א' אדר
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ו איז נאר פארהאן איין חודש אדר, און דעריבער איז נישט דא קיין ל' אדר א'
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
א' אדר איז דער ערשטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
| קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
|---|---|---|
| בחה (א') זשה (א') בחג זשג |
מאנטאג | תרומה |
| זחג (ב') | מאנטאג | פקודי |
| השג (ב') | מאנטאג | ויקרא |
| בשז (א') גכז (א') בשה גכה |
מיטוואך | תרומה |
| בחה (ב') זשה (ב') |
מיטוואך | פקודי |
| החא (א') | דאנערשטאג | תרומה |
| הכז | פרייטאג | תרומה |
| בשז (ב') גכז (ב') |
פרייטאג | פקודי |
| זחא זחג (א') |
שבת | משפטים |
| השא השג (א') |
שבת | תרומה |
| החא (ב') | שבת | פקודי |
חגים וזמנים
- אין צייטן פון בית המקדש האט מען אין דעם טאג אנגעהויבן בעטן דעם מחצית השקל, צו פינאנצירן די קרבנות ציבור פונעם נייעם יאר וואס וועט זיך אנהייבן א' ניסן[1]
- אין צייטן פון חז"ל האט מען אין דעם טאג אויסגערופן אויסצורייסן די כלאים פון די פעלדער, ווייל די געוויקסן זענען שוין קענטבאר[1]
געשעענישן
- ב'תמ"ט – געענדיגט אנגרייטן דער משכן, לויט איין מקור[2]
- ג'של"ט – יחזקאל זאגט נבואה איבער דעם חורבן פון מצרים דורך נבוכדנצר
- ה'תקס"ז – איינגעזאמלט געווארן דער "סנהדרין פון פאריז" אויפ'ן באפעל פון נאפאלעאן
- ה'ת"ר (אדר א') – אנגעהויבן דער בלוט בלבול אין דמשק
- ה'תרנ"ח – אמיל זולא ווערט ארעסטירט נאכן פארעפנטליכן זיין בריוו "איך באשולדיג", אין וועלכע ער איז ארויסגעטראטן קעגן די אנטיסעמיטיזם פון די פראנצויזישער רעגירונג ווי אפגעשפיגלט אין די דרייפוס פרשה
- ה'תש"ח (אדר ב') – אויפגעשטעלט די ארטילעריע אפטיילונג פון צה"ל
- ה'תשי"ז (אדר ב') – דריי יונגען דערשיסן רודאלף קאסטנער, וועלכער שטארבט פון זיינע וואונדן עלף טעג דערויף
- ה'תשמ"ג – אריאל שרון ווערט אראפגעשטעלט פון זיין שטעלע אלס שר הבטחון פון מדינת ישראל, צוליב זיין טייל אין די סאברא און שאטילא פרשה, און ער ווערט איבערגענומען דורך משה ארענס
- ה'תשס"ג (אדר ב') – א זעלבסטמארד אטאקע אויף א אגד באס אין חיפה ברענגט אום זיבעצן
געבוירן
- ה'תקע"ה (אדר א') – רבי אברהם שמואל בנימין סופר, רב און ראש ישיבה פון פרעשבורג און מחבר פון "כתב סופר" (נפטר י"ט טבת ה'תרל"ב)
- ה'תרמ"א – רבי יוסף אליהו הענקין, פון די גרעסטע פוסקים אין די פאראייניגטע שטאטן, מנהל פון עזרת תורה (נפטר י"ג אב ה'תשל"ג)
- ה'תרע"ד (אדר א') – רבי סעדיה בן אור, א תימנ'ער רב און מקובל (נפטר ה' אדר א' ה'תשנ"ז)
- ה'תרפ"ב – יצחק ראבין, פינפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (אומגעברענגט ה'תשנ"ו)
- ה'תש"א – סוזאן מובאראק, פרוי פון געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט חאסני מובאראק
יארצייטן
- בניהו בן יהוידע[מקור פארלאנגט]
- ד'תתקכ"ד אדער ד'תתקכ"ז (אדר א') – רבי אברהם אבן עזרא, א ראשון, פון די גרויסע מפרשי המקרא און דיכטער (געבוירן ד'תתמ"ט אדער ד'תתנ"ב)
- ה'ת"ז – רבי עזריה פיגו, מחבר פון "גידולי תרומה" און "בינה לעיתים" (געבוירן ה'של"ט)
- ה'תכ"ג (אדר א') – רבי שבתי הכהן, מחבר פון "שפתי כהן" (ש"ך) אויף שולחן ערוך (געבוירן ה'שפ"ב)
- ה'ת"ס – רבי שמואל בן יוסף, מחבר פון "עולת שבת" און "עולת תמיד" אויף שולחן ערוך
- ה'תק"ג – רבי עמנואל חי ריקי, מחבר פון "משנת חסידים" (געבוירן ה'תמ"ז)
- ה'תק"ס – רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין (געבוירן ה'ת"ק)
- ה'תקס"ה (אדר ב') – נפתלי הירץ וויזעל, לינגוויסט און דיכטער, פון די גרינדער פון דער השכלה באוועגונג (געבוירן ה'תפ"ו)
- ה'תרט"ו – רבי יצחק מאיר העשל, מגיד אין זשינקאוו (געבוירן ה'תקל"ו)
- ה'תרס"ו – רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תרע"א – רבי יצחק אייזיק ישכר דוב בעריש טויבש, רב אין אטיניע
- ה'תרע"ו (אדר ב') – אהרן מארקוס, א שרייבער און פילאלאג, דער מחבר פון "החסידות" (געבוירן ה'תר"ג)
- ה'תרצ"ב – רבי אשר רובין, רב אין קארטשין (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'ת"ש – רבי ישראל פריינד, רב אין הוניאד (געבוירן ה'תרט"ו)
- ה'תש"ג (אדר א') – רבי בן ציון נסים פרדס, א ירושלימ'ער דרשן (געבוירן ה'תרכ"ב)
- ה'תשכ"א – רבי צדקה חוצין, א תלמיד פון רבי יוסף חיים פון באגדאד און א דיין אין דעם בית דין פון דער ספרד'ישער עדה חרדית אין ירושלים (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תשנ"ב – רבי יוסף ליס, א תלמיד חכם, איש חינוך און הוגה דעות (געבוירן ה'תרע"ב)
- ה'תשנ"ה (אדר א') – רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, רב פון מאקאווא
- ה'תשס"ד – רבי ברוך ראזנבערג, ראש ישיבת סלאבאדקע און א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה