רוי:שמיר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמיר איז א נאמען פון א זייער הארטן טייערן שטיין[1]. אין דער משנה[2] ווערט געזאגט, אז דער שמיר איז באשאפן געווארן אין ששת ימי בראשית ערב שבת בין השמשות. אין דער אגדה פון דער גמרא איז שמיר א ווערעמל, וואס קען איבערשניידן די שטערקסטע שטיינער; און ווייל דעם בית המקדש פון שלמה המלך האט מען געבויט נישט באניצנדיג קיין אייזן צום שפאלטן די שטיינער[3], האט שלמה המלך זיך באניצט מיטן שמיר, וואס אשמדאי דער מלך פון די שדים האט אים געברענגט[4]. אין סוטה[5] ווערט געזאגט, אז זינט חורבן בית המקדש איז פארשוואונדן געווארן דער שמיר.

רעפערענצן

  1. יחזקאל ג, ט: "כשמיר חזק מצור"
  2. משנה, אבות פרק ה'
  3. מלכים א' ו: "כל כלי ברזל לא נשמע"
  4. גיטין סח
  5. סוטה מח
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!