אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מאיר ב"ר יצחק ש"ץ"
ק (←אריינפיר: הגהה) |
ק (←רשויות למתורגמן: שמה"ק) |
||
| שורה 38: | שורה 38: | ||
רבי מאיר האט אויך געשריבן א המשך צו דעם פּיוט "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה", וועלכער איז אריגינעל געווען א בּיזאנטישער פּיוט וואס איז געזאגט געווארן ביי קריאת התורה פון שבועות אלס אַן איינלייטונג צו דעם אראמישן תרגום פון דעם צווייטן דיברא (לא תשא). די אריגינעלע פּיוט איז געווען א וויכוח-ליד וואס דערציילט די געשיכטע פון חנניה, מישאל און עזריהו אין דניאל פרק ג', וועלכע האבן ענדערש געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער צו בוקן זיך צו אַן אפגעטש. רבי מאיר'ס המשך איז בעיקר געבויט אויף דעם וויכוח ווי עס ווערט דערציילט אין ויקרא רבה{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://opensiddur.org/prayers/lunisolar/pilgrimage/shavuot/hanaiah-mishael-and-azariah-a-piyyut-for-the-seder-meturgeman-of-shavuot/|שרייבער=Isaac Gantwerk Mayer|קעפל=חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה|זייטל=פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ|דאטום=אפריל 30, 2025}}}}. דער טעקסט פון דעם פּיוט איז געבליבן אין פארשידענע מאנוסקריפּטן, אריינגערעכנט דעם מחזור ווירמייזא פון יאר ה'ל"ב{{הערה|{{כתיב|מחזור ווירמייזא|990000445600205171|Ms. Heb. 4°781, דף 150|21041817}}.}}. | רבי מאיר האט אויך געשריבן א המשך צו דעם פּיוט "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה", וועלכער איז אריגינעל געווען א בּיזאנטישער פּיוט וואס איז געזאגט געווארן ביי קריאת התורה פון שבועות אלס אַן איינלייטונג צו דעם אראמישן תרגום פון דעם צווייטן דיברא (לא תשא). די אריגינעלע פּיוט איז געווען א וויכוח-ליד וואס דערציילט די געשיכטע פון חנניה, מישאל און עזריהו אין דניאל פרק ג', וועלכע האבן ענדערש געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער צו בוקן זיך צו אַן אפגעטש. רבי מאיר'ס המשך איז בעיקר געבויט אויף דעם וויכוח ווי עס ווערט דערציילט אין ויקרא רבה{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://opensiddur.org/prayers/lunisolar/pilgrimage/shavuot/hanaiah-mishael-and-azariah-a-piyyut-for-the-seder-meturgeman-of-shavuot/|שרייבער=Isaac Gantwerk Mayer|קעפל=חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה|זייטל=פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ|דאטום=אפריל 30, 2025}}}}. דער טעקסט פון דעם פּיוט איז געבליבן אין פארשידענע מאנוסקריפּטן, אריינגערעכנט דעם מחזור ווירמייזא פון יאר ה'ל"ב{{הערה|{{כתיב|מחזור ווירמייזא|990000445600205171|Ms. Heb. 4°781, דף 150|21041817}}.}}. | ||
רבי מאיר האט אויך פארפאסט רשויות פאר'ן מתורגמן פונעם שירת הים אום שביעי של פסח, ווי " | רבי מאיר האט אויך פארפאסט רשויות פאר'ן מתורגמן פונעם שירת הים אום שביעי של פסח, ווי "אֱלָקָא עָלַם"{{הערה|{{לינק|קעפל=אֱלָקָא עָלַם|זייטל=פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ|דאטום=אפריל 9, 2023|אדרעס=https://opensiddur.org/prayers/lunisolar/pilgrimage/pesah/pesah-day-7/elaha-alam-a-piyyut-for-the-seventh-day-of-pesah-seder-meturgeman/}}}}, "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן"{{הערה|{{לינק|קעפל=אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן|זייטל=פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ|דאטום=אפריל 9, 2023|אדרעס=https://opensiddur.org/prayers/lunisolar/pilgrimage/pesah/pesah-day-7/abunan-dbishmaya-a-piyyut-for-the-seventh-day-of-pesah-seder-meturgeman/}}}}, און "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי"{{הערה|{{לינק|שרייבער=|קעפל=אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי|זייטל=פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ|דאטום=אפריל 9, 2023|אדרעס=https://opensiddur.org/prayers/lunisolar/pilgrimage/pesah/pesah-day-7/ilu-pume-nima-a-reshut-for-the-seventh-day-of-pesah-seder-meturgeman/}}}}. | ||
===אנדערע פיוטים=== | ===אנדערע פיוטים=== | ||
רעוויזיע פון 20:06, 11 יוני 2025
| אנגעבליכער קבר פון רבי מאיר ב"ר יצחק בעל האקדמות, אין גוש חלב, איבערגעבויט אין תשנ"ב דורך 'קדמונינו' | |
| מדינה | דייטשלאנד |
|---|---|
| וואוין ארט | ווארמס |
| תחומי עיסוק | שליח ציבור, פייטן |
| פטירה | ארום ד'תתנ"ו |
| ספרים | מנהגי דר' מאיר ש"ץ, פיוט אקדמות, און נאך אסאך פיוטים |
| השתייכות | חכמי אשכנז |
| בני דורו | רש"י |
רבי מאיר בן רבי יצחק שליח ציבור (אין קורצן "ש"ץ", אויך באקאנט אלס "נהוראי"; נפטר געווארן פאר אדער אין ד'תתנ"ו) איז געווען איינער פון די ערשטע חכמי אשכנז און א גרויסער פייטן. ער איז אויך געווען א חזן – שליח ציבור און א דרשן אין ווארמס, דייטשלאנד (אשכנז). ער האט געלעבט אין די ד'ת"ת יארן, אין די צייטן פון רש"י. ער איז היינט מערסטנס באקאנט אלס דער מחבר פון דעם בארימטן אראמישן פּיוט "אקדמות מילין", וואס ווערט געזאגט מיט גרויס חביבות אינעם ערשטן טאג שבועות אין אשכנז'ישע קהילות. וועגן אים איז פארהאן א לעגענדע, אז ער איז אריבער צו דער אנדערער זייט סמבטיון צו ברענגען א רעטונג פאר אידן אין א צרה.
גרויסע חכמים פון זיין צייט און שפעטערדיגע דורות, ווי רש"י, בעלי התוספות, רבי שמחה פון ויטרי, רבי אברהם בן עזריאל[1], און רבי יעקב מולין, ציטירן אים אפט מיט רעספעקט, בעיקר אין באצוג צו ענינים פון דאווענען און מנהגים צווישן די קהילות פון אשכנז און צרפת.
ביאגראפיע
רבי מאיר ש"ץ האט געלעבט און געווירקט אין וורמייזא, וועלכע איז צוזאמען מיט מגנצא געווען א וויכטיגער צענטער פון תורה און הוראה אין אשכנז. וויבאלד זיין געבורטס-ארט איז נישט באקאנט און זיין פערזענליכע ביאגראפיע איז פארנעפלט, האט זיך ארום אים געוועבט פיל לעגענדעס. זיין פאטער איז געווען רבי יצחק.
אין ראם פון זיין פּאסטן אלס שליח ציבור האט ער מתקן געווען א צאל תיקונים אין דעם נוסח התפילה, ווי דאס צולייגן "גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל" ביים אויספיר פון ברכות קריאת שמע[2]. ער האט אויך פארפאסט צענדליגער פיוטים, צווישן זיי אזעלכע וואס מען זאגט ביז'ן היינטיגן טאג.
אין דעם אלטער פנקס פון הזכרת נשמות פון שטאט ווירמייזא ווערט דערמאנט "רבינו מאיר בר יצחק שליח ציבור וכו' בעבור שתיקן שבחות למקום"[3].
רבי מאיר האט געהאט צוויי זין, יעקב און יצחק. זיין זון יצחק איז אומגעקומען אין די גזירות פון תתנ"ו, ווי דערמאנט אין אויבנדערמאנטן פנקס הזכרת נשמות פון ווירמייזא[4].
פּיוטים און ווערק
רבי מאיר האט זיך הויפּטזעכליך באקענט אלס א פּייטן. ער האט געשאפן פּיוטים און סליחות אין לשון קודש און אראמיש, און מער ווי 50 פון זיי זענען פארבליבן ביז היינט. א טייל פון זיינע פּיוטים פאר די ימים טובים זענען אנגענומען געווארן אין די קהילות פון אשכנז און פּוילן און זענען געדרוקט געווארן אומצאליגע מאל אין מחזורים און סליחות[5]. געוויסע פיוטים האט ער פארפאסט לויט די מעטער פון תנועות אויפ'ן ספרד'ישן שטייגער, א שריט וואס אנדערע אשכנז'ישע פייטנים האבן אנגעהויבן נאכמאכן זינט דאן[6].
רשויות למתורגמן
רבי מאיר האט געשריבן עטליכע רשויות (איינלייטונגס פיוטים) אויף אראמיש, געאייגנט פאר'ן מתורגמן פאר שבועות און שביעי של פסח. דער מתורגמן פלעגט מתרגם זיין דעם קריאת התורה, א מנהג וואס איז געווען בימי חז"ל אלעמאל ביי קריאת התורה[7], אבער אין רבי מאיר'ס צייטן איז עס געווען איינגעפירט בלויז אום שבועות און שביעי של פסח[8], אין אשכנז האט מען מתרגם געווען מיט תרגום ירושלמי, און עס זענען אריינגעפלאכטן געווארן פיוטים אויף אראמיש וואס זאלן אריינפאסן אינעם לשון פון תרגום.
די מערסט-באקאנטע פּיוט זיינער איז דער פּיוט "אקדמות", פארפאסט אלס א "רשות" צום מתורגמן פון די קריאה פון ערשטן טאג שבועות, ווען מען ליינט די עשרת הדברות (זעט אקדמות).
רבי מאיר האט אויך געשריבן א המשך צו דעם פּיוט "חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה", וועלכער איז אריגינעל געווען א בּיזאנטישער פּיוט וואס איז געזאגט געווארן ביי קריאת התורה פון שבועות אלס אַן איינלייטונג צו דעם אראמישן תרגום פון דעם צווייטן דיברא (לא תשא). די אריגינעלע פּיוט איז געווען א וויכוח-ליד וואס דערציילט די געשיכטע פון חנניה, מישאל און עזריהו אין דניאל פרק ג', וועלכע האבן ענדערש געוואלט ווערן אריינגעווארפן אין א פייערדיגן אויוון איידער צו בוקן זיך צו אַן אפגעטש. רבי מאיר'ס המשך איז בעיקר געבויט אויף דעם וויכוח ווי עס ווערט דערציילט אין ויקרא רבה[9]. דער טעקסט פון דעם פּיוט איז געבליבן אין פארשידענע מאנוסקריפּטן, אריינגערעכנט דעם מחזור ווירמייזא פון יאר ה'ל"ב[10].
רבי מאיר האט אויך פארפאסט רשויות פאר'ן מתורגמן פונעם שירת הים אום שביעי של פסח, ווי "אֱלָקָא עָלַם"[11], "אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן"[12], און "אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי"[13].
אנדערע פיוטים
רבי מאיר האט אויך מחבר געווען מערערע פּיוטים פאר פארשידענע געלעגנהייטן. צווישן אנדערע באקאנטע פּיוטים זיינע זענען: א "מערבית" אויף די צווייטע נאכט פסח, וואס ערשיינט אין די אשכנזישע מחזורים, אויספירליך מיט א לאנגער פיוט ("ביכור") ביים ברכת השכבינו "אוֹר יוֹם הֶנֶף" לויט די אקראסטיך פון אלב"ם און דערנאך "מאיר חזק"[14]. דער פיוט שילדערט די ליל שמורים און די מעשה קצירת העומר אין בית המקדש, די גרויסקייט און ציל פון קצירת העומר, און ענדיגט מיט לויב צו ירושלים[15]; "וַיּוֹשַׁע אוֹר יִשְׂרָאֵל" וואס פלעגט געזאגט ווערן אין ווארמס דעם לעצטן טאג פסח, און אין מנהג פולין אלס "יוצר" דעם ערשטן שבת נאך פסח[16]; "אַדִּיר וְנָאֶה בַּקֹּדֶשׁ קְדֻשַּׁת מִתְנָאִים" פאר שבועות, באזירט מיט די אקראסטיך פון א געטריפלטן א"ב און דערנאך "מאיר בירבי יצחק הקטן יזכה לחיי עד אמן אמן סלה", וואס ערשיינט אלס יוצר דעם שבת נאך שבועות אין פוילישן מחזור[17], ; ער האט אויך פארפאסט יוצרות פאר שבת חול המועד סוכות, שבת ראש חודש, און שבת נחמו.
ער איז געווען פון די געציילטע חכמי אשכנז וואס האבן מחבר געווען קרובות, און דער איינציגסטער פון זיי צו מחבר זיין א שבעתא אויף מוסף פון שבת זכור ("ויבן אומן אמנות אבות") און שבת פרה ("אלהים אמת")[18][19].
רבי מאיר האט פארפאסט א סליחה אויף ערב השנה "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר"[20] וואס שילדערט די עבודה פונעם קרבן תמיד, און בעט אז דאס זאגן זאל ווערן גערעכנט אנשטאט מקריב זיין א תמיד. דער פיוט איז געבויט מיט 8 זילבעס פער סטראף און נאכן אקראסטיך פון תשר"ק פארצייכנט עס "מאיר ברבי יצחק חזק ואמץ".
באציאונגען צו אים
רבי מנחם בן חלבו האט געשריבן פּירושים אויף ר' מאיר'ס פּיוטים.
ר' מאיר איז אויך געווען א תנ"ך מפרש און ווערט אייניגע מאל דערמאנט אין פארשידענע ערטער אין פירוש רש"י אויף תנ"ך. רש"י שטיצט זיך אויף זיינע אויסטייטשונגען און טיטולירט ר' מאיר'ן מיט "צדיק" און "חסיד"[21]. רש"י ברענגט אים עטליכע מאל מיט'ן טיטל זצ"ל[22], אבער ער האט אים נאך געקענט ביים לעבן[23].
ווארשיינליך האט ר' מאיר אויך צונויפגעשטעלט א ספר מנהגים פארן גאנצן יאר. דעם ספר מנהגים דערמאנט דער מהרי"ל עטליכע מאל אלס "מנהגי דר' מאיר ש"ץ".
לעגענדעס
עס איז פארהאן א באקאנטער לעגענדע מיט פארשידענע ווערסיעס ארום רבי מאיר ש"ץ און דאס שאפונג פון זיין פיוט אקדמות. עס דערציילט וועגן א שליח וואס איז געשיקט געווארן פון די עשרת השבטים וואס זיצן פונעם אנדערן זייט סמבטיון. דער שליח איז געשיקט געווארן צו געפינען א איד וואס זאל קענען קעמפן קעגן א מאנאך אין אשכנז, וואס האט גע'הרג'עט אידן מיט זיין כישוף. אין איין ווערסיע איז ר' מאיר אליין אריבער דעם סמבטיון אין שבת צוליב פּיקוח נפש. צוליב חלול שבת האט ער נישט געקענט צוריקקערן זיך, און איז דארט געבליבן און דארט באגראבן געווארן. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי אַן אייביגע עגונה. די דאטומס וואס ווערן אנגעגעבן אין די געשיכטעס פאַסן נישט מיט דער היסטארישער ווירקליכקייט, ווייל ר' מאיר האט געלעבט ארום ד'תת"נ, און די דאטומס אין די מעשיות זענען שפּעטער. דאס נעמט זיך מעגליך דערפון, וואס די מעשה איז פיל שפּעטער אויפגעשריבן געווארן.
מקום קבורה
דער פּינקטליכער מקום קבורה פון ר' מאיר ש"ץ איז נישט באקאנט אויף זיכער און עס זענען פארהאן פארשידענע מסורות איבער דעם.
איין מסורה געבט אן אז ער ליגט אין לובלין[24]. פון דער אנדערע זייט, ווערט ער דערמאנט דורך איינער פון די ראשונים אין די דורות נאך אים, אלס "רבינו מאיר שליח ציבור מאבילי ירושלים"[25], וואס קען זיין אן אנדייטונג אז ער שטאמט פון ארץ ישראל אדער פון די עשרת השבטים[26].
רבי ישעיה הלוי הורוויץ (תרמ"ג–תשל"ח), א צפת'ער רב וואס איז אריבער קיין קאנאדע אין תרפ"ב, שרייבט אין זיין ספר 'עדן ציון' אז "די וועלט זאגט" אז דער קבר אין גוש חלב (וואס איז דורך דעם ספר סדר הדורות אידענטיפיצירט געווארן אלס אן אומבאקאנטער רבי מאיר בעל הנס[27]) איז רבי מאיר בעל האקדמות[28]. ס'איז אבער מעגליך אז דאס קומט פונעם גאליציאנער משכיל און מסור יוסף פּערל, וואס איז געווען דער ערשטער צו ציען א שטריך פון רבי מאיר בעל הנס צו רבי מאיר בעל אקדמות[29].
דער מקובל רבי מרדכי שרעבי האט געהאלטן אז רבי מאיר וואס איז באערדיגט אין גוש חלב איז דער תנא רבי מאיר וואס ווערט דערמאנט אין משנה, בשעת דער רבי מאיר וואס איז באגראבן ביים אריינגאנג צו טבריה איז רבי מאיר בעל האקדמות, וואָס ווערט אויך גערופן "רבי מאיר בעל הנס"[30].
רבי הערשלע פון קרעטשניף, פלעגט זאָגן א ווערטל אז ר' מאיר בעל הנס, ר' מאיר בעל האקדמות, און ר' מאיר'ל פּרעמישלאנער זענען אַלע איין און דער זעלבער ר' מאיר[מקור פארלאנגט].
רבי מאיר בן יצחק פון ארליאן
עס איז געווען נאך א פּייטן מיט'ן נאמען רבי מאיר בן יצחק פון אָרליאַן, וועלכער ווערט בטעות צומאל אויסגעמישט מיט'ן בעל אקדמות. זיין זון אלעזר ווערט ציטירט אין דעם פירוש אויף דברי הימים וואס איז בטעות צוגעשריבן צו רש"י[31]. ער האט פארפאסט עטליכע פיוטים, צווישן זיי זענען "תורה התמימה" (א תחנון מיט פיל אראמישע און תלמודישע ווערטער און האבנדיג דעם אלגעמיינעם גראם מה, וואו ער דריקט אויס זיין שרעק פון שמד), און "אלמנות חיות": א סליחה פאר יום כיפּור. ביידע דער פּיוטים זענען אונטערגעשריבן מיט מאיר און האבן אַן אקראסטיך מיט דעם נאמען "אלעזר"[32].
עס איז אויך דא א סליחה וואס הייבט זיך אָן "מי יודע ישוב", וואס באציט זיך אויף א שחיטה פון 3,000 אידן דורך די קרייצציגלער. כאטש דער פּיוט איז אונטערגעשריבן מיט'ן אקראסטיך "מאיר בר יצחק חזן" און די ווערטער "אל עזי רעי" זענען מרמז אויף "אלעזר", גלויבט צונץ אז ער איז קאמפּאנירט געווארן א יארהונדערט שפּעטער[32].
ביבליאגראפיע
- יצחק ריווקינד, די היסטארישע אלעגאריע פון ר' מאיר ש"ץ, פילאלאגישע שריפטן, ג (תרפ"ט), עמ' 1–42
- אליעזר ליזר לאנדסהוטה, עמודי העבודה, בערלין, תרי"ז, עמ' 162–167
- י.ל. הכהן פישמן, ה"אקדמות" ומחברו, בתוך: אוגדן למורה - שלשת הרגלים, שבועות, עמ' רסב-רסו.
- רבי נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים אלופי יעקב חלק ו, חיפה, תשכ"ט, עמ' קמא–קמה
רעפערענצן
- ↑ זעט ערוגת הבושם, אפרים אורבאך, חלק א, זז' 197, 210; חלק ג, 96, 322, 385, 389, 423, 446; חלק ד, 46, 59, 85.
- ↑ ספר המנהגים לרבי יצחק אייזיק מטירנא.
- ↑ פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, MS. Oppenheim 716, fol. 8a; פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, Ms. Heb. 4°656, דף 4ב, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; געדרוקט אין אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא, וויען, תר"מ, עמ' 7.
- ↑ פנקס של קהל ווירמזיי' ממחזור ר"ט, אויף באדלעיאן ביבליאטעק אין אקספארד, MS. Oppenheim 716, fol. 1b; איבערגעשריבן ה'תצ"ג דורך יהודה צבי מיכלשטאט אין פנקס הזכרת נשמות בקהלת ורמיזא, Ms. Heb. 4°656, דף 71א, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; געדרוקט אין אהרן יעללינעק, קונטרס ווירמייזא וקהל ווינא, וויען, תר"מ, עמ' 4.
- ↑ Abraham David, "Meir ben Isaac Sheli'aḥ Ẓibbur", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ אזוי ווי דער סליחה "תְּפִלָּה תִקַּח תְּחִנָּה תִבְחַר" אויף ערב ראש השנה, וואס לויפט מיט א מעטער פון 8 זילבעס פער סטאנץ.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ב, הלכה י'.
- ↑ זעט: חזקוני, שמות כ, יג און תוספות, מגילה כד, א.
- ↑ Isaac Gantwerk Mayer, חֲנַנְיָה מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה, אויף פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ, אפריל 30, 2025.
- ↑ מחזור ווירמייזא, Ms. Heb. 4°781, דף 150, מאנוסקריפט אויף נבמ"י.
- ↑ אֱלָקָא עָלַם, אויף פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ, אפריל 9, 2023.
- ↑ אֲבוּנָן דְּבִשְׁמַיָּא וּבָרְיַן, אויף פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ, אפריל 9, 2023.
- ↑ אִילּוּ פּוּמֵּי נִימֵי, אויף פְּרוֺיֶקְט הַסִּדּוּר הַפָּתוּחַ, אפריל 9, 2023.
- ↑ מערבית ליל ב' של פסח, מחזור נוסח אשכנז.
- ↑ טיפיוט 78 - 'אור יום הנף' - עומר לר' מאיר ש"ץ – שיתוף פיוט.
- ↑ ברכות קריאת שמע לשבת ראשונה אחר פסח סידור נוסח אשכנז המזרחי.
- ↑ ברכות קריאת שמע לשבת אחר שבועות סידור נוסח אשכנז המזרחי.
- ↑ טיפיוט 64 - שבעתות לפרשות זכור ופרה של ר' מאיר ש"ץ] – שיתוף פיוט.
- ↑ געדרוקט אין סידור אוצר התפילות (ווילנא תרע"ה, חלק ב, דף פט און צט בחלק הפיוטים.), הגם דארט ווערן זיי בטעות צוגעשריבן צו רבי אלעזר הקליר.
- ↑ סליחות נוסח פולין, ערב ראש השנה, סליחה מא.
- ↑ Zunz, Zur Geschichte und Literatur (Berlin 1845), 61.
זע אויך "פיוט אקדמות", ווילנע תרס"ב אין מבוא פון חיים נחמיה שובין, זייט 10–11. - ↑ רש"י, הושע ו, ט; עמוס ג, יב; תהלים עג, יב.
- ↑ זעט סדור רש"י, בערלין: באבער, תרע"ב, עמ' 80: "שמעתי מפי צדיק רבי מאיר ברבי יצחק".
- ↑ רבי יוסף לעווינשטיין, לקורות היהודים בלובלין, לובלין, תר"ס, עמ' 139.
- ↑ רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבשם (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ רבי נפתלי יעקב הכהן, אוצר הגדולים ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, תנאים ואמוראים, קכט, ע' 'אבטולמס'. זעט ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.
- ↑ ר' ישעיה הורוויץ, עדן ציון, ירושלים, תשט"ז, עמ' פז, הערה א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). ועיי"ש עמוד קלד-ה.
- ↑ י' פערל, "ג' אגרות על דבר הנדבות על נשמת ר' מאיר בעל הנס", כרם חמד, ב (1836), עמ' 29–30. איבער די בריוון זעט: א' רובינשטיין, 'קונטרס "כתית למאור" של יוסף פערל', עלי ספר, ג (תשל"ז) עמ' 140–157. זעט אויך: מוטי בנמלך, "מן הסמבטיון לטבריה: נוסח לא ידוע של 'מעשה אקדמות'", מחקרי ירושלים בפולקלור יהודי, לו (תשפ"ד), עמ' 12–17.
- ↑ ספר דרך צדיקים חלק ב' עמוד 290.
- ↑ פירוש וואס איז בטעות מיוחס צו רש"י, דברי הימים א' כט, יא.
- ↑ 32.0 32.1 צונץ, ליטעראַטורגעשיכטע פון דער סינאַגאָגאַלער פּאָעזיע, ז' 251 (דײַטש); Joseph Jacobs, M. Seligsohn, "Meir ben Isaac of Orleans", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).