אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 23: שורה 23:
*"אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי" (ווען אונזערע מיילער וואלטן געווען פאדעם): אַן איינלייטונגס פּיוט פאַרן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
*"אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי" (ווען אונזערע מיילער וואלטן געווען פאדעם): אַן איינלייטונגס פּיוט פאַרן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
*"חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון [[חנניה מישאל ועזריה|חנניה, מישאל און עזריה]], וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.
*"חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון [[חנניה מישאל ועזריה|חנניה, מישאל און עזריה]], וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.
עס איז אויך דאָ א סליחה וואָס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצפארער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן און האט אַן אַקראָסטיך מיט "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאָמפּאָנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער דורך רבי מאיר{{מקור}}.


[[רבי מנחם בן חלבו]] האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.
[[רבי מנחם בן חלבו]] האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.
שורה 55: שורה 53:
אנדערע מקורות און דיסקוסיעס צווייפלען שטאַרק אין דעם טענה אַז ר' מאיר בעל האקדמות איז באַגראָבן אין ארץ ישראל. מען שטעלט די פראַגע, ווי אַזוי וואָלט ער צוריקגעקערט נאָכן אַריבערגיין דעם סמבטיון אין שבת, און אויב ער איז באַגראָבן אין ארץ ישראל, ווי קען די סמבטיון מעשה האָבן פּאַסירט?. [[רבי צבי הירש ראזנבוים|רבי הערשלע פון קרעטשניף]], פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר.
אנדערע מקורות און דיסקוסיעס צווייפלען שטאַרק אין דעם טענה אַז ר' מאיר בעל האקדמות איז באַגראָבן אין ארץ ישראל. מען שטעלט די פראַגע, ווי אַזוי וואָלט ער צוריקגעקערט נאָכן אַריבערגיין דעם סמבטיון אין שבת, און אויב ער איז באַגראָבן אין ארץ ישראל, ווי קען די סמבטיון מעשה האָבן פּאַסירט?. [[רבי צבי הירש ראזנבוים|רבי הערשלע פון קרעטשניף]], פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר.


==אנדערע פּייטנים מיט'ן זעלבן נאמען==
==רבי מאיר בן יצחק פון פון ארליאן==
עס זענען געווען נאך איין אדער עטליכע חזנים און פּייטנים מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק. זיי ווערן בטעות צומאל אויסגעמישט.
עס איז געווען נאך א פּייטן מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק, וועלכער ווערט בטעות צומאל אויסגעמישט מיט'ן בעל אקדמות.
 
רבי מאיר בן יצחק פון [[ארליאן|אָרליאַן]], וועמענס זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י{{הערה|שם=רשידהי|פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו {{תנ"ך|דברי הימים א|כט|יא|מפרש=רש"י}}.}}. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר". דער צווייטער פּיוט איז איבערגעזעצט געווארן אויף דייטש דורך צונץ. עס איז אויך דא א סליחה וואס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצפארער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן און האט אַן אקראסטיך מיט "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאמפּאנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער{{הערה|צונץ, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044037732229&seq=269 ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע], ז' 251 {{לינקשפראך|DE}}; {{אנצ יהודית|10573-meir-ben-isaac-of-orleans|Meir ben Isaac of Orleans|Joseph Jacobs, M. Seligsohn}}.}}.
רבי מאיר בן יצחק פון פון [[ארליאן|אָרליאַן]], וועמענס זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י{{הערה|שם=רשידהי|פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו {{תנ"ך|דברי הימים א|כט|יא|מפרש=רש"י}}.}}. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר". דער צווייטער פּיוט איז איבערגעזעצט געווארן אויף דייטש דורך צונץ{{הערה|צונץ, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044037732229&seq=269 ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע], ז' 251 {{לינקשפראך|DE}}; {{אנצ יהודית|10573-meir-ben-isaac-of-orleans|Meir ben Isaac of Orleans|Joseph Jacobs, M. Seligsohn}}.}}.


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==

רעוויזיע פון 20:29, 9 יוני 2025


רבי מאיר בן יצחק שליח-ציבור (אין קורצן "ש"ץ", אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען איינער פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – שליח ציבור און א דרשן אין ווארמס, דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין איין צייט מיט רש"י. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "אקדמות מילין", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חשיבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות. וועגן אים איז פארהאן א לעגענדע, אז ער איז געווען ביי די "בני משה" אויף יענער זייט סמבטיון.

גרויסע חכמים פון זיין צייט און שפעטערדיגע דורות, ווי רש"י, בעלי התוספות, רבי שמחה פון ויטרי, רבי אברהם בן עזריאל[1], רבי יעקב מולין, ציטירן אים אפט מיט רעספעקט, בעיקר אין באצוג צו ענינים פון דאווענען און מנהגים צווישן די קהילות פון אשכנז און צרפת.

ביאגראפיע

וועגן דעם לעבנסגעשיכטע פון רבי מאיר איז ווייניג באקאנט, און זיין געבורטסארט איז נישט באקאנט. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק. רבי מאיר איז געווען טעטיג אין וואָרמס, וועלכע איז געווען איינע פון די חשובע קהילות אין אשכנז. די פוסקים געבן אים א שטארקן סמכות אין ענינים פון נוסח התפילה און מנהגים אין די קהילות פון פראַנקרייך און דייטשלאַנד. ער ווערט אפט דערמאנט און ציטירט מיט רעספעקטדורך די גרעסטע תלמידי-חכמים פון דייטשלאנד און פראנקרייך אין זיין צייט און אין די קומענדיגע דורות.

רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די גזירות פון תתנ"ו, ווי דערמאנט אין פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא[2]. אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות (מעמאָרבוך) פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"[3].

אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה (ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון ברכות קריאת שמע[4]), און פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.

פּיוטים און ווערק

רבי מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן. ער האט געשאפן פּיוטים און סליחות אין לשון-קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארהאן היינט. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים-טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות[5].

די מערסט באקאנטע פון זיינע פּיוטים איז דער אראמישער פּיוט "אקדמות". דער פּיוט ווערט געזאגט געווענטליך אין אשכנזישע קהילות אין חג השבועות, אלס אַן איינלייטונג צו די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די עשרת הדברות. דער מנהג איז צו געווען עס צו זאגן עס נאך דעם ערשטן פּסוק פון קריאת התורה (שמות י"ט, ב'), די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד אריגינעל האט דאס געדינס אלס "רשות" פארן מתורגמן וואס האט געזאגט דעם תרגום פון די קריאת התורה - א מנהג איינגעפירט דורך עזרא הסופר וואס איז שפעטער פארבליבן אין אשכנז און צרפת בלויז אויף געציילטע ימים-טובים [6], שפעטער ווען דער דער מנהג פון מתרגם זיין די תורה איז פארגעסן געווארן, האט די פאקט אז מען זאגט "אקדמות" גלייך נאכן ערשטן פּסוק האט ארויסגערופן פיל דיסקוסיעס און השערות, און האט אויפגעברענגט התנגדות מפסיק צו זיין דערוועגן, און טייל פוסקים האבן איינגעפירט דעם מנהג צו זאגן עס פארן ליינען די תורה.

אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע שליסן איין:

  • "אֱלָהָא עָלַם" (אייביגער ג-ט): אַן אראמישער "רשות" פארן סדר "מתורגמן" (אַן איינלייטונג צום תרגום) פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון שירת הים.
  • "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן" (אונזער פאטער אין הימל און אונזער באשעפער): אַן אראמישער פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח.
  • "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי" (ווען אונזערע מיילער וואלטן געווען פאדעם): אַן איינלייטונגס פּיוט פאַרן סדר "מתורגמן" פון שביעי של פסח. עס ווערט געזאגט נאכן ערשטן פּסוק פון דער ערשטער עליה.
  • "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה": א פּיוט פארן סדר "מתורגמן" פון שבועות. רבי מאיר האט געשריבן א המשך צום אריגינעלן פּיוט וואס האט נאָר געהאט אַן אקראסטיך ביז האלבן אלף-בית. דער פּיוט איז ארויסגעשריבן צו ווערן געזאגט ווי אַן איינלייטונג צום תרגום פון דעם צווייטן געבאט (לא תשא). עס דערציילט די מעשה פון חנניה, מישאל און עזריה, וואס האבן בעסער געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער דינען אַן עבודה זרה.

רבי מנחם בן חלבו האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.

ר' מאיר איז אויך געווען א תנ"ך מפרש און ווערט אייניגע מאל דערמאנט אין פארשידענע ערטער אין פירוש רש"י אויף תנ"ך. רש"י שטיצט זיך אויף זיינע אויסטייטשונגען און טיטולירט ר' מאיר'ן מיט "צדיק" און "חסיד"[7]. רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל[8], אבער ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן[9].

ווארשיינליך האט ר' מאיר אויך צונויפגעשטעלט א ספר מנהגים פארן גאנצן יאר. דעם ספר מנהגים דערמאנט דער מהרי"ל עטליכע מאל אלס "מנהגי דר' מאיר ש"ץ".

לעגענדעס

עס זענען פארהאן א צאל לעגענדעס און געשיכטעס ארום רבי מאיר ש"ץ. איינס פון די באקאנטע געשיכטעס באציט זיך איבער זיין פיוט אקדמות, עס דערציילט - מיט פארשידענע ווערסיעס - וועגן א שליח וואס איז געשיקט געווארן פון די עשרת השבטים וואס זיצן פונעם אנדערן זייט סמבטיון (דער טייך וואס ווארפט שטיינער אלע טעג אחוץ שבת). דער שליח איז געשיקט געווארן צו געפינען א איד וואס זאל קענען קעמפן קעגן א מאנאך אין אשכנז, וואס האט גע'הרג'עט אידן מיט זיין כישוף. אין איין ווערסיע איז ר' מאיר אליין אריבער דעם סמבטיון אין שבת צוליב פּיקוח נפש. צוליב חלול שבת האט ער נישט געקענט צוריקקערן זיך, און איז דארט געבליבן און דארט באגראבן געווארן. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי אַן אייביגע עגונה. אין אַ צווייטער ווערסיע, איז זיין רייזע געווען פאַרקערט, צו העלפן די אידן פונעם אַנדערן זייט סמבטיון וואָס האָבן געליטן פון רדיפות.

די געשיכטעס דערציילן וועגן די מלחמה צווישן דעם גלח און דעם "אויסגעקליבענעם" פון די אידן. אין איינער פון די ווערסיעס, קומט רבי מאיר, וואָס ווערט באַשריבן ווי אַ "קליין הינקעדיג מענטשעלע", זיך באַגעגענען מיטן גלח וואָס האָט אויסגענוצט אַ "צויבער-ראָד" מיט וועלכן ער האָט געקענט טאָן וואָס ער האָט געוואָלט דורך שדים, און דער גלח האָט געהרגעט אַ סך אידן. רבי מאיר באַווייזט מיט נסים און מיט די הילף פון "שמות הקדושים" צו באַזיגן דעם גלח. אין אַ טייל ווערסיעס, געלונגט עס נישט פאר רבי מאיר דעם גלח בייצוקומען, און זיין זון ר' יצחק איז דער וואָס געלונגט צו געווינען מיטן זיין חכמה און אפראטעווען די אידן. לויט אנדערע ווערסיעס איז רבי מאיר פארבליבן געשטראנדעט אויפ'ן אנדערען זייט סמבטיון, און נישט געקענט צוריקקומען צוליב חילול שבת, און ער האט צוריקגעשיקט א אידל פון די בני משה, וואס יענער האט באוויזן די דערמאנטע וואונדער.

וועגן דעם נס איז צונויפגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע מגילה, וואָס מען פלעגט ליינען אין חג השבועות[10]. און דאס שאפונג אדער פאבליצירונג פונעם פיוט איז געווען אין רעזולטאט פון דעם געשיכטע.

די דאַטומס וואָס ווערן אנגעגעבן אין די געשיכטעס פאַסן נישט מיט דער היסטאָרישער ווירקליכקייט, ווייל ר' מאיר האָט געלעבט אין 11טן יאָרהונדערט, און די דאַטומס אין די מעשיות זענען שפּעטער. דאָס נעמט זיך מעגליך דערפון, וואָס די מעשה איז פיל שפּעטער אויפגעשריבן געוואָרן. די מעשה איז געדרוקט אין פאַרשידענע אויסגאַבעס פון מחזורים און "צאינה וראינה" און איז אויך געפונען געווארן אין מאַנוסקריפּטן.

מקום קבורה

דער פּינקטליכער מקום קבורה פון ר' מאיר ש"ץ איז נישט באקאנט מיט זיכערקייט און עס זענען פארהאן פארשידענע מסורות איבער דעם. ס'זענען דא וואס ווילן ברענגען א ראי' פון זיין ווערן דערמאנט אינעם פינקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא, אז ער ליגט דארט באגראבן.

עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז דער קבר וואס געפינט זיך אין גוש חלב, וואס פריערדיגע מקורות געבן אן אלס מקום קבורה פון רבי מאיר בעל הנס, דאס איז פון רבי מאיר ש"ץ וואס האט זוכה געווען צו נסים. אן אנדערע מסורה געבט אן אז ער ליגט אין לובלין[11]. פון דער אנדערע זייט, ווערט ער דערמאנט דורך איינער פון די ראשונים אין די דורות נאך אים, אלס "רבינו מאיר שליח ציבור מאבילי ירושלים"[12], וואס קען זיין אן אנדייטונג אז ער שטאמט פון ארץ ישראל אדער פון די עשרת השבטים[13].

עס איז דא א מיינונג וואס איז מייחס זיין קבר צו ארץ ישראל. לויט איין טראדיציע געפינט זיך זיין קבר אין גוש חלב (ג'יש), נאנט צו צפת. אַנדערע זאָגן אַז ער איז באַגראָבן אין דער נאנט פון טבריה, און מייחסן אים צו רבי מאיר בעל הנס. אָבער, דאָס קבר אין גוש חלב ווערט אויך מייחס צו זיין פאָטער, ר' יצחק פון גוש חלב.

דער מקובל רבי מרדכי שרעבי האט געהאלטן אז רבי מאיר וואס איז באערדיגט אין גוש חלב איז דער תנא רבי מאיר וואס ווערט דערמאנט אין משנה, בשעת דער רבי מאיר וואס איז באגראבן ביים אריינגאנג צו טבריה איז רבי מאיר בעל האקדמות, וואָס ווערט אויך גערופן "רבי מאיר בעל הנס"[14].

אנדערע מקורות און דיסקוסיעס צווייפלען שטאַרק אין דעם טענה אַז ר' מאיר בעל האקדמות איז באַגראָבן אין ארץ ישראל. מען שטעלט די פראַגע, ווי אַזוי וואָלט ער צוריקגעקערט נאָכן אַריבערגיין דעם סמבטיון אין שבת, און אויב ער איז באַגראָבן אין ארץ ישראל, ווי קען די סמבטיון מעשה האָבן פּאַסירט?. רבי הערשלע פון קרעטשניף, פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר.

רבי מאיר בן יצחק פון פון ארליאן

עס איז געווען נאך א פּייטן מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק, וועלכער ווערט בטעות צומאל אויסגעמישט מיט'ן בעל אקדמות. רבי מאיר בן יצחק פון אָרליאַן, וועמענס זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י[15]. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר". דער צווייטער פּיוט איז איבערגעזעצט געווארן אויף דייטש דורך צונץ. עס איז אויך דא א סליחה וואס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצפארער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן און האט אַן אקראסטיך מיט "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאמפּאנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער[16].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. זעט ערוגת הבושם, אפרים אורבאך, חלק א, זז' 197, 210; חלק ג, 96, 322, 385, 389, 423, 446; חלק ד, 46, 59, 85.
  2. אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא, וויען, תר"מ, עמ' 4.
  3. פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, fol. 8a; פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, עמוד 7, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא, וויען, תר"מ, עמ' 7.
  4. ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.
  5. Abraham David, "Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  6. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'. דער מנהג איז געבליבן ביז היינט ביי די תימנים.
  7. Zunz, Zur Geschichte und Literatur (Berlin 1845), 61.
    זע אויך "פיוט אקדמות", ווילנע תרס"ב אין מבוא פון חיים נחמיה שובין, זייט 10–11.
  8. רש"י, הושע ו, ט; עמוס ג, יב; תהלים עג, יב.
  9. זעט סדור רש"י, בערלין: באבער, תרע"ב, עמ' 80: "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק".
  10. רבי אברהם יגל, באר שבע, קובץ על יד IV, ז' 39.
  11. לקורות היהודים בלובלין, עמ' 139.
  12. רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  13. רבי נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  14. ספר דרך צדיקים חלק ב' עמוד 290.
  15. פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו רש"י, דברי הימים א' כט, יא.
  16. צונץ, ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע, ז' 251 (דײַטש); Joseph Jacobs, M. Seligsohn, ‏"Meir ben Isaac of Orleans", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).