פרשת וישב
| |||||
פסוקים | בראשית לז, א - מ, כג | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 112 (24'סטע - אייניג מיט פרשת מטות) | ||||
צאל ווערטער | 1558 (24'סטע - אייניג מיט פרשת ויקהל) | ||||
צאל אותיות | 5972 (24'סטע) | ||||
אינהאלט | מכירת יוסף, געשיכטע פון יהודה און תמר, יוסף אין מצרים: די געשיכטע מיט יוסף און אשת פוטיפר, יוסף לעזט די חלומות פון די מיניסטארן אין טורמע | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
געווענליך | עמוס ב, ו - ג, ח | ||||
שבת חנוכה | זכריה ב, יד - ד, ז |
פרשת וַיֵּשֶׁב איז די ניינטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ז, פסוק א', ביז קאַפּיטל מ', פסוק כ"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. די 112 פסוקים זענען איינגעטיילט אין 4 פרשיות, דריי פתוחות און איין סתומה.
אין די פרשה ווערט געשילדערט יוסף'ס אנגעצויגענע באציאונגען מיט זיינע ברידער, און זיין עווענטועלע פארקויף און אראפגיין קיין מצרים; די געשיכטע פון יהודה און תמר; יוסף אין מצרים, זיין געשיכטע מיט אשת פוטיפר, און זיין וויילן אין תפיסה.
פרשת וישב ווערט געליינט צווישן כ' און כ"ו כסלו. אין רוב יארן קומט עס אויס די שבת בעפאר חנוכה (ארום 71.4% יארן), אויסער אין יארן וואס הייבן זיך אן שבת (ארום 28.5% יארן), ווען עס ווערט געליינט אום שבת חנוכה.
פרשה אינהאלט
די פרשה הייבט אן שילדערן די פאסירונגען פון יוסף און זיינע ברידער, וואס פארנעמט דער לעצטער טייל פון די פאסירונגען פון יעקב און זיינע קינדער און פון ספר בראשית בכלל. אין די פרשה ווערן פארציילט די אומשטענדן וואס האבן צוגעברענגט דאס פארקויפן יוסף, פון וואס עס איז דערנאך ארויסגעקומען דאס אראפגיין פון יעקב מיט זיין גאנצע פאמיליע קיין מצרים, נאכפאלגנדיג מיט די פארשקלאפונג פון כלל ישראל.
מכירת יוסף
יוסף האט געפאשעט זיין טאטע'ס שאף אינאיינעם מיט זיינע ברידער און זיך באפריינדעט מיט די קינדער פון די דינסטן, בלהה און זלפה, און בארעדט די קינדער פון לאה פאר יעקב. יעקב האט באזונדער ליב געהאט זיין בן זקונים, יוסף, און אים געמאכט א ספעיציעלע העמד - א "כתונת פסים"[1], וואס האט צוגעברענגט א פיינטשאפט צו אים ביי זיינע ברידער. יוסף האט זיך גע'חלומ'ט חלומות וועלכע האבן אנגעדייטעט אז ער הערשט איבער זיי, און ווען ער האט זיי דאס איבערדערציילט האט עס נאר פארמערט זייער פיינטשאפט.
די ברידער זענען געגאנגען פאשן זייער פאטער'ס שאף אין שכם, און יעקב האט געשיקט יוסף זען וואס זיי מאכן. ווען ער האט זיי נישט געפונען אין שכם האט אים איינער צוגעוויזן אז זיי זענען געגאנגען קיין דֹתָן, און אנקומענדיג אהין האבן די ברידער אים געפלאנט צו הרג'ענען, אריינווארפן אין א גרוב, און זאגן פאר יעקב אז א חיה האט אים פארציקט. ראובן האט זיי אבער אפגערעדט דערפון, און מיט'ן פלאן אים שפעטער צו ארויסראטעווען, גע'עצה'ט אים אריינצואווארפן אין איינע פון די גרובער אן אים הרג'ענען. ווען יוסף האט זיי דערגרייכט האבן זיי אים אויסגעטון זיין זיידענע העמד, און אים אריינגעווארפן אין א גרוב. זיי האבן זיך געזעצט עסן א סעודה ווען א גרופע אראבישע וואנדערער אויפ'ן וועג קיין מצרים זענען אריבער מיט געווירצן אויף זייערע קעמלען, און אויף די עצה פון יהודה האבן זיי פארקויפט יוסף פאר די אראבער.
די ברידער האבן איינגעטינקען יוסף'ס העמד אין בלוט, און דאס געברענגט צו יעקב וועלכע האט דאס דערקענט, מיינענדיג אז א חיה האט אים פארציקט, און געקלאגט אויף אים גאר א לאנגע צייט.
יוסף איז אנגעקומען קיין מצרים און געווארן פארקויפט פאר א קנעכט צו פוטיפר דער "שר הטבחים"; פרעה'ס קצב[2] אדער הענקער[3][4].
יהודה און תמר
יהודה האט געהאט דריי זין, עֵר, אוֹנָן און שֵׁלָה. עֵר האט חתונה געהאט מיט תמר, אבער איז געשטארבן אנע קינדער צוליב זיינע זינד, און יהודה האט געזאגט פאר אונן זאל מייבם זיין תמר, אבער וויסנדיג אז די קינדער וועלן ווערן פאררעכנט פאר זיין ברודער עֵר, האט ער געזינדיגט נישט צו האבן קינדער, און ער איז אויך געשטארבן. יהודה האט מורא געהאט אז שלה זאל אויך הייראטן תמר, און האט אפגעשיקט תמר צו איר טאטנ'ס שטוב, אנגעבנדיג אז שלה דארף נאך אויפוואקסן.
ווען עס איז אריבער א לאנגע צייט און תמר האט דערזען אז שלה האט נישט חתונה מיט איר, האט זי - הערנדיג אז יהודה קומט קיין תמנה - זיך געשטעלט אויפ'ן וועג פארשטעלט אז יהודה זאל איר נישט דערקענען. יהודה האט געוואוינט מיט איר (מיינענדיג אז זי איז א זונה), און איר אהינגעגעבן אלס משכון זיין שטעמפל, א קלייד זיינע, און זיין שטעקן, אויף ביז ער וועט איר נאכשיקן א ציג אלס באלוין. יהודה האט געשיקט זיין פריינט מיט'ן ציג אויפצוזוכן די זונה, אבער נאכ'ן איר נישט טרעפן האט ער אויפגעגעבן אויפ'ן משכון. תמר איז געווארן טראגעדיג, און ווען יהודה האט געהערט אז זי האט מזנה געווען האט ער באפוילן איר צו באשטראפן מיט שריפה. ווערנדיג געפירט צום פארברענען האט זי געוויזן פאר יהודה די סימנים, אויף וועלכע יהודה האט מודה געווען: ”צָדְקָה מִמֶּנִּי”. תמר האט דאן געבוירן פון יהודה צווילינג, פרץ און זרח[5].
יוסף ביי פוטיפר
יוסף איז אנגעקומען קיין מצרים וואו ער איז געווען אן "איש מצליח". ער האט געפינען חן אין די אויגן פון זיין בעל הבית פוטיפר, וועלכער איז געבענטשט געווארן אין זכות פון יוסף זינט זיין אנקום, און ער האט אים געשטעלט אויף זיין גאנצע הויזווירטשאפט, און אים איבערגעגעבן די פארוואלטונג פון זיין גאנצע פארמעגן. פוטיפר'ס ווייב האט פרובירט איבעררעדן יוסף צו זינדיגן מיט איר, אבער יוסף האט עס קאטעגאריש אפגעזאגט. נאך א לאנגע צייט מוטשען, האט זיך געמאכט א טאג ווען יוסף איז געווען מיט איר אליין אין שטוב, האט זי אנגעכאפט זיין קלייד, צורעדנדיג נאכאמאל צו זינדיגן. יוסף איז אנטלאפן, איבערלאזנדיג זיין קלייד ביי איר. דערזעענדיג דאס האט זי אנגעלייגט דעם שולד אויף יוסף, טענה'נדיג אז ער האט איר געוואלט באצווינגען, און ווען זי האט געשריגן האט ער איבערגעלאזט זיין קלייד מיט איר און אנטלאפן. פוטיפר איז געווארן שטארק בייז הערנדיג די געשיכטע, און אים איינגעזעצט אין טורמע[6].
יוסף אין טורמע
גאט איז געווען מיט יוסף אין תפיסה, און ער האט געפינען חן אין די אויגן פון די טורמע פארוואלטער, וועלכער האט אים איבערגעגעבן די פירערשאפט פונעם טורמע און די ארעסטאנטן[7].
נאך די פאסירונגען, האבן זיך די שר המשקים און שר האופים פון פרעה פארזינדיגט פאר אים, און ער האט זיי אריינגעווארפן אין טורמע אונטער די פארוואלטונג פון יוסף. איין נאכט האבן ביידע מיניסטארן געהאט א חלום, און יוסף האט זיי געטראפן אינדערפרי צוגעלייגט. ווען ער האט זיך נאכגעפרעגט דערויף האבן זיי דערציילט זייערע חלומות, נישט וויסנדיג וויאזוי עס צו אויסטייטשן. דער שר המשקים האט געזען אין חלום א וויינשטאק פון וועלכע עס קומען ארויס דריי אפצווייגן פון וועלכע עס וואקסט ארויס געצייטיגטע געהענגלעך טרויבן, ער קוועטשט אויס די טרויבן אין פרעה'ס בעכער און געבט עס אהין אין פרעה'ס האנט. יוסף האט געלעזט דעם חלום, אז אין דריי טאג וועט פרעה אים צוריקשטעלן אויף זיין פאסטן ווי פריער, און יוסף האט געבעטן ער זאל אים געדענקן צום גוטן ביים ארויסגיין, און בעטן ביי פרעה אים צו באפרייען פון טורמע וואו ער זיצט אומשולדיגערהייט. די שר האופים האט אויך דערציילט זיין חלום, אז ער טראגט דריי קארבן אויף זיין קאפ, ווען אין די אויבערשטע ליגט די שפייז פון פרעה, און פייגלעך עסן דערפון. יוסף האט דאס געלעזט אז אין דריי טעג וועט ער געהאנגען ווערן אויף א בוים.
צום דריטן טאג, אויף פרעה'ס געבורטסטאג, האט ער געמאכט א מאלצייט וואו דער שר המשקים איז צוריקגעשטעלט געווארן אויף זיין פאסטן, און דער שר האופים איז געהאנגען געווארן, פונקט ווי יוסף האט געהאט געלעזט. דער שר המשקים האט פארגעסן פון יוסף'ס געבעט און אים נישט דערמאנט פאר פרעה[8].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - כ' כסלו
- הכז יאר און החא יאר - כ"א כסלו
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ"ג כסלו
- בחג יאר און בחה יאר - כ"ד כסלו
- זשג יאר און זשה יאר - כ"ה כסלו
- זחא יאר און זחג יאר - כ"ו כסלו
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר עמוס פון תרי עשר, פון קאַפּיטל ב', פסוק ו', ביז קאַפּיטל ג', פסוק ח'. די ערשטע פסוק פון די הפטורה ווערט גע'דרש'נט אויף מכירת יוסף[9]: ”כֹּה אָמַר ה', עַל שְׁלֹשָׁה פִּשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל וְעַל אַרְבָּעָה לֹא אֲשִׁיבֶנּוּ, עַל מִכְרָם בַּכֶּסֶף צַדִּיק וְאֶבְיוֹן בַּעֲבוּר נַעֲלָיִם.”
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ל"ב, פסוק י"ח - קאַפּיטל ל"ג, פסוק י"ח[10].
ווען פרשת וישב געפאלט אום שבת חנוכה (אין יארן וואס הייבן זיך אן שבת), ליינט מען די הפטורה פון חנוכה - "רני ושמחי"[11].
צו ליינען מער
- "איז דער כתונת פסים געווען א זיידענער העמעדל?", אשכול אויף אייוועלט
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
- פרשת וישב, אויף שיתופתא
- פרשת וישב, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וישב - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וישב, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וישב", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וישב אויף קול הלשון
- פרשת וישב, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת וישב, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וישב, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת וישב, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וישב", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וישב אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ עס איז איינגעפירט דאס צו טייטשן אויף אידיש א "זיידענע העמד" - א טייטש וואס ווערט דערמאנט אין עטליכע מקורות, ווי פון רבי יונה אבן ג’נאח, ספר השרשים; אין מזרחי, און אלשי"ך הק'. אבער אנדערע פארשטייען אין די ראשונים אז מען רעדט פון א העמד (אדער וועסטל) געמאכט פון פיינעם וואָל, זעט: רבי יששכר דב בן מרדכי ליטויר, דעת יששכר.
- ↑ רש"י, לז, לו.
- ↑ אונקלוס, אבן עזרא און רמב"ן, אויף בראשית לז, לו.
- ↑ קאַפּיטל ל"ז.
- ↑ קאַפּיטל ל"ח.
- ↑ לט, א–כ.
- ↑ לט, כא–כג.
- ↑ קאַפּיטל מ'.
- ↑ רבי מרדכי יפה, "סימן תרס"ט", לבוש - לבוש החור - חלק ב, לויט פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ח און אנדערע מקורות אין חז"ל.
- ↑ הפטרת וישב אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
- ↑ מגילה לא, א.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |