המכלול:שרייבן פראיעקט
ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!
אין די ערשטע תקופה דארפן אלע ארטיקלען געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, לויט המכלול סטאנדארטן. (זעט אויך ווייטער, ווער עס פירט זיי אריבער און ווען). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.
איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?
מה שליבו חפץ
איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן. הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן, אבער ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.
פארשטייט זיך, אז כדי אן ארטיקל זאל בכלל ווערן אנגענומען דארף עס האבן ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט אויך אין די אויגן פון אנדערע. שטרענגט אייך נישט אן צו מאכן אן ארטיקל איבער די ברוינע הויז אויף ראסס סטריט, למשל, אויך אויב איז עס גאר באליבט ביי אייך.
ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט דא מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, איסתרק, מוטל, נייטראלער. (דאס וועט זיך מעגליך טוישן אין צוקונפט, לויט וויאזוי די קהילה וועט באשליסן). אויב איז שוין פארהאן א רויע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פון יענעם ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם רויען ארטיקל צו מזל.
נויטיגע ארטיקלען
איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן צו האבן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אינעם געמיינזאמען פראיעקט, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.
יעדן אנהייב חודש וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע (ביישפיל), וואס וועט אנטהאלטן געציילטע ארטיקלען פון יעדע פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:
- המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען
- קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן
- קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן
- קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען
- מערסט באזוכטע בלעטער אינעם "רוי" געביט (לויט גוגל אנאליטיקס און באַזונדער:סטאטיסטיק)
- ארטיקלען איבער עניני דיומא אין דער חודש דערויף (אויף ווען דער ארטיקל וועט האפנטליך זיין פארטיג)
- ארטיקלען איבער נייעס וכדומה וואס וועט כפי הנראה זיין אקטועל אין קומענדיגן חודש (צב"ש אויב וועלן דאן פארקומען באשטימטע וואלן)
- באַזונדער:געזוכטע בלעטער, ובפרט די וועלכע געפינען זיך אינעם "רוי" געביט.
- ארטיקלען וועלכע זענען פארלאנגט געווארן אויף המכלול:בעטן ארטיקלען.
- ארטיקלען וועלכע זענען פארלאנגט געווארן אויף המכלול:איבערשרייבן ארטיקלען.
דער עיקר געוויכט איז אבער נישט אז די ארטיקלען זאלן זיין די מערסט-יסודות'דיגע אין זייער טעמע (וואס דאס איז געווענליך צו שווער אפצושרייבן אויף א הויכע ניווא אין איין חודש); זיי דארפן נאר זיין בפירוש וויכטיג, אן צווייפל אין זייער נויטיגקייט, און דער דגש איז אויף די מעגליכקייט צו שרייבן א העכסטע-קוואליטעט ארטיקל, עפעס וואס וועט דינען אלס ביישפיל אויף ווייטער. (א שטיקל סימן פאר אזא מעגליכקייט, איז ווען דער רעלעוואנטער ערך אין המכלול העברי פארנעמט נישט מער ווי צוואנציג טויזנט בוכשטאבן). שפעטער וועט מען אפשר צולייגן נאך א קאטעגאריע:
- "ערכים מומלצים" אויף המכלול העברי, וועלכע זענען גענוג גרינג צוצופאסן און איבערשרייבן דאהי.
אין די ליסטע וועט זיין עטליכע געקליבענע ארטיקלען פון יעדע אזא סארט; אלע חברים קענען איבערקוקן די ליסטע און יעדער קען נעמען מערסטענס צוויי-דריי פון זיי אויף זיך, אפצושרייבן אין קומענדיגן חודש. וחוזר חלילה.
דער פראצעדור איז דא גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. געשריבענע ארטיקלען פון די ליסטע וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום אבן הפינה ציל.
שנעלע ארטיקלען
א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע, נעמט א צופעליגע ארטיקל אויב איז אייך נישט קיין נפקא מינה).
ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם רויען ארטיקל.
עס איז נישט כדאי צו נעמען אויף זיך מער ווי צוויי-דריי פון די ערשטע סארטן ארטיקלען, צו שרייבן פער חודש. הגם, אויב האט איר געענדיגט און גוט אראפגעשריבן דריי ארטיקלען, נישט מיט א כאפ-לאפ געיעג צו לויפן צום קומענדיגן, וועט אייך קיינער נישט אפהאלטן פון שרייבן א פערדע.
איצטיגע ליסטע
ליסטעס
פאלגנד איז א געקליבענע אויסוואל פון פאסיגע געדאנקען און פארשלאגן וואס איר קענט שרייבן אין די קומענדיגע תקופה. די ארטיקלען זענען געווארן אויסגעקליבן צוליב זייער וויכטיגקייט און אקטועלקייט, און אויך זייענדיג גרינג און געשמאק צו שרייבן אויף א פראפעסיאנאלן ניווא. אויב איר ווילט נעמען אויף זיך אן ארטיקל, צייכנט עס אן דערביי און שרייבט אייך אונטער.
תורה און אידישקייט
פרשיות השבוע
- וידוי (העב')
- מררי (העב')
- מתאוננים (העב')
- נבואת משה רבינו (העב')
- קברות התאווה (העב')
- מרגלים (העב')
- כלב בן יפונה (רוי • העב')
- נסכים - אויסגעפירט דורך משתתף
- מקושש (העב')
- לא תתורו - אויסגעפירט דורך משתתף
- דתן און אבירם (העב')
- און בן פלת (העב')
- קטורת (רוי • העב')
- שירת הלויים (העב')
- שמירת מקדש (העב')
- מעשר ראשון (העב')
- תרומת מעשר (העב')
- טומאת מת (העב')
- מי מריבה (העב')
- נחש הנחושת (רוי • העב')
- סיחון (העב')
- עוג מלך הבשן (רוי • העב')
- בלק (העב')
- כזבי בת צור (העב')
- קנאים פוגעים בו (העב')
פרקי אבות
פרק א'
- זקנים (העב')
- חסד (רוי • העב')
- אנטיגנוס איש סוכו (רוי • העב')
- יוסי בן יועזר (רוי • העב')
- יוסי בן יוחנן (רוי • העב')
- יהושע בן פרחיה (רוי • העב')
- עשה לך רב (העב')
- בצדק תשפוט עמיתך (העב')
- נתאי הארבלי (רוי • העב')
- יהודה בן טבאי (רוי • העב')
- אל תעש עצמך כעורכי הדיינים (העב')
- שמעיה (רוי • העב')
- אבטליון (העב')
- אם אין אני לי מי לי (העב')
- שמאי הזקן (רוי • העב')
פרק ב'
- רבן גמליאל ברבי (רוי • העב')
- עם הארץ (רוי • העב')
- על דאטפת אטפוך (העב')
- רבי יהושע בן חנניה אויסגעפירט דורך תנא קמא
- רבי יוסי הכהן (העב')
- רבי שמעון בן נתנאל (העב')
- רבי אלעזר בן ערך - אויסגעפירט דורך תנא קמא
- אבא שאול (רוי • העב')
- הרואה את הנולד (העב')
- רבי טרפון (רוי • העב')
פרק ג'
- עקביא בן מהללאל (רוי • העב')
- הסתכל בשלושה דברים (העב')
- רבי חנינא סגן הכהנים (רוי • העב')
- הנותן תשועה (העב')
- רבי חנניא בן תרדיון (רוי • העב')
- מושב לצים (העב')
- רבי חנניא בן חכינאי (רוי • העב')
- רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא (רוי • העב')
- רבי יעקב (תנא) (העב')
- רבי דוסתאי ברבי ינאי (העב')
- רבי חנינא בן דוסא (רוי • העב')
- רבי דוסא בן הרכינס (רוי • העב')
- רבי אלעזר המודעי (רוי • העב')
- הלבנת פנים (רוי • העב')
- רבי ישמעאל (רוי • העב')
- רבי אלעזר בן עזריה (רוי • העב')
- רבי אלעזר חסמא (רוי • העב')
- מסכת קינים (רוי • העב')
פרק ד'
- שמעון בן זומא (רוי • העב')
- מכל מלמדי השכלתי (העב')
- שמעון בן עזאי (רוי • העב')
- רבי לויטס איש יבנה (העב')
- רבי יוחנן בן ברוקה (העב')
- רבי ישמעאל ברבי יוסי (העב')
- רבי צדוק (רוי • העב')
- רבי יונתן (העב')
- ביטול תורה (העב')
- רבי יוחנן הסנדלר (רוי • העב')
- רבי אלעזר בן שמוע (רוי • העב')
- רבי נהוראי (העב')
- רבי ינאי (רוי • העב')
- רבי מתיא בן חרש (העב')
- היה זנב לאריות ואל תהיה ראש לשועלים (העב')
- רבי שמעון בן אלעזר (העב')
- אלישע בן אבויה (רוי • העב')
- רבי יוסי בר יהודה איש כפר הבבלי (העב')
- אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו (העב')
- רבי אלעזר הקפר (רוי • העב')
פרק ה'
- עשרה נסיונות - אויסגעפירט דורך צמא לדעת
- צען מכות (רוי • העב')
- בלעם'ס אייזל (העב')
- מן (רוי • העב')
- שמיר (רוי • העב')
- דוד און יהונתן (העב')
- מחלוקת (רוי • העב')
- רבי יהודה בן תימא (העב')
- חוצפה (רוי • העב')
- בן בג בג--שווערמער (שמועס) 06:47, 6 יוני 2023 (IDT) אויסגעפירט
- בן הא הא--שווערמער (שמועס) 06:47, 6 יוני 2023 (IDT) אויסגעפירט
- לפום צערא אגרא (העב')
פרק ו'
- תורה לשמה (העב')
- יגיעת התורה (העב')
- רבי שמעון בן יהודה (העב')
- רבי שמעון בן מנסיא (רוי • העב')
- רבי יוסי בן קיסמא (רוי • העב')
אישי תנ"ך וחז"ל
- יהודה (רוי • העב')
- בניהו בן יהוידע (רוי • העב')
- יונתן בן עוזיאל (רוי • העב')
- רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול (רוי • העב')
אידישע פערזענליכקייטן
אחרונים
- רבי יהודה אסאד (רוי • העב') (דאס בילד זיינע)
- רבי שלמה קלוגער (רוי • העב')
- רבי ברוך תאומים-פרענקל (רוי • העב')
אדמורים און חסידות
- רבי יצחק אייזיק ווייס (רוי • העב')
- רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש (רוי • העב')
- ווארקא (חסידות) (רוי • העב')
- רבי מאיר יוסף רובין (העב') מיטן אייבישטער'ס הילף האט'ס אמונה (שמועס) 13:35, 28 מאי 2023 (IDT) אויסגעפירט בס"ד האט'ס אמונה (שמועס) 18:02, 30 מאי 2023 (IDT)
- רבי שלום אליעזר האלבערשטאם (רוי • העב')
- רבי אהרן פון קארלין (צווייטער) (רוי • העב')
- רבי ישכר בער פון ראדאשיץ (רוי • העב')
- מאדזשיץ (חסידות) (רוי • העב')
- רבי שלמה שפירא (רוי • העב')
- רבי שלמה האלבערשטאם (א) (רוי • העב')
- רבי אברהם טווערסקי (טוריסק) (רוי • העב')
- רבי שמחה בונם אלטער (רוי • העב')
- רבי מאיר הורוויץ (רוי • העב')
- רבי צבי הירש אייכנשטיין (רוי • העב')
פארשידנס
אידישע היסטאריע
- צווייטע וועלטס קריג
- קאנצענטראציע לאגער (רוי • העב') בס"ד --עברי אנכי (שמועס) 19:10, 28 מאי 2023 (IDT)
- אלפרעד דרייפוס (רוי • העב')
וועלטליכע היסטאריע
- אינקוויזיציע (רוי • העב')
געאגראפיע און פאליטיק
וויסנשאפט
טעכנאלאגיע
- קאמפיוטער שפראכן (רוי • העב')