קרבנות הנשיאים

פון המכלול
ווערסיע פון 16:00, 15 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:קרבנות הנשיאים צו קרבנות הנשיאים אן לאזן א ווייטערפירונג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קרבנות הנשיאים זענען קרבנות וואס די נשיאים פון די שבטי ישראל האבן מקריב געווען ביים חנוכת המשכן, צוזאמען מיט אנדערע ביישטייערונגען, וועגענער און רינדער צו טראגן מיט זיי דעם משכן. דאס ברענגען די קרבנות ווערט געשילדערט אין פרשת נשא, במדבר ז.

הקרבה

דער סדר איז אנגעגאנגען ווי פאלגנד: צום ערשטן האבן אלע נשיאים אינאיינעם אפגעגעבן א מתנה פון זעקס וואגאנען צו טראגן דערמיט דעם משכן, און מיט זיי צוועלף רינדער צו ציען די וואגאנען מיט זיי. די וואגאנען זענען צעטיילט געווארן צווישן די בני גרשון און בני מררי[1]. דערנאך האבן די נשיאים מקריב געווען קרבנות און געגעבן מתנות פאר'ן משכן דורכאויס צוועלף טעג נאכאנאנד, אויך שבתהוראת שעה), יעדער נשיא א באזונדערן טאג. די קרבנות פון די נשיאים און זייערע מתנות זענען געווען אייניג:

"קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלֹשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה. כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת. פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשׂ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה. שְׂעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת. וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה"

דער צייט דערפון

די אנגענומענע מיינונג איז, אז די קרבנות פון די נשיאים זענען געברענגט געווארן ביי די פייערונגען פון חנוכת המשכן, וואס האט נאכגעפאלגט די שבעת ימי המילואים. לויט די צענטראלע דעה אין חז"ל[2], אז די מילואים זענען אנגעגאנגען פון כ"ג ביז כ"ט אדר, האבן די נשיאים געברענגט זייערע קרבנות אנגעהויבן פון א' ניסן, ביז י"ב ניסן אינעם צווייטן יאר פון יציאת מצרים, (ב'תמ"ט). די שיטה טראגט א הלכה'דיגע באדייט אויך היינט צוטאגס, מיט דעם וואס מען טאר נישט מספיד זיין אדער פאסטן דורכאויס דעם גאנצן חודש ניסן, וויבאלד רוב פון די טעג אין חודש זענען ימים טובים: א'-י"ב לחודש צוליב די קרבנות פון די נשיאים, און י"ד-כ"א צוליב פסח. דערצו זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען דעם גאנצן חודש[א].

אָבער דער מיינונג איז שווער, ווייל די געשיכטע פון יום השמיני פון חנוכת המשכן שטייט אין פרשת שמיני אין ספר ויקרא, אין צייט וואס די קרבנות פון די נשיאים ווערן באַשריבן אין פרשת נשא אין ספר במדבר; אין פרשת שמיני ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די קרבנות פון די נשיאים, און אין פרשת נשא ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די טייל וואס משה רבינו און אהרן הכהן מיט זיינע קינדער האבן גענומען אין די חנוכת המשכן. נאך א שוועריגקייט איז, אז אין אנהייב חומש במדבר ווערט אנגעצייכנט דער דאטום, ראש חודש אייר אין צווייטן יאר פון יציאת מצרים, און לויט די אויבנדערמאנטע מיינונג זענען די פסוקים נישט כראנאלאגיש אויסגעשטעלט.

צוליב די שוועריגקייטן טייטשט אויס דער אברבנאל אז די קרבנות פון די נשיאים האט מען נישט מקריב געווען אין חודש ניסן, נאר אין חודש אייר. גאנץ חודש ניסן האט מען זיך נאך באשעפטיגט מיט זאלבן דעם משכן און די כלים און אלעס וואס פעלט אויס פאר די עבודה, און ראש חודש אייר - ווען די אידן זענען געציילט געווארן לויט זייערע שבטים - האבן די נשיאים געזען פאר ריכטיג צו ברענגען די קרבנות. לויט דעם ווערט דערמאנט אין פרשת שמיני נאר דער אָנהייב פון די אַרבעט פון די כהנים אין דעם משכן, און די געשעעניש אין פרשת נשא איז א באזונדערע פייערונג פון חנוכת המשכן דורך די פארשטייערס פון די אידן, זייענדיג די ערשטע קרבנות געברענגט דורך יחידים וועלכע זענען נישט כהנים. אזוי איז פארשטענדליך פארוואס די תורה דערמאנט זיי אלס צוויי פארשידענע געשעענישן, און אויך די כראנאלאגיע שטימט.

דער סדר

  1. נחשון בן עמינדב – שבט יהודה – א' ניסן
  2. נתנאל בן צוער – שבט יששכר – ב' ניסן
  3. אליאב בן חלון – שבט זבולון – ג' ניסן
  4. אליצור בן שדיאור – שבט ראובן – ד' ניסן
  5. שלומיאל בן צורישדי – שבט שמעון – ה' ניסן
  6. אליסף בן דעואל – שבט גד – ו' ניסן
  7. אלישמע בן עמיהוד – שבט אפרים – ז' ניסן
  8. גמליאל בן פדהצור – שבט מנשה – ח' ניסן
  9. אבידן בן גדעוני – שבט בנימין – ט' ניסן
  10. אחיעזר בן עמישדי – שבט דן – י' ניסן
  11. פגעיאל בן עכרן – שבט אשר – י"א ניסן
  12. אחירע בן עינן – שבט נפתלי – י"ב ניסן

שבט לוי האט נישט אנטייל גענומען אין די חנוכת המשכן. דער מדרש דערציילט אז אהרן הכהן האט מקנא געווען די נשיאים, און דער באשעפער האט אים פארדעם געגעבן די מצוה פון הדלקת המנורה, וואס שטייט אין תורה גלייך נאך די קרבנות הנשיאים צוליב די סיבה.

די מצוה פון חנוכת המזבח

דער רמב"ן שרייבט[4], אז ווען ה' האט באפוילן אנצונעמען די קרבנות הנשיאים איז דערמיט געגעבן געווארן א מצוה אויך פאר די שפעטערדיגע דורות, צו ברענגען עקסטערע קרבנות ווען מען באנייט דעם בית המקדש און דעם מזבח. דערפאר האט שלמה המלך געמאכט א חנוכת הבית ביים ערשטן בית המקדש[5]; די אנשי כנסת הגדולה ביים צווייטן בית המקדש[6]; און אזוי וועט מען טון בימות המשיח[7]. לויט די שיטה, טראץ וואס די גענויע קרבנות און צייטן ווען די נשיאים האבן עס געברענגט זענען געווען הוראת שעה[8], איז אבער דער פייערונג זעלבסט א חיוב לדורות[9].

דער רמב"ם לערנט אבער, אז חנוכת המזבח איז אינגאנצן נאר א הוראת שעה, און עס איז נישט קיין חיוב אין שפעטערדיגע דורות[10].

אין די אגדה

אין די מדרשים ווערט באטאנט די באזונדערע מעלה פון די קרבנות הנשיאים. די קרבנות זענען געווען באליבט ווי די שירה וואס אידן האבן געזאגט ביים ים סוף, און ווי די צוויי לוחות הברית[11]. קיין שום אנדערע קרבן אויף דער וועלט איז נישט אזוי געלויבט געווארן ווי די קרבנות הנשיאים, וואס די תורה האט אויסגערעכנט יעדע פון זיי באזונדער אויפ'ן נאמען פון דער וואס האט עס מקריב געווען[12].

פון גרויס חיבה צו די קרבנות, האט ה' אנגענומען דערביי אויך זאכן וועלכע זענען געווענליך אומפאסיג, ווי קטורת געברענגט דורך א יחיד, א חטאת וואס איז א נדבה, און קרבנות יחיד אום שבת[13].

ליינען די קרבנות הנשיאים

די קרבנות פון די נשיאים ווערן אלע אויסגערעכנט, יעדע באזונדער, אין ז פון חומש במדבר, אין פרשת נשא.

די קרבנות הנשיאים ווערן געליינט ביי קריאת התורה אין חנוכה. יעדן טאג ליינט מען דעם קרבן פון איין נשיא, אויסער דער ערשטער טאג חנוכה, וואס דאן הייבט מען אן פון "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן" (אדער פון די פרשה פון ברכת כהנים), און דער לעצטער טאג, וואס דאן ליינט מען די קרבנות פון די פינף לעצטע נשיאים אויסגעפירט מיט די פרשה פון מעשה המנורה, אנפאנג פון פרשת בהעלותך.

אין די דאטומען ווען די קרבנות זענען געברענגט געווארן לויט חז"ל, פון א' ניסן ביז י"ב ניסן, זענען פארהאן וואס פירן זיך צו ליינען יעדן טאג דעם קרבן פון דער נשיא וואס האט מקריב געווען אין דעם טאג. דאס ווערט געליינט אין א ספר תורה אדער אין א חומש, נאך תפילת שחרית. נאכ'ן ליינען זאגט מען א "יהי רצון", אין וועלכן דער נאמען פונעם שבט און פונעם נשיא פון יענעם טאג ווערן דערמאנט. א' ניסן הייבט מען אן אזוי ווי ביי קריאת התורה פון ערשטן טאג חנוכה, און טייל פירן זיך צו ליינען קודם די הקמת המשכן סוף פרשת פקודי[14], און אין י”ב ניסן ענדיגט מען צו אויך דעם שטיקל פון “זאת חנוכת המזבח” און ווייטער.

דרויסנדע לינקס

  • מנחם מענדיל ברים, נשיאי מועד, אויף עניני קרבנות הנשיאים, בני ברק תשע"ד

נאטיצן

  1. לויט טייל ראשונים איז פארהאן דערביי א מחלוקת תנאים, און רבי עקיבא לערנט אז די מילואים האבן זיך אנגעהויבן אין ראש חודש ניסן[3]. לויט דעם האבן די נשיאים געברענגט זייערע קרבנות פון ח' ביז י"ט ניסן.

רעפערענצן

  1. וואס גייענדיג אין מדבר איז זייער פליכט געווען צו טראגן די באַזע פון משכן (צום ביישפיל: קרשים, אדנים). די בני קהת וואס האבן געטראגן די כלי המשכן האבן דאס געטראגן אויף זייער פלייצעס, און האבן זיך נישט גענויטיגט אין וואגאנען.
  2. סדר עולם פרק ז'; תורת כהנים פרשת צו (מילואים) פרק א' לו; ויקרא רבה, פרשה כ', פסקה י"ב
  3. זעט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אבן עזרא, שמות מ, ב, אין פירוש הארוך; תשובות רדב"ז, חלק ששי, סימן ב"א רכ"ב;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רבי אליהו מזרחי, במדבר ז;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר ט, ו. דער אבן עזרא נעמט דארט אן אז דאס איז פשוטו של מקרא

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רמב"ן, במדבר ז, יג
  5. דברי הימים ב' ז, ה
  6. עזרא ו, טז
  7. יחזקאל מג, כו
  8. רמב"ן, השגות לספר המצוות להרמב"ם, שורש שלישי
  9. זעט אויך משנה למלך אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מעשה הקרבנו"ת, הלכות ו'–י"ט, וואס ברענגט א ראיה צו דער שיטה פון מדרש
  10. ספר המצוות להרמב"ם, שורש שלישי
  11. ויקרא רבה, פרשה ח', פסקה ג'
  12. מדרש תנחומא, פרשת תצוה ט"ו
  13. פסיקתא רבתי פיסקא ה'; ויקרא רבה, פרשה י"ג, פסקה ב';
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, שיר השירים ה, א
  14. נזירות שמשון אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ט; סידורים לויט נוסח עדות המזרח
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער