באַניצער שמועס:האט'ס אמונה

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

איבער דעם שמועס בלאט

לא ניתן לעריכה

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דער <big> וואס געפינט זיך אנהייב "פארשידנס" אפטיילונג מאכט אז אלעס פון דארט און ווייטער זאל זיין גרעסער.

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

עס האט זיך געבענקט! כ'האף איר בלייבט שוין דא אביסל...

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

שלום וברכה!

ווי דו ווייסט געוויס, איז מען ביז יעצט בעיקר געווען פארנומען מיט "קאנסטרוקציע": אויפשטעלן דעם סיסטעם, ברענגען און איבערטייטשן בלעטער, אא"וו. די זאכן זענען געקומען אויפן חשבון פון גרייטן די דרעפטס, אבער דאס האלט זיך יעצט ביים שליסן אין א גוטע שעה בעז"ה.

פון די אנדערע זייט האט מען אנגעהויבן אויסקלארן דעם פראצעס פון גרייטן און אריבערפירן דרעפטס (זע טשעקליסט), אזוי אז די מנטרים, באניצערס, און בעיקר די שרייבערס זעלבסט, זאלן גרינגער קענען זען וואס דארף נאך געטון ווערן אז עס זאל גיין שנעלער, בסייעתא דשמיא.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

און ב"ה האב איך געמערקט אז ס'זענען פארהאן צווישן אנדערע אויך נייע אריבערפירער'ס, נישט ווי אמאהל...

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

די קאפיטל "אין חז"ל" דארף מען איבער שרייבן אז עס זאל דערציילן אין אידיש וועגן בארג סיני, על פי חז"ל, נישט אזוי פיל ציטאטן. א דאנק

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
כוכב מיזם חכמי ישראל
מיט פיל שעצונג פאר די פילע תורה'דיגע און אידישע ארטיקלען וואס איר שרייבט דא כסדר, חדשים לבקרים... פון פרשיות ביז פיוטים, פון ערכי הלכה ומועד ביז אישי תנ"ך ביז גדולי החסידות. בעז"ה וועלן אלע אנקומען על מכונם און נאך לאנגע יארן באלייכטן די אויגן פון אידן!
האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

א גרויסן יישר כח פאר אלע עוזרים ומסייעים.

ישלם ה' שכרכם הטוב כגמולכם בכפל כפליים.

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

צום ווידערזען בקרוב!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גא"מ. מיר קוקן ארויס אויף ווען איר קומט צוריק מיט פרישע באנייטע כוחות!

עטליכע זיווגים אין אישיות רבנית

4
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

בקשר צו דעם רעדאגירונג, זע דא וויאזוי מען קען יא באצייכענען עטליכע זיווגים. (אין איין ווארט, שטעלט מען יעדע זיווג אין א שורה פאר זיך, אנגעהויבן מיט א שטערנדל).

אסאך הצלחה אויף ווייטער! חזק ואמץ אין די הייליגע ארבעט!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

און זעט דא וויאזוי מען קען צולייגן עטליכע קינדער און זייערע תפקידים.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

גראדע מיין איך, אז ס'איז נישט ריכטיג אינגאנצן אנצורופן אלע אכט קינדער אלס "הבא בתפקיד", אפילו ס'איז אמת לאמיתה, כ'מיין אבער אז אין די וועלט איז נישט אנגענומען אויפצונעמען אלס אן אפציעלן "ממשיך", נאר דער וואס איז על מקומו ובשמו, הלוא כן? צו דען נישט אזוי?

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

אזוי אויך, אולי איז איצטער די צייט, אז מאיז שוין עוסק מיטן טשערנאביל'ן מגיד, אריבער צופירן אויך דאס וואס איך האב געשריבן איבער רבי יצחק טווערסקי (סקווירא) נאר איך האב דאס געמאכט נאכן יארצייט, און ממילא איז דאס נישט אריין, אפשר איז יעצט שוין א הזדמנות פאר דעם אויך?

כוכב מיזם חכמי ישראל!

1
שווערמער (שמועסביישטייערונגען)
כוכב מיזם חכמי ישראל
האט'ס אמונה האט זיך מיט געכאפט מיט פאריעקט...

...און ארטיקלעם קומען צו פליען פון אלע זייטן!!
- שווערמער (שמועס) 06:02, 2 מאי 2023 (IDT)

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
כוכב הכותבים
אייער ברען און פלייס, אין די ערשטע מעת לעת פון ווען איר האט זיך איינגעשריבן, איז ממש געוואלדיג! ממך יראו וכן יעשו.

נעמט אין באטראכט אז עס קען נאך נעמען אביסל לענגער ווי געווענליך ביז ווען דרעפטס ווערן איבערגעפירט וכדומה, ווייל עס איז נאך פארהאן אויך אסאך אנדערע ארבעט צו טון און ווייל מיר דארפן נאך שטעלן דעם ענציקלאפעדישן טאן. אבער זאל דאס אייך גארנישט אפשטעלן; גייט ווייטער אן מיט אייער עבודה וסוף הכבוד לבא...

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

שמתי לב לתרומתך הרבה למכלול, ורציתי להביע את הערכתי. תודה רבה!
דו פארסט זייער גוט, זיי ממשיך על דרך זה! 2 קליינע הערות'לעך:
1. פרוביר צו בעטן אן עדכון אויף המכלול העברי איידערן איבערטייטשן (כ'רעד ביי ערכים מיובאים, כמובן).
2. שרעק דיך נישט טאמער דו זעסט ווי מ'ארבעט אריין אין דיינע ערכים; דאס איז דער שטייגער פון א וויקי, יעדער לייגט צו לויט זיינע מעגליכקייטן. גיי, ווייטער אן בכל יכולתך, ווייל דאס איז גאר א גרויסע הילף פארן גאנצן פראיעקט. ווילאנג מ'בעט דיר נישט אויפצוהערן, פאָר אן קיין אפשטעל...

נ.ב. בנוגע דעם "סכום" פון מתנות לאביונים, בין איך זייער מסופק ווי ענציקלאפעדיש דאס איז, היות די וואלוטעס גייען כסדר ארויף און אראפ (אפשר קען איינער איינשטעלן א סקריפט וואס זאל רוקן די נומערן לויט דער אינפלאציע...). בכל אופן, מ'דארף עס איבערקלערן.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

א. איך האב נישט פארשטאנען פון וואס און פארוואס די רעד'סט. א עדכון אויף וואס, און פארוואס.

ב. פשוט! ! !

ג. די סכום-ברוך שכיוונת, איך האב מיך אסאך איבער געפלאגט איבער דעם, ביז איך האב מליח געווען איערצושרייבן ווי ס'שטייט און גייט, און לאזן פאר אייך מוסטער:מנטרים (וואס איז אין אידיש?) די ארבעט איבער דעם...

אנמערקונג! געוויסע קלייניקייטן האב איך אויסדרוקליך נישט מייבא געווען פון דארט, וייל אויך דארט האב איך געזען איז דא ברייט פלאץ איבער צו שרייבן די אללע ערכים (משלוח מנות/מתנות לאביונים אד"ג פון פורים) צושטעלנדיג זיך צו אזא חשוב'ע פלאטפארמע, זעה ווי די סכום פון מתנות לאביונים, וואס איז צ"ע נישט נאר דא, נאר אויך דארט!

בכל אופן א גרויסן יישר כח אויף די שטופ און שטיצע!

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

א. ביי די ערכים וואס קומען פון ויקיפדיה, קען מען בעטן אן עדכון אויף המכלול (אין לשוה"ק), איידער מ'הייבט אן מתרגם זיין (אגב, יעצט באמערקט אז מתנות לאביונים קומט א גרויס טייל נישט פון ויקיפדיה...).

ג. זייער גוט האסטו געטון.
נאך אביסל התבוננות, קלער איך אז דער בעסטער מהלך וואלט לכאורה געווען, אויב דו קענסט אראפ'גנב'ענען אביסל צייט אין די קומענדיגע פאר וואכן (כהכנה לפורים) און משפר זיין דעם גאנצן "חלק ההלכה". כ'האף כ'מעג האבן די חוצפה צו בעטן...
מצד אחד, קלער איך אז אין אזא וועלט פון ליקוטים מיט גליונות דארף נישט זיין אזוי שווער צו טרעפן ערגעץ צאמגענומען מראי מקומות צו די לעצטערע פוסקים (און נאכקוקן די מראי מקומות), כדי צו קענען איבערשרייבן דעם חלק וואס איז נוגע להלכה.
מאידך גיסא, שפיר איך א שטיקל אחריות במיוחד אויפן חלק ההלכה (דאכט זיך מיר אמאל פלעגט זיין א תבנית אין המכלול אנצואווארענען מ'זאל נישט ארויסנעמען קיין הלכה למעשה פון דארט...).

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

קודם כל ס'איז גוט טאקע אריבער צוברענגען-פון די ערשטע-די תבנית פון ווארענונג.

אויך האב איך פאר געסן פריער צו פארצייכענען פאר הרב צמא לדעת, אויף זיין געבעט צו זיך איילן יטן אריבערברענגען נאך און נאך, און נישט אנטשלאפן ווערן, אז צוליב דעם וואס מיר הייבן אהן אין די טעג א ריזן חזרה פראיעקט אין כולל וואס וועט זיך צוען א לאנגע וויילע, וועט בפשטות מיין צייט פאר המכלול ארפאגיין דראסטיש, איך וועל מיך משתדל זיין זיך יא צו באוייזן וויפיל שייך-איך פיל א מורא'דיגער שליחות, האכן א האנט מיטן צושטעלן אזא רייכער ענציקלאפעדיע פאר כלל ישראל!

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

אסאך הצלחה אינעם חזרה פראיעקט, שתזכה ללמוד וללמד לשמור ולעשות בהרחבת הדעת!
(מיט א שטיקעלע נגיעה: המכלול דארף תלמידי חכמים מובהקים...)

און א דאנק פארן פרובירן דאס בעסטע און ארויסווייזן שעצע צום פראיעקט!

עברי אנכי (שמועסביישטייערונגען)

ס'איז נישט נארמאל ווי דער גייט אן ב"ה...

יעדעס מאל מ'קומט נאר אריין אין המכלול ווייסט מען מ'קען ערווארטן א פרישע האט'ס אמונה ארטיקל פארטיג אדער אויפ'ן וועג אהין.

גיי ביטע אן! המכלול דארף אייך און נאך אזאנע!

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

וכן למר...

איך בין נישט קיין 'מנטר'

4
אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

פארוואס האסטו מיר 'מתייג' געווען? און דרך אגב וואס מיינט די 'מוסטער:1' ביי די דרעפט?

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

איך האב געמיינט אויך, אז דו זאלסט אויך אריבערגיין דערויף, באקוקן פאררעכטן וכו' וכד'.

אחד יחיד (שמועסביישטייערונגען)

יעצט זע איך האס שוין נישט. איך האב אריבער אויפן ארטיקל און סאיז זייער שיין געשריבן, און איך מיין אז מקען האס אריבערפירן, אבער איך קען האס נישט טאהן. (דרך אגב סאיז שוין דא א בלאט רוי:נחשון בן עמינדב און נאך דעם אריבערפירן דארף מען דאס אויס מעקן).

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

צמא לדעת אידיש געשריבן מיט העבריעיש'ע כללים? פארוואס ווערט מען געפרעגט יעדן מאל צו "פובליצירט" און נישט "פאבליצירט"?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

נישט מיט העברעאישע כללים, אבער אויך אזוי זענען געוויסע זאכן אינטערעסאנט

א ו' מאכט צומאל דעם זעלבן קלאנג אין אידיש ווי דאס וואס מען ניצט געווענליך אן א'. "פובליצירט" איז פון זעלבן שורש ווי פובליקאציע און פובליק, וועלכע ווערן געווענליך געשריבן אזוי און נישט מיט אן א'.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

מסתמא, אין ריכטיגן גערעדטן אידיש, זאגט מען עס אויך ארויס ווי א ליטווישע מלאפום.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

באמת, מאן יימר אז מדארף נישט שרייבן פאבליקאציע וכד'? איך מיין אז איך וואלט אטאמאטיש יא געשריבן אזוי, אגב שיטפא פון געווענליכע ווערטער אויף אידיש.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גרשון האט אמאל צוגעצייכנט צו דעם זייטל, וואו מ'קען זוכן דעם טעקסט פון אידישע ביכער. "פובליקאציע" טרעפט דארט נאנט צו 600 רעזולטאטן; "פאבליקאציע" בלויז איין (מעגליך א פשוטע טעות הדפוס).

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

גראדע, "פאבליק" טרעפט מען דארט מער ווי "פובליק".

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

פובליק (און רעפובליק) איז שוין טאקע מער א נידון, דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

ס'דארף לכאורה זיין איינהייטליך. אז מ'קוקט טיפער אין די "פאבליק" דוגמאות דארט, זעט מען אז ס'איז טראנסליטעראציעס פון ענגליש, ווי "פאבליק סקול", ממילא איז עס נישט צו א שטארקע ראיה.

האט'ס אמונה (שמועסביישטייערונגען)

סתם אזוי, ס'איז זייער א גוטע און נוצבארע זאך די קעסטל פון "לעצט באזוכטע בלעטער" וואס קומט ארויף דא אין המכלול, אשאד (טאקע א שאלה פארוואס) אז אין העברי איז דאס נישט פארביי!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דאס קומט דורך אן הרחבה וואס מ'האט דא באזונדער אינסטאלירט. מעגליך אז איר קענט בעטן אויך אויף העברי אז זיי זאלן צושטעלן דעם "JSBreadCrumbs" הרחבה.

עס איז גוט צו הערן אז איר האט הנאה דערפון, א דאנק! און סיי וועלכע אנדערע זאך וואס קען אייך צונוצוקומען, אלס שרייבער אדער אלס ליינער, ווארטן מיר צו הערן.

אגב, איר קענט אנשטעלן פארשידענע זאכן בשייכות צו דעם פונקציע (ווי למשל וויפיל לעצטע בלעטער עס זאל צייגן, וואס קען זיין מער אדער ווייניגער ווי די געווענליכע 5). גייט צו די אויסזען פרעפערענצן, ביים "שפורן" אפטיילונג.

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

אין צוזאמענהאנג מיט דער עריכה - ווארשיינליך א טעות. ריכטיג?

קענסט קאפירן די טעקסט (פון פריערדיגע ווערסיעס) און אריינלייגן אין א דרעפט (זע אויך המכלול:רוי געביט). הכו"ח בכבוד רב!!!

נישטא קיין עלטערע טעמעס