זחג יאר
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א זחג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זחג יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א זחג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון עיבור יאר פאלט אויס צווישן דאנערשטאג, 18 שעה אין טאג, און פרייטאג, 20 שעה און 491 חלקים[1], וואס באטרעפט ארום 5.8% פון אלע יארן[2]. דער פאריגער יאר איז אלעמאל פון סארט בשה.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"ן געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ג, ה'תש"ו, ה'תש"ל, ה'תשל"ג, ה'תשנ"ז, ה'תשפ"ד, ה'תת"א, ה'תתכ"ח, ה'תתל"א.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א זחג יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש אדר א' איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש תמוז איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון פרייטאג (דאנערשטאג נאכט) ביז פרייטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטאג.
- פורים געפאלט זונטאג (שושן פורים מאנטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט פרייטאג, תענית אסתר ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, תענית בכורים געפאלט מאנטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דינסטאג.
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג