רוי:עשרת הדברות
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
עשרת הדברות זיינען די גרונדענע געזעצן פון די תורה וואס לויט די יידישע טראדיציע זיינען זיי געזאגט געווארן דירעקט דורך גאט צו די יידישע פאלק ביים מעמד הר סיני (אנדערש ווי די גאנצע תורה וואס גאט האט געזאגט נאר צו משה רבינו).
די עשרת הדיברות האט מען געשריבן אויף צוויי טאוולען (לוחות הברית) און אריינגעלייגט אין דער ארון הברית, וואס איז שפעטער געלעגן אין בית המקדש ביי דעם קודש הקדשים.
די ערשטע 5 דברות אין בין אדם למקום, און די לעצטע 5 דברות איז בין אדם לחבירו.
צוויי ווערסיעס פון די עשרת הדברות
די עשרת הדברות ווערט געבראכט צוויי מאל אין די תורה, איינמאל אין ספר שמות און דערנאך ווערט דאס ווי דער שטייגער איבערגע'חזרט דורך משה אין ספר דברים.
אין שמות כ':
- אָנֹכִי יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים
- אויסרוף אז גאט איז דער גאט פון די יידן, און די יידן זיינען זיין אויסדערוועלטע פאלק.
- לֹא-יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים, עַל-פָּנָי
- גאט איז איינער - מאנאטעיזם
- לֹא-תַעֲשֶׂה לְךָ פֶסֶל, וְכָל-תְּמוּנָה...
- נישט דינען עבודה זרה.
- לֹא תִשָּׂא אֶת-שֵׁם-יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַשָּׁוְא
- נישט שווערן אויף פאלש.
- זָכוֹר אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת, לְקַדְּשׁוֹ
- היטן שבת.
- כַּבֵּד אֶת-אָבִיךָ, וְאֶת-אִמֶּךָ
- מכבד זיין די טאטע און מאמע.
- לֹא תִרְצָח
- לֹא תִנְאָף
- לֹא תִגְנֹב
- לֹא-תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָׁקֶר
- נישט זאגן פאלשע עדות.
- לֹא תַחְמֹד, בֵּית רֵעֶךָ...
- נישט גלוסטן. דאס איז די שווערסטע דיבר.
אין ויקרא י"ט:
- קדושים תהיו כי קדוש אני ה' אלוהיכם
- אל תפנו אל האלילים
- ואלוהי מסכה לא תעשו לכם
- ולא תשבעו בשמי לשקר
- ואת שבתותי תשמרו
- איש אמו ואביו תיראו
- לא תעמוד על דם רעך
- אל תחלל את בתך להזנותה
- לא תגנבו
- לא תכחשו ולא תשקרו איש בעמיתו
- ואהבת לרעך כמוך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!