שמתי לב לתרומתך הרבה למכלול, ורציתי להביע את הערכתי. תודה רבה! דו פארסט זייער גוט, זיי ממשיך על דרך זה! 2 קליינע הערות'לעך: 1. פרוביר צו בעטן אן עדכון אויף המכלול העברי איידערן איבערטייטשן (כ'רעד ביי ערכים מיובאים, כמובן). 2. שרעק דיך נישט טאמער דו זעסט ווי מ'ארבעט אריין אין דיינע ערכים; דאס איז דער שטייגער פון א וויקי, יעדער לייגט צו לויט זיינע מעגליכקייטן. גיי, ווייטער אן בכל יכולתך, ווייל דאס איז גאר א גרויסע הילף פארן גאנצן פראיעקט. ווילאנג מ'בעט דיר נישט אויפצוהערן, פאָר אן קיין אפשטעל...
נ.ב. בנוגע דעם "סכום" פון מתנות לאביונים, בין איך זייער מסופק ווי ענציקלאפעדיש דאס איז, היות די וואלוטעס גייען כסדר ארויף און אראפ (אפשר קען איינער איינשטעלן א סקריפט וואס זאל רוקן די נומערן לויט דער אינפלאציע...). בכל אופן, מ'דארף עס איבערקלערן.
א. איך האב נישט פארשטאנען פון וואס און פארוואס די רעד'סט. א עדכון אויף וואס, און פארוואס.
ב. פשוט!!!
ג. די סכום-ברוך שכיוונת, איך האב מיך אסאך איבער געפלאגט איבער דעם, ביז איך האב מליח געווען איערצושרייבן ווי ס'שטייט און גייט, און לאזן פאר אייך מוסטער:מנטרים (וואס איז אין אידיש?) די ארבעט איבער דעם...
אנמערקונג! געוויסע קלייניקייטן האב איך אויסדרוקליך נישט מייבא געווען פון דארט, וייל אויך דארט האב איך געזען איז דא ברייט פלאץ איבער צו שרייבן די אללע ערכים (משלוח מנות/מתנות לאביונים אד"ג פון פורים) צושטעלנדיג זיך צו אזא חשוב'ע פלאטפארמע, זעה ווי די סכום פון מתנות לאביונים, וואס איז צ"ע נישט נאר דא, נאר אויך דארט!
א. ביי די ערכים וואס קומען פון ויקיפדיה, קען מען בעטן אן עדכון אויף המכלול (אין לשוה"ק), איידער מ'הייבט אן מתרגם זיין (אגב, יעצט באמערקט אז מתנות לאביונים קומט א גרויס טייל נישט פון ויקיפדיה...).
ג. זייער גוט האסטו געטון. נאך אביסל התבוננות, קלער איך אז דער בעסטער מהלך וואלט לכאורה געווען, אויב דו קענסט אראפ'גנב'ענען אביסל צייט אין די קומענדיגע פאר וואכן (כהכנה לפורים) און משפר זיין דעם גאנצן "חלק ההלכה". כ'האף כ'מעג האבן די חוצפה צו בעטן... מצד אחד, קלער איך אז אין אזא וועלט פון ליקוטים מיט גליונות דארף נישט זיין אזוי שווער צו טרעפן ערגעץ צאמגענומען מראי מקומות צו די לעצטערע פוסקים (און נאכקוקן די מראי מקומות), כדי צו קענען איבערשרייבן דעם חלק וואס איז נוגע להלכה. מאידך גיסא, שפיר איך א שטיקל אחריות במיוחד אויפן חלק ההלכה (דאכט זיך מיר אמאל פלעגט זיין א תבנית אין המכלול אנצואווארענען מ'זאל נישט ארויסנעמען קיין הלכה למעשה פון דארט...).