אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת משפטים"
ק (הגהה אנהייב) |
(←פרשה אינהאלט: הגהה, אויסשטעל, פארברייטערט) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 28: | שורה 28: | ||
==פרשה אינהאלט== | ==פרשה אינהאלט== | ||
[[טעקע:Davis The Covenant Confirmed.jpg|שמאל|ממוזער|300px|די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, געמאלן דורך דזשאן סטיפל דעיוויס]] | [[טעקע:Davis The Covenant Confirmed.jpg|שמאל|ממוזער|300px|די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, געמאלן דורך דזשאן סטיפל דעיוויס]] | ||
נאך | ===געזעצן=== | ||
נאך דער [[מעמד הר סיני]], ווען ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די [[עשרת הדברות]], געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים{{הערה|אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער אין {{מכילתא דרבי ישמעאל|כא|א}} איז פארהאן א מחלוקת דערוועגן, און רבי יהודה לערנט אז די פרשה איז שוין געזאגט געווארן אין [[מרה]]. אזוי אויך זענען דא{{הבהרה|ווער?}} וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.}}. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן איין מענטש און אנדערן, צווישן זיי ווי פאלגנד: | |||
* דיני [[עבד עברי]] און [[אמה עבריה]]. | * דיני [[עבד עברי]] און [[אמה עבריה]]. | ||
* | * שטראף אדער פארגיטיגונג פאר הרג'ענען אדער שעדיגן א צווייטן. | ||
* זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט ([[ארבעה אבות נזיקין]]): זיין אקס אדער גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט. | * דינים איבער זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט ([[ארבעה אבות נזיקין]]): זיין אקס וואס האט [[קרן (אב נזיקין)|געשטויסן]] אדער [[שן ורגל|געגעסן]], זיין [[בור (אב נזיקין)|גרוב]] אדער [[אש (אב נזיקין)|פייער]] וואס האט געשעדיגט. | ||
* דיני [[גנב]], [[גזל]]ן, און דער דין פון [[הבא במחתרת]]. | * דיני [[גנב]], [[גזל]]ן, און דער דין פון [[הבא במחתרת]]. | ||
* [[ארבעה שומרים|דיני שומרים]]. | * [[ארבעה שומרים|דיני שומרים]]. | ||
| שורה 38: | שורה 39: | ||
* דיני [[הלוואה]] - איסור [[ריבית]] און די מצוה צוריקצוגעבן א [[משכון]]. | * דיני [[הלוואה]] - איסור [[ריבית]] און די מצוה צוריקצוגעבן א [[משכון]]. | ||
* איסור צו פארדרייען א משפט, [[עדות שקר]] און נעמען [[שוחד]]. | * איסור צו פארדרייען א משפט, [[עדות שקר]] און נעמען [[שוחד]]. | ||
* | * מצוה פון [[השבת אבידה]] און [[פריקה וטעינה]]. | ||
ביי די ענדע פון די רשימה ווערן אויסגערעכנט אויך אנדערע מצוות, וועלכע גייען אן בין אדם למקום: | |||
* [[בכור]] פון א טהור'ע בהמה, איסור [[טריפה]] און | * מקריב זיין דער [[בכור]] פון א טהור'ע בהמה, איסור פון [[טריפה]] און פון [[בשר בחלב]]. | ||
* מצוות [[שבת]], [[שמיטה]] און די [[ | * די מצוות פון [[שבת]], [[שמיטה]] און די [[שלש רגלים]]. | ||
* אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין [[ארץ ישראל]] - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די [[עבודה זרה]] פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד. | * אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין [[ארץ ישראל]] - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די [[עבודה זרה]] פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד. | ||
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות{{הערה|אזוי לויט די סדר הפסוקים, און לויט טייל מפרשים, ווי דער [[אבן עזרא]] און [[רמב"ן]] {{תנ"ך|שמות|כד|א|אן=ספר}}; אבער אין [[רש"י]] (דארט, און {{תנ"ך|שמות|יט|יא|אן=ספר|מפרש=רש"י}}) שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.}}, | ===דער בונד=== | ||
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות{{הערה|אזוי לויט די סדר הפסוקים, און לויט טייל מפרשים, ווי דער [[אבן עזרא]] און [[רמב"ן]] {{תנ"ך|שמות|כד|א|אן=ספר}}; אבער אין [[רש"י]] (דארט, און {{תנ"ך|שמות|יט|יא|אן=ספר|מפרש=רש"י}}) שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.}}, איז געווארן געשניטן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער. דערנאך האט משה געבויט א מזבח צופוסנס פון בארג סיני, וואו ער האט מקריב געווען [[קרבנות]] צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, און אויפגעשטעלט צוועלף מציבות. | |||
משה רבינו האט דאן געשריבן און פארגעליינט פאר די אידן דעם 'ספר הברית' - [[ספר בראשית]] און האלב פון ספר שמות{{הערה|רש"י}}, אדער פרשת משפטים{{הערה|רמב"ן}}, אדער די פרשיות [[פרשת בהר|בהר]] און [[פרשת בחוקותי|בחוקותי]]{{הערה|חזקוני}} - אויף וואס די אידן האבן געענטפערט "[[נעשה ונשמע]]"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כד|ז}}}}. | |||
דערנאך איז משה רבינו ארויף דעם בארג סיני באקומען די [[לוחות הברית]], און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט. | |||
==מצוות אין דער פרשה== | ==מצוות אין דער פרשה== | ||
רעוויזיע פון 08:49, 2 פעברואר 2024
פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע סדרה פון ספר שמות, און די אכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"א, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ"ד, פסוק י"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 118 פסוקים, און 33 פרשיות - זעקס פתוחות און 27 סתומות.
אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער דער בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר. אין רוב פון די פשוט'ע יארן (אויסער אין השא יארן) געפאלט דאס א שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דאן ליינט מען מפטיר די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.
ביי די ספרדים איז געווען איינגעפירט אין טייל עיבור יארן (השג און החא יארן) צו צעטיילן משפטים אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה" (כב, כד)[א], און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניזיע ביז שפעטערע יארן[9].
פרשה אינהאלט
געזעצן
נאך דער מעמד הר סיני, ווען ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[10]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן איין מענטש און אנדערן, צווישן זיי ווי פאלגנד:
- דיני עבד עברי און אמה עבריה.
- שטראף אדער פארגיטיגונג פאר הרג'ענען אדער שעדיגן א צווייטן.
- דינים איבער זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט (ארבעה אבות נזיקין): זיין אקס וואס האט געשטויסן אדער געגעסן, זיין גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט.
- דיני גנב, גזלן, און דער דין פון הבא במחתרת.
- דיני שומרים.
- דער דין פון א מפתה.
- איסור צו פייניגן אן אלמנה און יתום, און פאפן א גר.
- דיני הלוואה - איסור ריבית און די מצוה צוריקצוגעבן א משכון.
- איסור צו פארדרייען א משפט, עדות שקר און נעמען שוחד.
- מצוה פון השבת אבידה און פריקה וטעינה.
ביי די ענדע פון די רשימה ווערן אויסגערעכנט אויך אנדערע מצוות, וועלכע גייען אן בין אדם למקום:
- מקריב זיין דער בכור פון א טהור'ע בהמה, איסור פון טריפה און פון בשר בחלב.
- די מצוות פון שבת, שמיטה און די שלש רגלים.
- אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין ארץ ישראל - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די עבודה זרה פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד.
דער בונד
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[11], איז געווארן געשניטן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער. דערנאך האט משה געבויט א מזבח צופוסנס פון בארג סיני, וואו ער האט מקריב געווען קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, און אויפגעשטעלט צוועלף מציבות.
משה רבינו האט דאן געשריבן און פארגעליינט פאר די אידן דעם 'ספר הברית' - ספר בראשית און האלב פון ספר שמות[12], אדער פרשת משפטים[13], אדער די פרשיות בהר און בחוקותי[14] - אויף וואס די אידן האבן געענטפערט "נעשה ונשמע"[15].
דערנאך איז משה רבינו ארויף דעם בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[16] איז פארהאן 53 מצוות אין דער פרשה:
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זיבן אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - כ"ד שבט
- הכז יאר - כ"ה שבט
- החא יאר - כ"ו שבט
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ"ז שבט
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר און זשה יאר - כ"ט שבט
- זחא יאר - א' אדר
- זחג יאר - א' אדר א'
הפטורה
די הפטורה פון פרשת משפטים איז אין ספר ירמיהו, פון קאַפּיטל ל"ד, פסוק ח', וואו ירמיה הנביא דערמאנט די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט איינגעהאלטן. די תימנים ענדיגן סוף קאַפּיטל ל"ה, פסוק י"ט[17], די אשכנזים און ספרדים ליינען ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק כ', און כדי צו צוענדיגן מיט א גוטע זאך גייט מען צוריק, צולייגנדיג די לעצטע פסוקים פון קאַפּיטל ל"ג, פסוקים כ"ה–כ"ו[18], א זאך וואס טייל פוסקים האלטן איז נישט אויסגעהאלטן, צוליב וואס מען טאר נישט ליינען צוריקצואוועגס[19]. רבי חיים קאניעווסקי שרייבט[20], אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען חושש זיין דערצו און נישט צוריקגיין. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ו, פסוק א' - קאַפּיטל נ"ז, פסוק י'.
למעשה ליינט מען גאנץ זעלטן די הפטורה פון משפטים (ארום 23.8% יארן, אין די קביעות השא, השג, החא, בשז און גכז), וויבאלד אין א מערהייט פון יארן (ארום 59.8% פון אלע יארן) - שנים פשוטות, ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים. אין עיבור יארן געפאלט פרשת משפטים אום שבת ראש חודש אדר, אדער שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער "מחר חודש".
אין "ספר השלחן"[21] (תלמיד פונעם רשב"א) שטייט, אז לויט דער מנהג פון צעטיילן מפשטים אין צוויי, ליינט מען די הפטורה נאך "אם כסף" אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ל"א, פסוקים ל'–ל"ט, און מען לייגט צו קאַפּיטל ל"ג, פסוקים י'–ט"ז.
דרויסנדע לינקס
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ ישיבה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט
פרשת משפטים, אויף שיתופתא
פרשת משפטים, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל - פרשת משפטים - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.
פארברייטערונג
- שיעורים אויף פרשת משפטים אויף קול הלשון
- פרשת משפטים, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת משפטים, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת משפטים, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת משפטים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת משפטים אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת משפטים – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
נאטיצן
- ↑ דער מנהג ווערט געברענגט דורך די ראשונים אין די ספרדי'שע פלעצער, לויט'ן כלל פון "סגיר ופסח" - אז פרשת "מצורע" ("סגיר" אויף אראמיש) ווערט געליינט דער שבת פאר "פסח", און אין יארן וואס ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג (השג און החא יארן), פעלט אויס נאך א קריאה בעפאר פסח אז מצורע זאל געפאלן אין איינקלאנג מיט'ן כלל. דער ראב"ח שרייבט דעם מנהג אין ספר העבור[1] וועלכע שלאגט פאר צו צעטיילן וירא, משפטים, אדער כי תשא (ווי טייל יוצאי ליביע פירן זיך). אויך אין ספר האשכול ווערט דערמאנט אז טייל נעמען אן דעם כלל פון סגיר ופסח[2]. אויך דער מאירי שרייבט דער מנהג צו צעטיילן כי תשא[3], און עס ווערט אויך דערמאנט אין ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל[4], און אין אבודרהם[5]. דער ספר החינוך צעטיילט אויך די מצוות אין משפטים פאר צוויי פרשיות.
אין מחזור ויטרי[6] און נאך פיל ראשונים איז אבער דער כלל "פקיד ופסח", אז מען ליינט פרשת צו (פקיד) בעפאר פסח, גילטיג סיי אין א פשוט יאר און סיי אין אן עיבור יאר. עס ווערט אבער אויך געברענגט אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[7] פאר אן עיבור יאר איז "סגיר ופסח" (מצורע), און פאר השג און החא יארן - "פטיר ופסח" (אדער "אוחר ופסח") - פרשת אחרי, און דער מנהג ווערט גע'פסק'נט אין טור און אין שלחן ערוך[8].
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, לוח תיקון הסדרים הנקראים בשבתות בכל שנה.
- ↑ ספר האשכול, אלבעק, דף ס"ה ע"א.
- ↑ קרית ספר חלק א', עמ' פג-פד.
- ↑ הל' קריאת ספר תורה סי' ס"ג.
- ↑ סדר הפשריות וההפטרות - פ"ב.
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, תכח, סעיף ד.
- ↑ זעט מרדכי סיטבון, אברהם הטל, "ממנהגי יהדות תוניסיה", אויף "דעת".
- ↑ אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער אין מכילתא דרבי ישמעאל, איז פארהאן א מחלוקת דערוועגן, און רבי יהודה לערנט אז די פרשה איז שוין געזאגט געווארן אין מרה. אזוי אויך זענען דא[אויסקלארונג פארלאנגט] וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
- ↑ אזוי לויט די סדר הפסוקים, און לויט טייל מפרשים, ווי דער אבן עזרא און רמב"ן כד, א; אבער אין רש"י (דארט, און רש"י, יט, יא) שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
- ↑ רש"י.
- ↑ רמב"ן.
- ↑ חזקוני.
- ↑ שמות כד, ז.
- ↑ ספר החינוך, מצוות מב–צד.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ לויט יומא ע, א; זעט אין די נושאי כלים אויף שולחן ערוך, אורח חיים, קמד, סעיף א; משנה ברורה, סימן קמ"ד, סעיף קטן ט'; רש"ש יומא עא. ברענגט אז אזוי איז די מנהג למעשה.
- ↑ טעמא דקרא, סוף פרשת משפטים, עמ' עג, און ברענגט אזוי פון שערי אפרים, שער ט', סימן כ"ח.
- ↑ ספר השולחן, הלכות תפילה שער ו.
| פרשיות | ||
|---|---|---|
| ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
| ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
| ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
| ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
| ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה | |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער