פרשת דברים

פון המכלול
ווערסיע פון 17:10, 11 אויגוסט 2025 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg דברים Arrow l.svg
פסוקים דברים א, א - ג, כב
צאל פסוקים 105 (32'סטע - אייניג מיט פרשת חיי שרה)
צאל ווערטער 1548 (26'סטע)
צאל אותיות 5972 (24'סטע - אייניג מיט פרשת וישב)
אינהאלט רעפלעקציע אויף די געשעענישן אין מדבר: שטעלן נשיאים (יתרו); חטא המרגלים (שלח); באציאונגען מיט די פעלקער (חקת); צוטיילן עבר הירדן פאר די צוויי אהאלב שבטים (מטות)
עשה   לא תעשה (2)
הפטורה
אשכנזים, ספרדים, איטאליענער, טייל תימנים ישעיהו א, א–כז
טייל תימנים ישעיהו א, כא–ל
עוג מלך הבשן'ס ריזן בעט, ווי געשילדערט אינעם פרשה: "הִנֵּה עַרְשׂוֹ עֶרֶשׂ בַּרְזֶל, הֲלֹה הִוא בְּרַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן תֵּשַׁע אַמּוֹת אָרְכָּהּ וְאַרְבַּע אַמּוֹת רָחְבָּהּ בְּאַמַּת אִישׁ"

פרשת דְבָרִים איז די ערשטע סדרה פון ספר דברים, און די 44'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ג', פסוק כ"ב, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 105 פסוקים און פיר פרשיות סתומות.

אין די פרשה הייבט משה אן זיין רעדע און צוואה צו כלל ישראל, שטייענדיג נאך פערציג יאר אין מדבר און איידער'ן אריינגיין קיין ארץ ישראל; ער גייט איבער די פאסירונגען ביז אהער און גרייט זיי צו אויפ'ן צוקונפט אריינצוגיין אין ארץ ישראל.

פרשת דברים ווערט געליינט צווישן די דאטומען ד' און ט' אב - די שבת בעפאר תשעה באב, און ווערט אנגערופן "שבת חזון" (אדער "שבת איכה") אויף די הפטורה וואס מען ליינט דערין אין ישעיהו א.

פרשה אינהאלט

אין פרשת דברים הייבט משה אן אום א' שבט זיין צוואה, שטייענדיג נאך פערציג יאר אין מדבר, בעפאר'ן אריבערגיין דעם ירדן קיין ארץ ישראל, וואו ער מוסר'ט די אידן אויף וואס איז געווען, און שטארקט און באפעלט זיי אויף ווייטער, ביז זיין פטירה אום ז' אדר. משה האט אנגעהויבן דערמאנענדיג ברמיזה די זינד וואס האבן געברענגט זיי זאלן זיך אויפהאלטן אזויפיל יאר אין מדבר אנשטאט גראד אריינגיין אין ארץ ישראל[1].

משה דערמאנט ווי ער האט נישט געקענט פארטראגן די לאסט פון פירן די אידן, און ווי ער האט געשטעלט פירערס אויף קלענערע גרופעס, און זאגט זיי אן צו פסק'ען יושר'דיג, אנע מורא. דאן דערמאנט ער די חטא המרגלים, ווען גא-ט האט געצערנט און געשוואוירן אז דער דור וועט נישט קענען אריינגיין צו ארץ ישראל, נאר זייערע קינדער; און אויך משה וועט נישט אריינגיין, נאר יהושע וועט אים איבערנעמען[2].

דאן גייט משה איבער די געשעענישן ווען מען האט זיך אויפ'ן באפעל פון גא-ט ענדליך אנגעהויבן ציען צפון-צו, אריבער גייענדיג די פעלקער - טייל וועלכע מען איז אריבער אנע קריג, ווי אדום, מואב און עמון; און אנדערע מיט וועם מען האט געפירט מלחמות און איינגענומען זייער טעריטאריע, ווי מיט סיחון דער אמורי, און עוג דער קעניג פון בשן; און ווי מען האט צעטיילט די טעריטאריע אין עבר הירדן פאר די צוויי אהאלב שבטים.

משה פירט אויס מיט חיזוק-ווערטער געוואנדן צו יהושע, אז זיי זאלן נישט פארכטן פון די פעלקער ווייל גא-ט איז דער וואס פירט די קריג פאר זיי: " לֹא תִּירָאוּם כִּי ד' אֱלֹקֵיכֶם הוּא הַנִּלְחָם לָכֶם"[3].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[4] זענען פארהאן צוויי מצוות לא תעשה אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 לאו נישט שטעלן א דיין וואס קען נישט די דינים לֹא תַכִּירוּ פָנִים בַּמִּשְׁפָּט (א, יז) יא
2 לאו א דיין זאל נישט מורא האבן פון מענטשן לֹא תָגוּרוּ מִפְּנֵי אִישׁ (א, יז) יא מענער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

די אריגינעלע הפטורה פאר פרשת דברים איז אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ל', פסוקים ד'–כ"ב, וואס הייבט זיך אן ענליך צו אונזער פרשה: "וְאֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר ד' אֶל יִשְׂרָאֵל וְאֶל יְהוּדָה."

למעשה געפאלט פרשת דברים שטענדיג די שבת בעפאר תשעה באב און מען ליינט די דריטע פון די "תלת דפורענותא" הפטורות, אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל א'. אין מערסטנס קהילות ליינט מען פון אנהויב קאפיטל - "חֲזוֹן יְשַׁעְיָהוּ", און דערפאר ווערט דער שבת גערופן "שבת חזון". אין פריע מקורות ווערט דער שבת אנגערופן "שבת איכה", און דער רמב"ם[5] צעטיילט דעם קאפיטל אין ישעיהו צו ליינען אויף די צווייטע וואך פון בין המצרים (פרשת מסעי) פסוקים א'–כ' (חזון), און די דריטע וואך - דברים, די פסוקים כ"א–ל', "אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה"; און אזוי פירט מען זיך אין טייל תימנ'ע קהילות[6].

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט

טייטש

  • "פרשת דברים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.

פארברייטערונג

רעפערענצן

  1. רש"י, דברים א, א–ב.
  2. קאַפּיטל א'.
  3. קאַפּיטל ב'-ג, א–כב.
  4. ספר החינוך, מצוות תידתטו.
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה י"ט.
  6. זעט שבת חזון - מקור און הפטורה; בנימין אליצור, "מפורענות לנחמה" - מנהגי הקריאה וההפטרה הקדומים בשבתות הפורענות והנחמה ובתשעה באב, דרך אגדה יב (תשע"ג), עמ' 271–275; הפטרת דברים אויפ'ן על התורה זייטל.


* דברים קאַטעגאָריע:אב קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען