רוי:מצוה
איז טייטש א געבאט. דאס ווערט גענוצט אויף זאכן וואס די תורה האט באפוילן פאר אידן צו טאן.
סארטן מצות
מצוה עשה
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען דארף טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: לולב, אתרוג, און ציצית.
מצוה לא תעשה
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען זאל 'נישט' טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: נישט גנבענען, נישט גלוסטען.
מצוה עשה דרבנן
דאס איז א באפעלונג וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן, פון די מצות זענען: נטילת ידים, חנוכה.
איסור דרבנן
דאס זענען באפעלונגן וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן נישט צו טאן, פון די מצות זענען: מוקצה, אדער באדן אום שבת.
שבע מצות בני נח
דאס זענען זיבן מצות וואס גוים זענען אויך באפוילן צו היטן.
מצוה הבאה בעבירה
צאל מצוות
עס זענען דא 613 ('תרי"ג') מצוות אין די תורה. 248 פון די זענען מצות עשה, און 365 זענען לא תעשה.
עס זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער די פונקטליכע חשבון, וועלכע מצוות מען קען יא אדער נישט אריינרעכענען אין די צאל פון 613 מצוות. זייער פונקטליכע חשבון איז אין: ספר המצוות להרמב"ם, ספר החינוך, סמ"ק.
די תריג מצוות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, די רמ"ח מצוות עשה קעגן די 248 גלידער פון א מענטש און די שס"ה מצוות לא תעשה קעגן די 365 אדערן פון דעם מענטש.
אויסער די תרי"ג מצוות וואס איז געשריבן אין דער תורה זענען דא נאך זיבן מצוות וואס זענען 'מדרבנן', וואס די חכמים האבן מתקן געווען. צוזאמען איז דאס 620, דאס איז דער גמטריא פון 'כתר', די אלע מצוות זענען ווי קרוין פאר אייבערשטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!