אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת וישלח"
(פארברייטערט (מספר הפסוקים)) |
ק (←אריינפיר: מכלוליזאציע) |
||
(12 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 6: | שורה 6: | ||
| צאל פסוקים = 153 (4'טע - אייניג מיט [[פרשת נח]]) | | צאל פסוקים = 153 (4'טע - אייניג מיט [[פרשת נח]]) | ||
| צאל ווערטער = 1976 (6'טע) | | צאל ווערטער = 1976 (6'טע) | ||
| צאל אותיות = | | צאל אותיות = 7458 (6'טע) | ||
| אינהאלט = די באגעגעניש פון [[יעקב אבינו|יעקב]] און [[עשו]], די געשיכטע פון [[שכם]] מיט [[דינה]] און דאן די געשיכטע פון [[שמעון]] און [[לוי]], [[רחל]]'ס פטירה, [[יצחק אבינו|יצחק]]'ס פטירה | | אינהאלט = די באגעגעניש פון [[יעקב אבינו|יעקב]] און [[עשו]], די געשיכטע פון [[שכם]] מיט [[דינה]] און דאן די געשיכטע פון [[שמעון]] און [[לוי]], [[רחל]]'ס פטירה, [[יצחק אבינו|יצחק]]'ס פטירה | ||
| לא תעשה חינוך = [[גיד הנשה]] | | לא תעשה חינוך = [[גיד הנשה]] | ||
שורה 17: | שורה 17: | ||
}} | }} | ||
[[טעקע:Tomb of Rachel, Jerusalem, Holy Land-LCCN2002725025.jpg|קליין|קבר רחל, צירקע 1900]] | [[טעקע:Tomb of Rachel, Jerusalem, Holy Land-LCCN2002725025.jpg|קליין|קבר רחל, צירקע 1900]] | ||
'''פרשת וַיִּשְׁלַח''' איז די אכטע [[ | '''{{מנוקד|פרשת וַיִּשְׁלַח}}''' איז די אכטע [[סדרה]] פון [[ספר בראשית]]. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|בראשית|לב|ד|לאנג=יא|אן=ספר}}, ביז {{תנ"ך|בראשית|לו|מג|לאנג=יא|אן=ספר}}, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]], פארמאגנדיג אינאיינעם 153 פסוקים און 9 פרשיות, זעקס [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און דריי [[פרשה סתומה|סתומות]]. אין די חומשים איז אריינגעדרוקט אז עס זענען פארהאן 154 פסוקים, ווייל דער פסוק "{{מנוקד|וַיְהִי בִּשְׁכֹּן יִשְׂרָאֵל}}"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|כב}}}} וואו עס איז פארהאן א "פסקה באמצע פסוק" ווערט געליינט ביחיד מיט'ן טעם התחתון, אין וועלכע ס'איז צעטיילט אין צוויי{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי אליהו כ"ץ|באר אליהו|61286|page=238|באנד=או"ח ג|סי' מז}}. זעט אויך [https://hakirah.org/Vol%205%20Epstein.pdf#page=14 א רשימה] פון אזעלכע חילוקים דורכאויס די תורה.}}. | ||
די פרשה הייסט "וישלח" | די פרשה הייסט "וישלח" נאך די ערשטע ווארט אין די פרשה: {{מנוקד|וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל־עֵשָׂו אָחִיו, אַרְצָה שֵׂעִיר שְׂדֵה אֱדוֹם}}. די פרשה דעקט א תקופה פון 23 יאר, פון [[יעקב אבינו|יעקב]]'ס באגעגעניש מיט [[עשו]] ביים פארלאזן [[חרן]] קיין ארץ כנען, ביז די פטירה פון [[יצחק אבינו|יצחק]]. אין די פרשה ווערט געשילדערט די באגעגעניש; די געשיכטע ווי [[שכם בן חמור|שכם]] האט פארשוועכט [[דינה]] און די נאכפאלגנדע נקמה פון [[שמעון]] און [[לוי]]; [[רחל]]'ס פטירה און קבורה ביים געבורט פון [[בנימין]]; [[יצחק אבינו|יצחק]]'ס פטירה און קבורה. | ||
פרשת וישלח ווערט געליינט צווישן [[י"ג כסלו|י"ג]] און [[כ"ט כסלו]]. | פרשת וישלח ווערט געליינט צווישן [[י"ג כסלו|י"ג]] און [[כ"ט כסלו]]. | ||
== פרשה אינהאלט == | == פרשה אינהאלט == | ||
די פרשה זעצט פאָר (פון סוף [[פרשת ויצא]]) דעם שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון לבן אין [[חרן]] קיין [[ארץ כנען]]: | די פרשה זעצט פאָר (פון סוף [[פרשת ויצא]]) דעם שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון [[לבן]] אין [[חרן]] קיין [[ארץ כנען]]: | ||
===באגעגעניש פון יעקב און עשו=== | ===באגעגעניש פון יעקב און עשו=== | ||
[[טעקע:Vayishlach scroll.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=וישקהו|{{ציטוטון|וַיִּשָּׁקֵהוּ}} איז געפינטלט פון אויבן. חז"ל זענען צעטיילט אין זייערע מיינונגען אויב עשו האט געקושט יעקב מיט זיין גאנצער הארץ.]] | |||
יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט [[s:מדרש_תנחומא_הקדום/כרך_א/בראשית_לב_ד|מדרש תנחומא הישן, לב, ד]].}}, אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "{{טערמין|דוֹרוֹן|געשאנקען}}, [[תפלה]] און [[מלחמה]]"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: {{ציטוטון|הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו}}, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צוביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און געהאפט דערמיט אים איבערצובעטן. | יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט [[s:מדרש_תנחומא_הקדום/כרך_א/בראשית_לב_ד|מדרש תנחומא הישן, לב, ד]].}}, אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "{{טערמין|דוֹרוֹן|געשאנקען}}, [[תפלה]] און [[מלחמה]]"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: {{ציטוטון|הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו}}, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צוביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און געהאפט דערמיט אים איבערצובעטן. | ||
שורה 36: | שורה 37: | ||
===נסיעה קיין בית אל=== | ===נסיעה קיין בית אל=== | ||
גאט האט באפוילן יעקב זיך צוריקצוקערן קיין בית אל און מקיים זיין די נדר צו מאכן דאס פלאץ א "בית אלוקים" ווען ער קערט זיך אום אהיים בשלום{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כח|כב|אן=ספר}}.}}. יעקב האט אויפגעפאדערט זיין הויזגעזונד צו פטור ווערן פון אלע כלי עבודה זרה, און זיי האבן דאס באהאלטן אונטער א בוים. יעקב איז אנגעקומען קיין בית אל און געבויט דארט א מזבח. טראץ וואס זיי האבן אפגעטון אין שכם, האבן די איינוואוינער אין די ארומיגע שטעט | גאט האט באפוילן יעקב זיך צוריקצוקערן קיין בית אל און מקיים זיין די נדר צו מאכן דאס פלאץ א "בית אלוקים" ווען ער קערט זיך אום אהיים בשלום{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כח|כב|אן=ספר}}.}}. יעקב האט אויפגעפאדערט זיין הויזגעזונד צו פטור ווערן פון אלע כלי עבודה זרה, און זיי האבן דאס באהאלטן אונטער א בוים. יעקב איז אנגעקומען קיין בית אל און געבויט דארט א מזבח. טראץ וואס זיי האבן אפגעטון אין שכם, האבן די איינוואוינער אין די ארומיגע שטעט מורא געהאט, און זיי נישט געטשעפעט. דארט אין בית אל איז [[דבורה מינקת רבקה|דבורה, רבקה'ס זייגערין]], נפטר געווארן. גאט האט זיך ווידער באוויזן צו יעקב און געטוישט זיין נאמען צו ישראל, און צוגעזאגט אז ער וועט זיך מערן און באקומען דאס לאנד, און יעקב האט געשטעלט א מצבה און געגאסן דערויף אויל{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|א|טו|אן=ספר}}.}}. | ||
יעקב האט זיך אוועקגעצויגן פון בית אל אויפ'ן וועג קיין [[אפרת]], ווען אונטערוועגנס האט רחל זיך געמוטשעט מיט א געבורט ביים געבוירן [[בנימין]], און זי איז דערפון אוועק. מ'האט איר באגראבן דארט אויפ'ן וועג אין [[בית לחם]], און יעקב האט געשטעלט אויף איר [[קבר רחל|קבר]] א [[מצבה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|טז|כ|אן=ספר}}.}}. | יעקב האט זיך אוועקגעצויגן פון בית אל אויפ'ן וועג קיין [[אפרת]], ווען אונטערוועגנס האט רחל זיך געמוטשעט מיט א געבורט ביים געבוירן [[בנימין]], און זי איז דערפון אוועק. מ'האט איר באגראבן דארט אויפ'ן וועג אין [[בית לחם]], און יעקב האט געשטעלט אויף איר [[קבר רחל|קבר]] א [[מצבה]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|טז|כ|אן=ספר}}.}}. | ||
שורה 44: | שורה 45: | ||
יעקב איז אנגעקומען קיין חברון צו זיין טאטע [[יצחק אבינו|יצחק]], און דאן ווערט געשילדערט אין די תורה די פטירה פון יצחק אין עלטער פון 180 יאר, און זיין קבורה דורך זיינע זין, יעקב און עשו{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|כג|כט|אן=ספר}}.}}. יצחק איז פאקטיש אוועק 12 יאר נאך [[מכירת יוסף]] וואס ווערט געשילדערט אין [[פרשת וישב]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|כט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}: "אין מוקדם ומאוחר בתורה".}}. | יעקב איז אנגעקומען קיין חברון צו זיין טאטע [[יצחק אבינו|יצחק]], און דאן ווערט געשילדערט אין די תורה די פטירה פון יצחק אין עלטער פון 180 יאר, און זיין קבורה דורך זיינע זין, יעקב און עשו{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|כג|כט|אן=ספר}}.}}. יצחק איז פאקטיש אוועק 12 יאר נאך [[מכירת יוסף]] וואס ווערט געשילדערט אין [[פרשת וישב]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לה|כט|אן=ספר|מפרש=רש"י}}: "אין מוקדם ומאוחר בתורה".}}. | ||
אין {{תנ"ך|בראשית|לו|לאנג=יא|אן=ספר}} ווערן דעטאלירט אויסגערעכנט די דינאסטיעס פון עשו, פון שעיר החרי און א ליסטע פון אכט קעניגן פון מלכות אדום. | אין {{תנ"ך|בראשית|לו|לאנג=יא|אן=ספר}} ווערן דעטאלירט אויסגערעכנט די דינאסטיעס פון עשו, פון שעיר החרי, און א ליסטע פון אכט קעניגן פון מלכות אדום. | ||
== מצוות אין דער פרשה == | == מצוות אין דער פרשה == | ||
שורה 56: | שורה 57: | ||
|- | |- | ||
|נישט עסן [[גיד הנשה]] | |נישט עסן [[גיד הנשה]] | ||
|עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִּיד הַנָּשֶׁה | |עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִּיד הַנָּשֶׁה ({{תנ"ך|בראשית|לב|לג|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
|יעדער | |יעדער | ||
שורה 75: | שורה 76: | ||
==פרשת הגלות== | ==פרשת הגלות== | ||
אין מדרש ווערט דערציילט, אז [[רבי יהודה הנשיא]] פלעגט אריינקוקן אין די פרשה איידער'ן גיין צום קעניגרייך, און פונקט ווי יעקב זיך נישט געלאזט באגלייטן דורך א גוי. אמאל האט זיך יא געמאכט אז א גוי האט אים באגלייט און נאך איידער'ן אנקומען ביז [[עכו]] איז ער געווארן באצווינגען צו פארקויפן זיין פערד{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|עח|טו}}}}. רבי האט געהאט בקבלה אז די פרשה איז די "פרשת הגלות" וואס די קומענדיגע דורות זאלן נאכטון{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לג|טו|מפרש=רמב"ן}}. לויט די גירסא אין רמב"ן האט זיך די געשיכטע אפגעשפילט מיט [[רבי ינאי]], און ער האט אים געדארפט פארקויפן זיין העמד.}}. דער [[רמב"ן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ד|אן=ספר|מפרש=רמב"ן}}.}}, [[רבי יהושע אבן שועיב]]{{הערה|{{היברובוקס|2=דרשות על התורה|3=9416|page=74|קעפל=פרשת וישלח}}.}}, און דער [[רבי ישעיה הלוי הורוויץ|של"ה]]{{הערה|{{ספריא|2=שני לוחות הברית|3=Shenei_Luchot_HaBerit%2C_Torah_Shebikhtav%2C_Vayishlach%2C_Torah_Ohr.89|4=תורה אור - פרשת וישלח}}}} ברענגען ארויס, אז די פרשה קומט לערנען די קומענדיגע דורות וויאזוי זיך צו פירן און וויאזוי צו טון השתדלות אין גלות. דער [[מהרי"ל]] פלעגט אנזאגן די פרנסים צו ליינען דעם פרשה (ביז {{תנ"ך|בראשית|לג|יט|אן=ספר}}) ביים זיך שטעלן צו די באאמטע, אזויווי רבינו הקדוש האט געטון{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר מהרי"ל|3=33228|page=34|קעפל=ליקטים - כ"ג}}.}}. | אין מדרש ווערט דערציילט, אז [[רבי יהודה הנשיא]] פלעגט אריינקוקן אין די פרשה איידער'ן גיין צום קעניגרייך, און פונקט ווי יעקב, זיך נישט געלאזט באגלייטן דורך א גוי. אמאל האט זיך יא געמאכט אז א גוי האט אים באגלייט און נאך איידער'ן אנקומען ביז [[עכו]] איז ער געווארן באצווינגען צו פארקויפן זיין פערד{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|עח|טו}}}}. רבי האט געהאט בקבלה אז די פרשה איז די "פרשת הגלות" וואס די קומענדיגע דורות זאלן נאכטון{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לג|טו|מפרש=רמב"ן}}. לויט די גירסא אין רמב"ן האט זיך די געשיכטע אפגעשפילט מיט [[רבי ינאי]], און ער האט אים געדארפט פארקויפן זיין העמד.}}. דער [[רמב"ן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|לב|ד|אן=ספר|מפרש=רמב"ן}}.}}, [[רבי יהושע אבן שועיב]]{{הערה|{{היברובוקס|2=דרשות על התורה|3=9416|page=74|קעפל=פרשת וישלח}}.}}, און דער [[רבי ישעיה הלוי הורוויץ|של"ה]]{{הערה|{{ספריא|2=שני לוחות הברית|3=Shenei_Luchot_HaBerit%2C_Torah_Shebikhtav%2C_Vayishlach%2C_Torah_Ohr.89|4=תורה אור - פרשת וישלח}}}} ברענגען ארויס, אז די פרשה קומט לערנען די קומענדיגע דורות וויאזוי זיך צו פירן און וויאזוי צו טון השתדלות אין גלות. דער [[מהרי"ל]] פלעגט אנזאגן די פרנסים צו ליינען דעם פרשה (ביז {{תנ"ך|בראשית|לג|יט|אן=ספר}}) ביים זיך שטעלן צו די באאמטע, אזויווי רבינו הקדוש האט געטון{{הערה|{{היברובוקס|2=ספר מהרי"ל|3=33228|page=34|קעפל=ליקטים - כ"ג}}.}}. | ||
עס וועט געברענגט פון פיל מקורות מען זאל זאגן די פרשה יעדע [[מוצאי שבת]], ספעציעל אזעלכע וואס פארן ארויס אין וועג דורכאויס די וואך, וויבאלד עס איז מסוגל פאר אלעם גוטן{{הערה|קיצור של"ה, דיני מוצאי שבת; ילקוט מעם לועז, פרשת וישלח}}. דער [[באר היטב]] זאגט אבער מען זאל נישט ליינען פסוקים ביינאכט, נאר אויב פארט מען יענע וואך אין וועג{{הערה|אורח חיים, [[שית:Ba'er_Hetev_on_Shulchan_Arukh,_Orach_Chayim/299?selectedunittext=13|סימן רצ"ט, סקי"ד]].}}. | עס וועט געברענגט פון פיל מקורות מען זאל זאגן די פרשה יעדע [[מוצאי שבת]], ספעציעל אזעלכע וואס פארן ארויס אין וועג דורכאויס די וואך, וויבאלד עס איז מסוגל פאר אלעם גוטן{{הערה|קיצור של"ה, דיני מוצאי שבת; ילקוט מעם לועז, פרשת וישלח}}. דער [[באר היטב]] זאגט אבער מען זאל נישט ליינען פסוקים ביינאכט, נאר אויב פארט מען יענע וואך אין וועג{{הערה|אורח חיים, [[שית:Ba'er_Hetev_on_Shulchan_Arukh,_Orach_Chayim/299?selectedunittext=13|סימן רצ"ט, סקי"ד]].}}. | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
*[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=37690 פרשת וישלח במוצאי שבת], אויף אוצר | *[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=37690 פרשת וישלח במוצאי שבת], אויף אוצר החכמה פארום | ||
== | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=582260|בינינו=7385|אתר פרשת השבוע=2010/11/veyishlach}} | {{פרשה לינקס|בית חב"ד=582260|בינינו=7385|אתר פרשת השבוע=2010/11/veyishlach}} | ||
* [https://seforimblog.com/2021/11/haftaros-of-vayetze-and-vayishlach-a-mistake-rectified/ Haftaros of Vayetze and Vayishlach – A Mistake Rectified], אויף ספרים בלאג | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:46, 24 נאוועמבער 2024
| |||||
פסוקים | בראשית לב, ד - לו, מג | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 153 (4'טע - אייניג מיט פרשת נח) | ||||
צאל ווערטער | 1976 (6'טע) | ||||
צאל אותיות | 7458 (6'טע) | ||||
אינהאלט | די באגעגעניש פון יעקב און עשו, די געשיכטע פון שכם מיט דינה און דאן די געשיכטע פון שמעון און לוי, רחל'ס פטירה, יצחק'ס פטירה | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים, תימנים, איטאליענער און רוב אשכנזים | עובדיה א, א–כא | ||||
טייל אשכנזים | הושע יא, ז - יב, יב אדער ביז יג, ד |
פרשת וַיִּשְׁלַח איז די אכטע סדרה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ב, פסוק ד', ביז קאַפּיטל ל"ו, פסוק מ"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 153 פסוקים און 9 פרשיות, זעקס פתוחות און דריי סתומות. אין די חומשים איז אריינגעדרוקט אז עס זענען פארהאן 154 פסוקים, ווייל דער פסוק "וַיְהִי בִּשְׁכֹּן יִשְׂרָאֵל"[1] וואו עס איז פארהאן א "פסקה באמצע פסוק" ווערט געליינט ביחיד מיט'ן טעם התחתון, אין וועלכע ס'איז צעטיילט אין צוויי[2].
די פרשה הייסט "וישלח" נאך די ערשטע ווארט אין די פרשה: וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל־עֵשָׂו אָחִיו, אַרְצָה שֵׂעִיר שְׂדֵה אֱדוֹם. די פרשה דעקט א תקופה פון 23 יאר, פון יעקב'ס באגעגעניש מיט עשו ביים פארלאזן חרן קיין ארץ כנען, ביז די פטירה פון יצחק. אין די פרשה ווערט געשילדערט די באגעגעניש; די געשיכטע ווי שכם האט פארשוועכט דינה און די נאכפאלגנדע נקמה פון שמעון און לוי; רחל'ס פטירה און קבורה ביים געבורט פון בנימין; יצחק'ס פטירה און קבורה.
פרשת וישלח ווערט געליינט צווישן י"ג און כ"ט כסלו.
פרשה אינהאלט
די פרשה זעצט פאָר (פון סוף פרשת ויצא) דעם שילדערונג פון יעקב'ס רייזע אהיים פון לבן אין חרן קיין ארץ כנען:
באגעגעניש פון יעקב און עשו
יעקב האט געשיקט מלאכים צו זיין ברודער עשו זיי זאלן פרובירן אים צו אפווייכן פון זיין פיינטשאפט צו אים. די מלאכים האבן זיך צוריקגעקערט צו יעקב, פארציילנדיג אז עשו קומט אים אנטקעגן מיט 400 מענטשן. רש"י ברענגט ארויס[3], אז יעקב האט זיך געגרייט צו אנטפאנגען עשו מיט "דוֹרוֹן, תפלה און מלחמה"; יעקב האט צעטיילט זיינע באגלייטער אין צוויי לאגערן, אז אויב עשו פאלט איבער איינס זאל דער צווייטער קענען אנטלויפן. יעקב האט זיך געשטעלט בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אים ראטעווען פון די הענט פון עשו: ”הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו”, און דערמאנט די הבטחה פון גאט אז ער וועט אים פארמערן. יעקב האט געשיקט מיט זיינע קנעכט געשאנקען וועלכע זיי זאלן צוביסלעכווייז איבערגעבן פאר עשו, און געהאפט דערמיט אים איבערצובעטן.
ביינאכט איז יעקב אריבער מיט זיין פאמיליע דעם טייך יַבֹּק, ווען יעקב איז געבליבן אליין און אנגעטראפן א מלאך - דער שר פון עשו, וועלכע האט זיך געאמפערט מיט אים. ווען דער מלאך האט אים נישט געקענט בייקומען, האט ער אפגערוקט אן אדער פון יעקב'ס דיכט - דער גיד הנשה, צוליב וועלכע עס איז גע'אסר'ט געווארן פאר אידן דאס צו עסן. ביים עלות השחר האט דער מלאך געבעטן יעקב אים פריי צו לאזן, אבער יעקב האט פארלאנגט דערפאר א ברכה, און דער מלאך האט אים געלאזט וויסן אז זיין נאמען וועט זיין "ישראל" אנשטאט יעקב. יעקב האט אנגערופן דאס פלאץ "פְּנִיאֵל"[4].
יעקב האט באגעגנט עשו, און אים קעגן געגאנגען זיך בוקנדיג זיבן מאל, און עשו האט אים ארומגעהאלזט און געקושט. יעקב האט פארגעשטעלט זיינע ווייבער און קינדער, וועלכע האבן זיך געביקט צו עשו. עשו האט זיך געוואונדערט איבער די שליחים מיט די מתנות וואס ער האט אנגעטראפן, און יעקב האט אים געזאגט אז דאס איז פאר אים א מתנה, און נאכ'ן זיך איינבעטן איז עשו איינגעגאנגען זיי צו נעמען. עשו האט געוואלט גיין אינאיינעם מיט יעקב, אבער יעקב האט אפגעזאגט, און געבעטן ער זאל גיין זיין וועג, און ער וועט אים נאכקומען צושטאטעלעך מיט זיינע קינדער און שאף. עשו האט געוואלט איבערלאזן כאטש פון טייל פון זיינע מענטשן מיט יעקב, אבער אויך דאס האט יעקב אפגעזאגט. עשו איז געגאנגען צוריק קיין שעיר און יעקב האט זיך געצויגן קיין סוכות, און עווענטועל זיך באזעצט אין שכם[5].
שכם און דינה
דינה איז ארויסגעגאנגען אין שטאט, און פארכאפט און באצווינגען געווארן דורך שכם בן חמור. חמור, דער ארטיגער פירער, מיט זיין זון שכם זענען געקומען רעדן מיט יעקב און זיינע זין איבער געבן דינה פאר שכם פאר א ווייב, און זיי זאלן זיך משדך זיין איינער מיט'ן צווייטן. יעקב'ס זין האבן כיטרערהייט געענטפערט אז זיי קענען זיך נישט משדך זיין מיט אומגע'מל'טע מענטשן, און נאר נאכדעם וואס זיי וועלן זיך מל'ן, וועלן זיי זיך משדך זיין און זיך באזעצן אינאיינעם מיט זיי. חמור און שכם האבן איבערגערעדט די איינוואוינער אין שטאט זיך צו מל'ן, ווען צום דריטן טאג, ווען די ווייטאגן פון מילה זענען שטארק, זענען שמעון און לוי ארויס מיט זייערע שווערדן און אויסגע'הרג'עט אלע מענער, אויסגעפלינדערט די שטאט, און ארויסגעראטעוועט דינה. נאך די מעשה האט יעקב שארף אויסגע'מוסר'ט שמעון און לוי אויף וואס זיי האבן אפגעטון[6].
נסיעה קיין בית אל
גאט האט באפוילן יעקב זיך צוריקצוקערן קיין בית אל און מקיים זיין די נדר צו מאכן דאס פלאץ א "בית אלוקים" ווען ער קערט זיך אום אהיים בשלום[7]. יעקב האט אויפגעפאדערט זיין הויזגעזונד צו פטור ווערן פון אלע כלי עבודה זרה, און זיי האבן דאס באהאלטן אונטער א בוים. יעקב איז אנגעקומען קיין בית אל און געבויט דארט א מזבח. טראץ וואס זיי האבן אפגעטון אין שכם, האבן די איינוואוינער אין די ארומיגע שטעט מורא געהאט, און זיי נישט געטשעפעט. דארט אין בית אל איז דבורה, רבקה'ס זייגערין, נפטר געווארן. גאט האט זיך ווידער באוויזן צו יעקב און געטוישט זיין נאמען צו ישראל, און צוגעזאגט אז ער וועט זיך מערן און באקומען דאס לאנד, און יעקב האט געשטעלט א מצבה און געגאסן דערויף אויל[8].
יעקב האט זיך אוועקגעצויגן פון בית אל אויפ'ן וועג קיין אפרת, ווען אונטערוועגנס האט רחל זיך געמוטשעט מיט א געבורט ביים געבוירן בנימין, און זי איז דערפון אוועק. מ'האט איר באגראבן דארט אויפ'ן וועג אין בית לחם, און יעקב האט געשטעלט אויף איר קבר א מצבה[9].
יעקב האט זיך פון דארט געצויגן קיין מגדל עדר, וואו עס האט פאסירט די געשיכטע פון ראובן און בלהה, וואס די תורה זאגט אז ראובן האט געוואוינט מיט בלהה, און חז"ל[10] ערקלערן אז ער האט פארטוישט די בעט פון בלהה מיט די פון זיין מאמע לאה, וואס די תורה רעכנט עס אזוי הארב ווי ער וואלט געוואוינט מיט איר[11].
יעקב איז אנגעקומען קיין חברון צו זיין טאטע יצחק, און דאן ווערט געשילדערט אין די תורה די פטירה פון יצחק אין עלטער פון 180 יאר, און זיין קבורה דורך זיינע זין, יעקב און עשו[12]. יצחק איז פאקטיש אוועק 12 יאר נאך מכירת יוסף וואס ווערט געשילדערט אין פרשת וישב[13].
אין קאַפּיטל ל"ו ווערן דעטאלירט אויסגערעכנט די דינאסטיעס פון עשו, פון שעיר החרי, און א ליסטע פון אכט קעניגן פון מלכות אדום.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[14] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
נישט עסן גיד הנשה | עַל כֵּן לֹא יֹאכְלוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת גִּיד הַנָּשֶׁה (לב, לג) | יא | יעדער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - י"ג כסלו
- הכז יאר און החא יאר - י"ד כסלו
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - ט"ז כסלו
- בחג יאר און בחה יאר - י"ז כסלו
- זשג יאר און זשה יאר - י"ח כסלו
- זחא יאר און זחג יאר - י"ט כסלו
הפטורה
אין רוב קהילות ליינט מען די הפטורה גאנץ ספר עובדיה, קאַפּיטל א', פסוקים א'–כ"א. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די נבואה פון עובדיה איבער די חורבן פון אדום, און איבער די ענדגילטיגע נצחון פון יעקב איבער עשו: ”וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ, וְדָלְקוּ בָהֶם וַאֲכָלוּם וְלֹא יִהְיֶה שָׂרִיד לְבֵית עֵשָׂו כִּי ה' דִּבֵּר”. טייל אשכנזים ליינען אין ספר הושע, קאַפּיטל י"א, פסוק ז' - יב, יב, די הפטורה וואס די ספרדים ליינען אום פרשת ויצא, ווען טייל ענדיגן ביי יג, ד[15]. אין די הפטורה אין הושע ווערט צווישן אנדערע געשילדערט דאס געשלעג צווישן יעקב און דער מלאך: ”וָיָּשַׂר אֶל מַלְאָךְ וַיֻּכָל”. אין סקווירא ליינט מען ביידע, סיי עובדיה און סיי הושע[16][17].
פרשת הגלות
אין מדרש ווערט דערציילט, אז רבי יהודה הנשיא פלעגט אריינקוקן אין די פרשה איידער'ן גיין צום קעניגרייך, און פונקט ווי יעקב, זיך נישט געלאזט באגלייטן דורך א גוי. אמאל האט זיך יא געמאכט אז א גוי האט אים באגלייט און נאך איידער'ן אנקומען ביז עכו איז ער געווארן באצווינגען צו פארקויפן זיין פערד[18]. רבי האט געהאט בקבלה אז די פרשה איז די "פרשת הגלות" וואס די קומענדיגע דורות זאלן נאכטון[19]. דער רמב"ן[20], רבי יהושע אבן שועיב[21], און דער של"ה[22] ברענגען ארויס, אז די פרשה קומט לערנען די קומענדיגע דורות וויאזוי זיך צו פירן און וויאזוי צו טון השתדלות אין גלות. דער מהרי"ל פלעגט אנזאגן די פרנסים צו ליינען דעם פרשה (ביז לג, יט) ביים זיך שטעלן צו די באאמטע, אזויווי רבינו הקדוש האט געטון[23].
עס וועט געברענגט פון פיל מקורות מען זאל זאגן די פרשה יעדע מוצאי שבת, ספעציעל אזעלכע וואס פארן ארויס אין וועג דורכאויס די וואך, וויבאלד עס איז מסוגל פאר אלעם גוטן[24]. דער באר היטב זאגט אבער מען זאל נישט ליינען פסוקים ביינאכט, נאר אויב פארט מען יענע וואך אין וועג[25].
צו ליינען מער
- פרשת וישלח במוצאי שבת, אויף אוצר החכמה פארום
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
- פרשת וישלח, אויף שיתופתא
- פרשת וישלח, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וישלח - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וישלח, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וישלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וישלח אויף קול הלשון
- פרשת וישלח, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת וישלח, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וישלח, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת וישלח, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וישלח", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וישלח אויפ'ן "על התורה" זייטל
- Haftaros of Vayetze and Vayishlach – A Mistake Rectified, אויף ספרים בלאג
רעפערענצן
- ↑ בראשית לה, כב
- ↑ רבי אליהו כ"ץ, באר אליהו או"ח ג, סי' מז (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן). זעט אויך א רשימה פון אזעלכע חילוקים דורכאויס די תורה.
- ↑ רש"י, לב, ט, לויט מדרש תנחומא הישן, לב, ד.
- ↑ לב, ד–לג.
- ↑ קאַפּיטל ל"ג.
- ↑ קאַפּיטל ל"ד.
- ↑ כח, כב.
- ↑ לה, א–טו.
- ↑ לה, טז–כ.
- ↑ שבת נה, ב.
- ↑ לה, כא–כב.
- ↑ לה, כג–כט.
- ↑ רש"י, לה, כט: "אין מוקדם ומאוחר בתורה".
- ↑ ספר החינוך, מצוה ג'.
- ↑ לויט רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קי"ח, סעיף י"ז; און משנה ברורה, סימן תכ"ח, סעיף קטן כ"ב.
- ↑ זעט: "ילקוט שו"ת בעניני הלכה ומנהג" חלק ד', מדור אפטרתא דיומא, דף ר"צ.
- ↑ הפטרת וישלח אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ט"ו
- ↑ רמב"ן, בראשית לג, טו. לויט די גירסא אין רמב"ן האט זיך די געשיכטע אפגעשפילט מיט רבי ינאי, און ער האט אים געדארפט פארקויפן זיין העמד.
- ↑ רמב"ן, לב, ד.
- ↑ "פרשת וישלח", דרשות על התורה.
- ↑ שני לוחות הברית, תורה אור - פרשת וישלח, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל
- ↑ "ליקטים - כ"ג", ספר מהרי"ל.
- ↑ קיצור של"ה, דיני מוצאי שבת; ילקוט מעם לועז, פרשת וישלח
- ↑ אורח חיים, סימן רצ"ט, סקי"ד.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |