רוי:חליצה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חליצה איז א הלכה'דיגע צערעמאניע וואס ווערט אויסגעפירט אין די ראמען פון הלכות יבום.

אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז אויב איינער שטארבט אן קינדער און לאזט איבער א פרוי, דארף דער ברודער פון פארשטארבענעם חתונה האבן מיט דער אלמנה, און אויפשטעלן א פאמיליע צום אנדענק פון זיין ברודער; דאס הייסט, "יבום". אויב אבער דער ברודער וויל נישט חתונה האבן מיט דער אלמנה, דארף ער קומען מיט איר צום בית דין און זאגן, אז ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין שוועגערין, און די שוועגערין ציט דעמאלט אראפ פון אים א שוך (אראפציען הייסט "חלץ", און דערפון איז דאס ווארט חליצה) און שפייט אים אין געזיכט און זאגט: אזוי טוט מען פאר א מענטש, וואס וויל נישט אויפשטעלן א פאמיליע צום אנדענק פון זיין ברודער. דער דאזיגער אקט הייסט "חליצה".

די אלמנה מעג חתונה האבן מיט אן אנדערן נאר נאכדעם וואס זי האט גענומען חליצה. עס זענען פארהאן ספעציעלע דינים ווי אזוי דער חליצה-שוך דארף אויסזען[2].

זעט אויך

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!