פגעיאל בן עכרן
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט
פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
תקופה | יציאת מצרים, דור המדבר |
---|---|
בתנ"ך |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, יג; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, כז; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, עב; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, כו |
פַּגְעִיאֵל בֶּן עָכְרָן איז געווען דער נשיא פון שבט אשר, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.
לעבן און שאפן
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט פגעיאל בן עכרן צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]”. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].
דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט פגעיאל געפירט זיין שבט דער צווייטער אונטער'ן "דגל מחנה דן"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט ווי א טייערע איידלשטיין, און אן איילבירט בוים געצייכנט דערויף[7].
אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.
קרבנות הנשיאים
ביי די קרבנות הנשיאים, האט פגעיאל בן עכרן מקריב געווען זיין קרבן אום י"א ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער עלפטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך אחיעזר בן עמישדי פון שבט דן, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[9].
דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון פגעיאל האבן מרמז געווען קעגן דעם אויסוואל פון כלל ישראל און זייערע מעלות קעגן אנדערע פעלקער[10].
זיין נאמען
פגעיאל איז מרמז אויף בקשה[11], און עכרן איז מלשון 'עכור' ד.ה. שמוציג, ווייל די בנות אשר זענען געווען זייער שיינע, האבן זיי חונה געהאט צו די מלכים, און יעדער פון זייער שבט וואס איז געווען שמטציג אין קעניג'ס אויג צוליב זינד, האט זיך געבעטן ביי זיי זאלן בעטן פארן קעניג אויף זיי[12].
אין אור החיים שטייט:
ירמוז על פי דבריהם (ספרי ח"ב פיסקא שנ"ה) שאשר הגיד לאחיו מעשה ראובן ונזפוהו וכשהודה ראובן הודו לדברי אשר וקרבוהו, והוא מאמר פגעי אל פירוש פגעו אליו אחיו אחר שעברוהו, עוד ירצה, על דרך אומרו ברוך מבנים אשר. ואמרו רז"ל וזה לשונם אין לך בכל השבטים שנתברך בבנים כאשר, עד כאן, ומצינו שברכת הבנים תסובב משכונת הקדושה, וזה לך האות ארון התורה אשר חנה בבית עובד אדום הגיתי וכו' (ברכות סג, ב), והוא מאמר פגעי אל שפגע בו אל אשר מזה נתברך בבנים, ואומרו בן עכרן ירמוז לעכירות הבתולים מבנותיהם כמאמרם ז"ל (תדא"ר פ"ט) שלא היה להם דם בתולים
— במדבר, ז, עב
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ במדבר א, טז
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז - ↑ ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג - ↑ במדבר י, כו
- ↑ במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
- ↑ ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה י'
- ↑ ווי סשטייט (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".בראשית כח, יא) 'ויפגע במקום'. - ↑ מדרש אגדה, במדבר יג
קאטעגאריע:נשיאי שבטי ישראל קאטעגאריע:שבט אשר קאַטעגאָריע:דור המדבר: פערזאנען קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר במדבר קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען