כ"ט חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ט חשון איז דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
מאנטאג | תולדות |
בשה בחה בשז בחג |
מיטוואך | תולדות |
גכה גכז |
דאנערשטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
שבת | תולדות |
חגים וזמנים
- ערב ראש חודש - יום כיפור קטן
- סיגד – א יום טוב פון רייניגונג און זיך הייליגן ביי די פאלאשן, פופציג טעג נאך יום כיפור
געשעענישן
- ה'תרע"ט – ענדע פון די ערשטע וועלט-מלחמה: דער וואפן שטילשטאנד מיט עסטרייך גייט אריין אין קראפט
- ה'תש"ח – בריטן פאלן איבער א לח"י קורס אין רעננה, פון וואס פינף קומען אום
- ה'תשמ"ו – די נעוואדא דעל רואיז וואולקאן אין קאלאמביע רייסט אויף, און ברענגט אום איבער 23,000 מענטשן
- ה'תשס"ט - אנהייב פון דער טעראר אטאקע אין מומביי
- ה'תשע"ג – אנהייב פון עמוד ענן אפעראציע, ווען עס ווערט ליקווידירט אחמאד אלזשעברי, קאמאנדיר פון די אל-קאסאם בריגאדע אין עזה פאס
- ה'תשפ"ג – דאפלטע טעראר אטאקע אין ירושלים ברענגט אום צוויי און פארוואונדעט 46
געבוירן
- ה'תקע"ז – רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, דער נצי"ב, ראש ישיבה פון וואלאזשינער ישיבה (נפטר ה'תרנ"ג)
- ה'תרכ"א – רבי דוד הורוויץ, רב פון קאזלאוו און סטאניסלאוו, מחבר פון "אמרי דוד" (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תרס"ח – רבי שלמה שוסטער, א בארימטער עילוי און מתיר עגונות, רב און ראב"ד אין לאדזש (נפטר ה'תשכ"ח)
- ה'תרפ"ד – הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום), דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט, ראש ישיבה פון א הסדר ישיבה, גערופן פאשקאנער רבי (נפטר ה'תשע"ז)
- ה'תש"א – רבי יהודה כהן, ראש ישיבת יקירי ירושלים, נשיא פון ישיבות באר התלמוד, און א מיטגליד פון מועצת חכמי התורה
- ה'תש"ה – רבי אברהם וויינבערג, אדמו"ר פון סלאנים
- ה'תשכ"א – משה כחלון, געוועזענער פינאנץ מיניסטער און כנסת דעפוטאט אין מדינת ישראל
יארצייטן
אין דעם טאג גייען אן אויך די יארצייטן פון ל' חשון, אויב דער ערשטער יאר נאך די פטירה איז געווען חשון חסר[1].
- ה'תע"ב – רבי משה חפץ, א רב און משורר פון איטאליע, מחבר פון "מלאכת מחשבת" (געבוירן ה'תכ"ד)[2]
- ה'תרי"ג – רבי יצחק אייזיק חבר, א מקובל און א רב אין עטליכע ליטווישע שטעט, מחבר פון "פתחי שערים" (געבוירן ה'תקמ"ט)
- ה'תרכ"ה – רבי עבדאללה בן משה חיים, א רב, ראש ישיבה און סוחר פון באגדאד און ירושלים, פעטער פון רבי יוסף חיים פון באגדאד[3]
- ה'תרכ"ח – רבי ידידיה מונסוגייגו, א דיין און פוסק אין פעס, מחבר פון "דבר אמת" (געבוירן ה'תקנ"ט)
- ה'תרל"א – רבי נתן עמרם, הויפט רב פון אלעקסאנדריע און א שד"ר (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרל"ג – רבי שמעון יהודה פאנפעדער, רב פון טאקיי
- ה'תרל"ה – ישראל ב"ק, א מוציא לאור און עסקן אין ישוב הישן, באנייער פון אידישע דרוקעריי אין ארץ ישראל
- ה'תרע"ו – רבי אברהם בנימין קלוגער, א רב אין מחבר ספרים פון גאליציע, זון און נאמן בית פון רבי שלמה קלוגער (געבוירן ה'תר"א)
- ה'תש"ג – רבי אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, אומגעקומען אויף קידוש השם (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תש"ט – רבי ירוחם פישל יהושע בערנשטיין, ראש ישיבת חיי עולם, מיטגליד פון ועד הישיבות, פון די גרינדער פון די רבנות הראשית און שפעטער א דיין אין עדה החרדית[4]
- ה'תשל"ז – הרב יוסף משה שעכטער, דער ערשטער רב הכותל נאכן באפרייאונג פון אלטשטאט ירושלים (געבוירן ה'תרע"ה)
- ה'תשמ"ד – רבי אברהם אביש קאנער, אדמו"ר פון טשחויב (געבוירן ה'תרנ"ד)
- ה'תש"נ – רבי יצחק וויינגארטן, א חסידישער משפיע און מחבר ספרים, מרביץ תורה אין ישיבת חיי עולם און ראש ישיבת באר מנחם (געבוירן ה'תרע"ג)
- ה'תשס"ט – אריה לייבוש טייטלבוים, משגיח אויף כשרות, אומגעקומען ביי די טעראר אטאקע אין מומביי (געבוירן ה'תשל"א)
- ה'תשע"ב – רבי יהושע העשיל וואלהענדלער, א חסידישער רב און פוסק אין וויליאמסבורג, מחבר פון "גופי הלכות: משנה ברורה החדש" (געבוירן ה'תשי"ג)
- ה'תשע"ה – רבי יצחק בערנשטיין, ראש ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים און א רב אין רכסים (געבוירן ה'תרצ"ו)
- ה'תשע"ו – רבי דוב צבי קארעלנשטיין, ראש ישיבת גראדנע אין אשדוד (געבוירן ה'תרצ"ד)
- ה'תש"פ – רבי דוד צבי ארדנטליך, רב פון ביתר עילית (געבוירן ה'תרצ"ז)
רעפערענצן
- ↑ מטה אפרים, דיני קדיש יתום שער ג' סעיף ז'; משנה ברורה, סימן תקס"ח, סעיף קטן מ"ב
- ↑ רבי מרדכי שמואל גירונדי, תולדות גדולי ישראל, עמ' 239. (דארט שטייט בטעות ל' חשון, אבער אין ה'תע"ב איז נישט געווען דער דאטום).
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט ל' חשון
- ↑ לויט איין מקור, איז זיין יארצייט כ"ט כסלו