רוי:רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אוהל

רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש זצ"ל (ה'תקע"ט - ט"ז סיון ה'תרכ"ח), באקאנט אלס דער יונגער ווארקער רבי, האט געפירט א רביסטעווע אין ווארקע ניינצן יאר. ער איז אויך געווען באקאנט אלס "שותק", ער פלעג לאנג שווייגן און אז ער האט שוין גערעדט איז עס געווען קורץ און שארף.

נאכן הסתלקות פון זיין פאטער, רבי יצחק קאליש, האט ער נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה. נאר א יאר שפעטער האט ער נאכגעגעבן די אויסבעטן פון זיינע חסידים און אנגעהויבן פירן. ער פלעג פירן לאנגע טישן, אמאל זעקס שעה. ביי זיינע טישן זענען געקומען זעקס טויזנט חסידים.[1]

רבי מענדל ווארקער איז געווען זייער נאנט מיטן קאצקער רבי'ן.

נאך זיין פטירה איז דער גרעסטער טייל חסידים אריבער צו זיין תלמיד בעריש ביאלער. א טייל חסידים זענען געבליבן אין ווארקע ביי זיין זון רבי שמחה בונים פון ווארקע וואס האט שפעטער געוואוינט אין אטוואצק.

אפשטאם

רבי מרדכי מנחם מענדל איז געבוירן אין זשאריק אין יאר ה'תקע"ט צו זיין פאטער הרב רבי ישראל יצחק קאליש רבי אין ווארקע, באקאנט אלס "רבי איציקל ווארקער". און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק.

רבנות

נאך דער פטירה פון זיין פאטער אחרון של פסח ה'תר"ט, האבן די ווארקער חסידים אויפגענומען רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע אלס רבי, א האלב יאר שפעטער שמיני עצרת ה'תר"ט נאך דער פטירה פון רבי שרגא פייוויל איז רבי מרדכי מנחם מענדל אויפגענומען געווארן אלס ווארקער רב.

הסתלקות

רבי מרדכי מנחם מענדל איז נפטר געווארן אין ווארשע ט"ז סיון ה'תרכ"ח, און ער ליגט אין דעם ווארקער אוהל אין דעם גענשא בית החיים, דריטער גאס.

פאמיליע

רבי מרדכי מנחם מענדל האב געהייראט מרת חיה. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  1. שבת בשבתו בהעלתך תש"ע (אנטווערפן)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!