רוי:בית דין
בית דין איז א יידישע רעליגיע געריכט וואס פסקנ'ט לויט דער יידישער הלכה איבער הויפט דיני ממונות. די דיינים ווערן אויסגעקליבן דורך פריעריגע רבנים נאך וואס זיי ווערן אויסגעפרוווט מיט אן בחינה.
דין תורה
דין תורה מײנט געװנליך אַ פּלאַץ צי שליכטן סכסוכים ביי אידישע רבנים און דיינים, דער פּענל פון די רבנים/דיינים װערט אָנגערופן אַ בית דין. א בית דין וואס הערט א דין תורה דארף האבן דריי דיינים.
די פסקים וואס די דיינים געבן ארויס, זענען באזירט אויף די הלכות פון חושן משפט, ווען זיי באשולדיגן עמיצן, איז עס ווייל לויט ש"ך אדער נתיבות איז יענדער שולדיג.
דער װערטליכער אָפּטייטש דערפון איִז "געזעץ פון די תורה".
מתדיין זיין איז ביי א פאנעל פון דריי אדער מער רבנים. וואס די מאיאריטעט אורטיילט, איז דער פסק, וואס דארף אויסגעפאלגט ווערן.
בית דין ארגאניזאציעס
אין א סך קהילות איז איינגעפירט א קהילה בית דין וואס האט אויפזיכט אויף די ענינים פון דער קהילה, ווי למשל כשרות, א בית עולם און גיטין.
די גרעסטע באוווסטע בתי דין אין מדינת ישראל זענען:
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!