48].
לויט א באזוכער אין די תר"צ יארן, האבן אין דער ספרדישער ישיבה געלערנט בערך פינף און צוואנציג ספרדישע אידן יעדן טאג, און די אשכנזים האבן געהאט נאר פופּצן לומדים. די ספרדים האבן באקומען די גרעסטע הכנסה ווייל דער קבר האט זיך געפינען ביי זיי[49].
היינט צו טאג איז דער קבר א צענטער פאר באזיכער און מתפללים ארום דעם גאנצן יאר. צוליב איר גרויסקייט און אויסשטעל וועט א באזוכער וואס קומט אריין דורך דער ספרדישער זייט געווענליך נישט דערגרייכן דעם אשכנזישן טייל, אויב ער ווייסט נישט דערפון. די צאל באזוכער ביים קבר ווערט געשאצט אויף צוויי הונדערט טויזנט מענטשן א יאר, אריינגערעכנט א באדייטנדע צאל טוריסטן פון אויסלאנד. ארום 35% פון די באזוכער בלייבן אויפן ארט לענגער ווי א שעה[50]. א גרויס טייל זענען רעליגיעזע (22% חרדים, 29% דתיים), אבער כמעט האלב פון די באזוכער זענען נישט רעליגיעז[51]. די לעצטע ווערן צוגעצויגן צו דער שיינער פּאנאראמע נאנט צום כנרת, און צו די נסים-געשיכטעס, וואס שאפט זיי א דערהויבענער געפיל[52].
הילולא
יאר יערליך ווערט געפייערט דורך די ספרדים א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דאס איז איינגעפירט געווארן אין תרכ"ז. מען פלעגט גיין אין א תהלוכה מיט ספרי תורה מיט חכמי ורבני העיר מיט געזאַנג און טענץ, ביז מען איז אנגעקומען צום פּלאץ פון קבר מיט די ספרי תורה[53]. דער דאטום י"ד אייר אלס טאג פון רבי מאיר'ס פּטירה האט נישט קיין מקור[54], נאר וויבאלד פילע יושבי ירושלים זענען שוין דאן געווען געקומען צום גליל כדי צו גיין ל"ג בעומר קיין מירון, איז מען שוין אויך געגאנגען אויף טבריא[55]. דעריבער, האבן די ספרדים, נאכ'ן בויען זייער גרויסן בית המדרש אין תרכ"ז, איינגעפירט צו פּראווען די הילולא אין פסח שני, ווען עס זענען שוין געווען דארט פילע אידן[56][45]. דער בן איש חי שרייבט אז "אונזער מנהג איז צו צינדן שמן למאור לכבוד נשמת רבי מאיר בעל הנס זיע"א ביום ראש חודש טבת"[57]. דער מנהג ביי די ספרדים אין טבריא איז צו חתונה מאכן אין י"ד אייר, כאטש ס'איז אין די ספירה טעג[58]. [אויסקלארונג פארלאנגט]
אבער אנדערע האבן דאן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם ניי-פאבריצירטן יום טוב, צווישן זיי דער ראשון לציון רבי אברהם אשכנזי. אויך רבי מאטל סלאנימער האט פארעפנטליכט א שארפער בריוו דערקעגן[59].
היינט ווערט שוין דער טאג אויך אפּגעצייכנט אין נאך פּלעצער. כולל שומרי החומות מאכט יערליך א דינער אין וויליאמסבורג. ר' איטשע מאיר מארגנשטערן האט אין תשפ"ה געפירט א פסח שני טיש, מיט א דגש אויף רבי מאיר בעל הנס, צו שאפן געלט פאר זיין צדקה קאסע[60].
ביבליאגראפיע
- ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אות לה, "לא ידעתי כוונתו", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
- עמרם בלוי, "ייסוד והתפתחות 'קופת רבי מאיר בעל הנס'", היכל הבעש"ט יא, תמוז תשס"ה, עמ' קכז–קנח
- מיכלסון, סלומון און מילנר, מקומות קדושים וקברי צדיקים בארץ ישראל, משרד הבטחון – ההוצאה לאור, תש"ס, זז' 84–90, 183
- דוד ברדא, קונטרס אל-הא דמאיר עננו, טבריא
דרויסנדיגע לינקס
- קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה - אפיציעלער וועבזייטל
- קבר רבי מאיר בעל הנס אין גוגל מאפעס
- "רבי מאיר בעל הנס - פסח שני", אשכול אויף אייוועלט
- "תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף", אשכול אויף אייוועלט
- רבי מאיר בעל הנס, אויף כיכר השבת
- הילולת רבי מאיר בעל הנס ביום י"ד אייר, פורום לתורה
רעפערענצן
- ↑ חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלקא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ". (ער דערמאנט נאר "רבי מאיר" און נישט "בעל הנס", אבער אין פתח עינים זאגט ער יא קלאר "רבי מאיר בעל הנס".)
- ↑ עבודה זרה יח. לויט דער מהרש"א (חידושי אגדות דארט), באציט זיך "דמאיר" צו השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה.
- ↑ רבי אהרן הכהן מזליחוב (מלקט), כתר שם טוב, חלק ב, סימן שפח
- ↑ חיד"א, כף אחת סימן ג: "יום שתטבול האשה יתן שמן לעילוי נשמת ר"מ, ויאמר קודם: 'הריני מנדב שמן זה למאור לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות ר"מ יזכני להוליד הלילה הזו הבאה לשלום ותתעבר אשתי פב"פ מבן זכר לחיי"ט ולקיימא זרע אנשים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני'... אם נראה שנתעברה, כל מ' יום כל יום יתן פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו של ר"מ כדי שיהיה בן זכר. אלקא דר"מ ענני". און אין סימן לב: "לרפואה ולכל דבר יאמר: הריני מתנדב שמן למאור לעילוי נשמתו של רבי מאיר בעל הנס, כדי שהקב"ה בזכות רבי מאיר בעל הנס יצילני לי ולאשתי מכל חולי ומכל כאב ונהיה בריאים דשנים ורעננים ושקטים ויצילנו מכל צרה ומכל מיני פורענות ויאריך ימינו בטוב ושנותינו בנעימים לעבודתו יתברך, אלקא דרבי מאיר ענני (ג"פ)..." (באמערקט אז ער לייגט אריין "רבי" אין "אלקא ד"רבי" מאיר ענני". זעט שדי חמד בשם רבי חיים פלאגי.)
- ↑ מדרש תלפיות, ענף אבידה ומציאה.
- ↑ כן הוא בכש"ט וחיד"א
- ↑ בלוי, זז' קכח–קכט.
- ↑ בלוי, אור ישראל, ז' קלז.
- ↑ אגרות קודש אדמו"ר האמצעי, אגרת כא און אגרת לה. זעט אויך קונטרס פוקח עורים (שקלאוו, תקצ"ג), פרק לב.
- ↑ יעקב שאצקי, קולטור-געשיכטע פון דער השכלה אין ליטע, בוענאס איירעס, 1950, זז'181–185. זעט אויך: שאול שטמפפר, "ה’פושקע’ וגלגוליה – קופות ארץ-ישראל כתופעה חברתית", קתדרה 21, תשרי תשמ"ב, זז' 89–102.
- ↑ בלוי, זז' קמב–קמז.
- ↑ זעט אן אריכות אין שדי חמד, אסיפת דינים, ארץ ישראל סימנים ז-ח; יצחק זאב כהנא, "מעות רבי מאיר בעל הנס בספרות ההלכה", סיני מג, תשי"ח, עמ' קכה–קמד, מג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), איבערגעדרוקט אין מחקרים בספרות התשובות, תשל"ג, מוסד הרב קוק, עמ' 239 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); היכל הבעש"ט יא.
- ↑ דברי תורה, מהדורא קמא אות י"ד.
- ↑ עבודת הלוי, חלק ג', ליקוטים, אגרת לכלל (בלוי עמוד קנז)
- ↑ אברהם משה לונץ, החלוקה: מקורה השתלשלותה תקנותיה וסדריה, ירושלים, תרע"ב, עמ' פג
- ↑ בעלזער רבי שליט"א, יסוד הקופה - צדקת ארץ ישראל, אויף צדקת ארץ ישראל, אדר"ח אלול תשס"ג
- ↑ בבא בתרא י, א.
- ↑ קידושין לו, א.
- ↑ רבי יעקב שאלתיאל ניניו, אמת ליעקב, מערכת רי"ש, עץ חיים אות עד, דף צ"א ע"א.
- ↑ גיטין כח, א.
- ↑ יבמות קיט, א.
- ↑ דברי תורה, מהדורה קמא אות ט.
- ↑ דאס איז א צעמישעניש; רבי יצחק מגוש חלב האט נישט קיין שייכות מיט רבי מאיר ברבי יצחק בעל אקדמות, און האט אוודאי נישט געהייסן "מגוש חלב".
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת חגיגה, פרק ב', הלכה א'
- ↑ ענצ. יודאיקע
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת כלאים, פרק ט', הלכה ג': "יהבי ערסי על גיף ימא".
- ↑ מרדכי אדלר (רעד.), מסעות רבי בנימין, לאנדאן, תרס"ז, עמ' מג
- ↑ יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף י"ז ע"ב
- ↑ 29.0 29.1 יחוס הצדיקים, מנטובה שכ"א, דף נה ע"ב, סב ע"ב.
- ↑ מיללער, אור ישראל, עמ' רלד.
- ↑ געדרוקט אין אוצר מסעות, זייט 69. ענליך שטייט אויך אין "תוצאות ארץ ישראל" לתלמיד הרמב"ן. זעט אויך אוצר הגדולים ח"ו מערכת מ אות קז.
- ↑ ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). ועיי"ש עמוד קלד-ה.
- ↑ י' פערל, "ג' אגרות על דבר הנדבות על נשמת ר' מאיר בעל הנס", כרם חמד, ב (1836), עמ' 29–30. איבער די בריוון זעט: א' רובינשטיין, 'קונטרס "כתית למאור" של יוסף פערל', עלי ספר, ג (תשל"ז) עמ' 140–157. זעט אויך: מוטי בנמלך, "מן הסמבטיון לטבריה: נוסח לא ידוע של 'מעשה אקדמות'", מחקרי ירושלים בפולקלור יהודי, לו (תשפ"ד), עמ' 12–17
- ↑ זעט ז' וילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל ב, תשכג, זז' 315–324.
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, תנאים ואמוראים, קכט, ע' 'אבטולמס'. זעט מיללער, אור ישראל, הערה 90.
- ↑ קבר רבי מאיר בעל האקדמות, אויף כוכב הנופש
- ↑ ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, מוסד הרב קוק, תש"כ, עמ' כה הרחיב בזה בספרו תולדות הרמב"ן עמ' 19
- ↑ זעט מיללער, הערה 100.
- ↑ אברהם יערי, אגרות ארץ ישראל, רמת גן, תש"ג, עמ' 79
- ↑ ר' יעקב שליח ר"י מפאריס, געדרוקט אין אוצר מסעות, זייט 69.
- ↑ זע די ליסטע ביי מיללער, הערה 93.
- ↑ 42.0 42.1 שער הגלגולים, פרק ל"ז
- ↑ מסע ר׳ משה באסולה, אין: מסעות ארץ ישראל, תל אביב תש"ו, עמ' 156: "... ונקבר מעומד, ואיננו סתם ר' מאיר דמתניתין.".
- ↑ הן מזכירין הגדולות ואת הנוראות אשרי עין ראתה בלי חקר נפלאות, המגיד, מערץ 20, 1867
- ↑ 45.0 45.1 מנחם פרחי ברוסטצוק, מסעות החכם האבי"ר לארץ הקדושה, המגיד, נאוועמבער 13, 1867
- ↑ מסעות החכם האבי"ר לארץ הקדושה (המשך), המגיד, נאוועמבער 27, 1867
- ↑ ישראל שפירא, קבר רבי מאיר - אשכנזי וספרדי; מדוע זה כך?, אויף כיכר השבת, 2021-04-23
- ↑ Bernard-Henri Lévy, Salut à Edmond Safra, אויף Le Point, דעצעמבער 22, 2011.
- ↑ מרדכי קאציס, היימלאנד, 1936
- ↑ קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 138.
- ↑ קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 87.
- ↑ זאב בן אריה, קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה, אויף תרבויות עולמי, פעברואר 3, 2021
- ↑ ברדא, אלקא דמאיר עננו, עמ' כח.
- ↑ רבי יוסף משאש ברענגט יא פון אן אלטן כתב יד וואס זאגט אז י"ד באייר איז טאקע דער טאג פון זיין פטירה אין אסיא, אבער דאס איז נישט באגלייבט. זעט אינעם אשכול הילולת רבי מאיר בעל הנס ביום י"ד אייר, אין פורום לתורה.
- ↑ פנחס גריבסקי, "מגנזי ירושלם חוברת ג" אין פרויקט בן-יהודה
- ↑ שדי חמד, אסיפת דינים, מערכת ארץ ישראל, אות ה; רבי עובדיה בן שלום הדאיה (1890–1969), שו"ת ישכיל עבדי חלק ה, תש"מ, עמ' סז, או"ח סי' נד.
- ↑ בן איש חי, הלכות שנה ראשונה, חנוכה, כח.
- ↑ ברדא, אלקא, עמ' כז.
- ↑ רבי שלמה אליעזר מרגליות, עניני הילולא דרשב"י, געדרוקט אין טעמי המנהגים, עמוד רסב, בהערה: "בדרך אגב באתי להעיר שיום פטירת התנ"א [התנא האלוקי] רבי מאיר בעל הנס לא נזכר בשום מקום, וחדשים מקרוב באו ובדו מלבם חג חדש, כאילו יום פסח שני הוא היא"צ של רמבעה"נ, וידועה כוונתם בזה שיסדו זאת בעסקם בדררא דממונא והמב"י" (מיינענדיג דאס וואס די וועלט זאגט אז זיי האבן געוואלט פארדינען פון די הילולא, אזוי ווי די איינוואוינער פון צפת פארדינען פון די באזיכער אין מירון). ער ברענגט צו פון רבי אברהם אשכנזי אין זיין הסכמה אויפן קונטרס כבוד מלכים (פון רבי שמואל העליר), וואס נאכן ערקלערן דעם באדייט פון דער שמחה ביים הילולא דרשב"י, לייגט ער צו: "וזה לא יגהה מזור על מה שחדשים מקרוב שמעתי שעושין על קבר התנ"א רבי מאיר בעל הנס זיע"א". ער ברענגט אויך דעם קול קורא פון רבי מאטל סלאנימער: "ועשו מנהג אותיות גהנם… בפומביות ובתערובת כזה, שבוודאי אין רוח התורה והחכמים האמיתיים המבינים נוחה מזה… יש להם לזכור ולבטל המנהג הזה מכל וכל ולא יעברו על בל תוסיף בחג הבדוי הזה, שקראו להם הבריונים החג המסורתי, והוא באמת החג המסורסי שהוא מסורס מדעת החכמים המבינים… לכן כהיום הננו מוחים בהחג הזה ובסדר הזה ומגלים דעתינו בזה שלא באלה חלק יעקב, ושלום על ישראל" [ההדגשה במקור]. רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".
- ↑ חיים רוזנבוים, עטור בבגדי לבן: רבי איצ'ה מאיר בטיש 'פסח שני' | תיעוד, אויף כיכר השבת, ט"ז באייר תשפ"ה.