דרעפט:מן
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער מן האט דער אייבערשטער געמאכט רעגענען פון הימל[1] און עס האט געשפּייזט די אידן אין דער מדבר אַן ערך פון פערציג יאר. ער איז באשאפן געווארן דעם ערשטן ערב שבת בין השמשות, און איז געווען באהאלטן אויבן[2].
די תורה זאגט אונז "ויראו בני ישראל ויאמרו איש אל אחיו מן הוא", די קינדער פון ישראל האבן געזען, האבן זיי געזאגט (געפרעגט) איינער דעם אנדערן "מן הוא"[3]. די דורשי רשימות האבן געזאגט אז "ישראל", די אידן האבן אים גערופן מן[4]. לויט אַן אנדער קוועלע: די דרשנים האבן געזאגט אז "בני ישראל" האבן אים גערופן מן[5]. די תורה זאגט "ויקראו בית ישראל את שמו מן"[6]. און די דרשנים האבן געזאגט אז בית ישראל האט (האבן) דאס געזאגט[7]. ס'איז פארהאן א מיינונג אז "בית ישראל" מיינט די פרויען[8].
צוערשט האט דער מן געהייסן לחם אבירים, ווי ס'שטייט אין פּסוק[9] "לחם אבירים אכל איש", ברויט וואס נידערט אראפּ פון די הימלען. נאר ווען די אידן האבן געזאגט "מן הוא", האט מען עס דערפאר גערופן מן[10]. מן איז אַן עגיפּטיש, א מצרים'דיג ווארט. אזוי ווי די אידן האבן דאך דענצמאל גערעדט עגיפּטיש, האט משה רבינו געשריבן דאס דאזיגע ווארט אין עגיפּטיש[11][א].
ס'זענען פארהאן פארשידענע טייטשן אויף מן: מן מיינט אן גרייטן שפּייז, אזוי ווי "וימן להם המלך… מפּת בג"[13], און דער קעניג האט אנגעגרייט פאר זיי שפּייז[14]; ס'מיינט: פון וואַנען, פון וואַנעט נעמט זיך דאס[15]; א מתנה[16], אַזוי ווי "למשה היה למנה"[17], ס'איז געווען משה'ן א געשענק. "ולחנה יתן מנה"…[18], און חנה'ן האט ער געגיבן א געשענק, א מתנה.
דער מן האט נאך באצייכענונגען: ודגן השמים[19], ווען ער האט אראפּ גענידערט פון דעם הימל, איז ער געווארן פארוואנדלט אין קארן אין דער לופטן[20]; מטל השמים[21], הימל טוי. יצחק האט געבענטשט יעקב'ן אז דער אייבערשטער זאל אים גיבן פון דעם הימל טוי. טייטשן די חכמים ז"ל אז דאס מיינט דעם מן[22]; לחם אבירים[9], דאס ברויט פון מלאכים[23]. איי מלאכים עסן דאך נישט; לחם אבירים[9], דאס ברויט וואס איז געווארן פארדייעט אין אלע צוויי הונדערט אכט און פערציג איברים[24]. די סומע פון די אותיות פון דעם ווארט "מחספּס"[25], באטרעפט צוויי הונדערט און אכט און פערציג[26]; דער מן ווערט אנגערופן: לחם - ברויט, דבש - האניג, שמן - בוימל[27][ב]; לחם הקלקל[30], לייכט ברויט, ווייל זיי האבן עס פארדייעט זייער גרינג אין זייערע געדערים[31].
ס'ווערן גענוצט פאַרשידענע אויסדרוקן פאַר פארדייען: נבלע[32], פארשלינגען געווארן אין אלע צוויי הונדערט אַכט און פערציג איברים; נימוח[33], א זאך וואס מחספּס, מח - ווערט צעריבן, פּס - אויף פּיסת היד, אויף דעם לעפל פון דער האנט. מחספּס איז א נוטריקון; נתעכל[34], פאַרדייעט; נטור[35], אפּגעהיט. זיי האבן געגעסן מן א גאנצן טאג, און ס'האט זיי נישט געשאַדט. ווען אפילו א זויגלינג האָט געעסן דעם מן א גאנצן טאג, האט עס נישט פארשאדט[36]. זיי האבן נישט באדארפט האבן דעם מאגן, אפן זיין, ארויסגיין[37].
פאר די אידן האט געארט זייער נישט האבן דעם מאגן. זיי האבן זיך באקלאגט. זיי האבן געזאגט: האסטו שוין געזען אז א געבוירענער פון א פרוי זאל עסן, און עס נישט ארויסגיבן. האסטו שוין געזען זינט דו לעבסט אז א מענטש זאל אריינטון ווייץ אין מיל און ס'זאל נישט ארויסקומען מעל. דער אייבערשטער האט פארדראסן די אידנ'ס נישט צופרידנקייט. ער האט געזאגט: פאר דער טובה וואס איך טו זיי; איך מאך זיי גלייך צו מלאכים, זיי זאלן נישט דארפן האבן דעם מאגן, פארדריסט עס זיי נאך![38].
ס'זענען פארהאן מערערע מיינונגען אין וועמענס זכות דער אייבערשטער האט געמאכט רעגענען מן פון דעם הימל פאר די אידן: אין אברהם אבינו'ס זכות: פאַר "ואקחה פת לחם…"[39], פאר אברהם אבינו'ס זאגן צו די דריי מענטשן (מלאכים) איך וועל ברענגען ברויט, און איר וועט אונטערלענען אייערע הערצער. נעמליך, פאר זיין איינלאַדן די פרעמדע מענטשן צום עסן, פאר זיין מקיים זיין מצות הכנסת אורחים[40]; פאר זיין גיבן "חמאה וחלב"[41], פּוטער און מילך די געסט[42]; אין דעם זכות פון די אבות, און דאס מיינט אברהם'ן און יעקב'ן. דער אייבערשטער האט געזאגט "הנני ממטיר"[43]. און אויך אברהם[44] און יעקב[45] האבן געזאגט "הנני"[46]; אין דעם זכות פון אברהם, יצחק, יעקב[47]; אין משה רבינו'ס זכות[48].
ס'זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען וועגן וויפיל טעג נאך די אידנ'ס ארויסצוג פון מצרים האט דער מן אנגעהויבן צו אראפּנידערן: דרייסיג, איין און דרייסיג, פינף און פערציג, זיבעציג… אין דער צייט פון זייער פארלאזן מצרים, ביז דער מן האט אנגעהויבן צו אַראפּנידערן איז געשען א נס, די אידן האבן געגעסן די גאנצע צייט פון דעם "געטריקנטן" ברויט וואס זיי האבן גענומען מיט זיך פון מצרים. לויט וויפיל טעג ווענדט זיך וויפיל מאלצייטן פון די געבעקס זיי האבן געגעסן איידער די מן. אויב דרייסיג טעג איז זעכציג מאלצייטן; אויב איין און דרייסיג טעג — צוויי און זעכציג מאלצייטן, און אזוי ווייטער.[49]. דאס מיטגענומענע געטריקנטע געבעקס האט געהאט דעם טעם פון מן[50].
די תורה זאָגט "הנני ממטיר לכם לחם מן השמים"[43], איך וועל אראפּרעגענען פאר אייך ברויט פון דעם הימל. ס'זענען פארהאן עטליכע ערקלערונגען פאר דער לשון ממטיר: מאַכן אראפנידערן[51]; "כדמות מטר", ווי דאס אויס זען פון רעגן, וועלכער נידערט אראפּ פון דעם הימל[52]; עס האט אראפּגענידערט ווי ס'נידערט אראפּ א רעגן[53]; עס האט אראפּגענידערט ווי א דין רעגנדל[54].
די אידן זענען אזוי באליבט ביי דעם באשעפער, אז ער האט געענדערט דעם גאנג פון דער וועלט צוליב זיי. דער שטייגער פון דער וועלט איז אז טוי נידערט אראפּ, און דאקעגן ברויט, תבואה וואקסט ארויף. און מיט דעם מן איז געווען גאר פארקערט. דאס ברויט האט אראפּגענידערט[55], און דער טוי איז אויפגעגאנגען פון דער ערד, "ותעל שכבת הטל"[56], און די שיכט טוי האט זיך אויפגעהויבן[57].
דער מן ווערט אנגערופן לחם, ווייל מ'האט געמאכט פון אים ברויט. א שטייגער ווי "ארץ ממנה יצא לחם"[58], דאס לאנד (סדום) פון וועלכן ס'איז ארויסגעקומען ברויט, און ס'מיינט תבואה פון וועלכער מ'באקט ברויט[59], אדער מזון, שפּייז[60].
דער אייבערשטער האט געזאגט זיי זאלן קלויבן דעם מן "יום ביומו"[43]. ס'זענען פארהאן צוויי מיינונגען אין מדרש: זיי זאלן קלויבן היינט אויף מארגן; זיי זאלן נישט קלויבן היינט אויף מארגן, זיי זאלן קלויבן יעדער טאג נאר וויפיל זיי דארפן אין דעם באטרעפנדן טאג, "מי שברא יום, ברא פּרנסתו"[61], דער וועלכער האט באשאפן דעם טאג, האט באשאפן אויך זיין פּרנסה. דער אייבערשטער האט געגיבן מן די אידן יעדער טאג פאר דעם טאגס געברויך, "למען אנסנו הילך בתורתי אם לא"[62], זיי צו אויספּריוון צי זיי וועלן אפּהיטן די מצוות פון דער תורה, צי נישט[63].
די חכמים ז"ל זאגן: "לא ניתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן". ווייל זיי האבן נישט געהאט דעם עול פון פּרנסה, מ'האט דאך זיי געגעבן פיקס און פארטיג אלץ וואס זיי האבן געדארפט און געוואלט, האבן זיי דאך געהאט די גאנצע צייט צו לערנען, איז דערפאר די תורה זיי געגעבן געווארן[64].
די תורה דערציילט אונז "ותעל שכבת הטל"[65], און ס'האט זיך אויפגעהויבן א שיכט טוי. און אויף אַן אנדער אָרט דערציילט אונז די תורה "וברדת הטל"[66], און ווען דער טוי האט גענידערט אַראָפּ. ד.ה. ס'האט זיך אויפגעהויבן א טוי שיכט. דער מן האט אראפּגענידערט אויף דער דאזיגער טוי שיכט. נאך דעם האט טוי אראפּגענידערט פון אויבן, און האט צוגעדעקט דעם מן. און דער מן איז געליגן צווישן די צוויי שיכטן טוי ווי אין א שניטקע[67].
ביבליאגראפיע
- ר' אליהו פאלי, דגן שמים, בני ברק, 5775
רעפערענצן
- ↑ ס'איז כדאי צו באמערקן אז אויך דאס ווארט אנכי אנהייב עשרת הדברות איז אַן עגיפּטיש ווארט. און ס'איז געווארן גענוצט כדי די דענצמאל עגיפּטיש רעדנדיגע אידן זאלן עס בעסער פארשטיין[12].
- ↑ דער פּסוק זאגט אז דער מן האט געהאט דעם טעם פון לשד השמן[28], און די אותיות פון דעם ווארט לשד מאכן לחם, שמן, דבש, ברויט, אויל, האניג[29]
- ↑ שמות טז, ד און ווייטער.
- ↑ רש"י אבות, פּרק ה, משנה ו.
- ↑ שמות טז, טו. זעט דארט אונקלוס; יונתן בן עוזיאל; פּשיטא: הוא התרגום הסורי לתנ"ך, שמות, עדיציע ר' חיים העליר, נאָטע 11.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, טו; ילקוט שמעוני בשלח, רמז ר"ס.
- ↑ ילקוט שמעוני בשלח, רמז רס"א; לקח טוב בשלח טז, לא.
- ↑ שמות טז, לא.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, לא.
- ↑ דער כלי יקר בשלח טז, טו דרינגט עס ארויס פון דעם וואס דער פּסוק (בשלח טז, לא) זאגט "ויקראו בית ישראל" און נישט בני ישראל. און ער שטיצט זיך אױף דעם וואס די חז"ל און רש"י ז"ל טייטשן דעם פּסוק "כה תאמר לבית יעקב" (בשלח יט, ג) מיינט די פרויען.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 9.0 9.1 9.2 תהלים עח, כה.
- ↑ שכל טוב בשלח טז, לא. אזוי טייטשן אױך א"ע, רד"ק, מצודת דוד אויף תהלים עח, כה. תרגום, רש"י דארט טייטשן: מלאכים ברויט. זעט: יומא עה, ב; שוחר טוב עח, ד; ילקוט המכירי עח, כב.
שכל טוב דארט זאגט "ודומה לו "אביר ישראל" (שמואל א' כא, ח). אבער דארט שטייט "אביר הרעים". און רש"י און מהר"י קרא דארט טייטשן אב בית דין. תרגום, רלב"ג, מצודת דוד טייטשן דער הױפּט פון שאול המלך'ס פּאסטאכער (דואג האדומי). - ↑ לקח טוב בשלח טז, טו; רשב"ם שמות טז, טו. דער מדקדק דונש בן לברט טייטשט אױך אַזױ אין זיין ספר קעגן מנחם בן סרוק ז"ל, זייט 20, אױסגאבע לאנדאן. זעט ילקוט שמעוני בשלח, רמז ר"ס.
א"ע בשלח טז, טו זאגט: רבינו שלמה (רש"י) זאגט "בלשון ישמעאל" זעצט מען איבער מן הוא מיט מה הוא. און דער וועלכער האט אים דאס געזאגט, האט אים געזאגט נישט ריכטיג.
איז כדאי צו באמערקן אז אין די פארשפרייטע רש"י'ס אויף דעם דאזיגן פּסוק איז עס נישט דא. און זעט דארט אבן עזרא'ס טייטש.
אגב, געווענליך טייטש מען לשון מצרי אראביש, און לשון ישמעאל טערקיש. - ↑ פּסיקתא רבתי, פּיסקא כא, וויען תר"מ זייט קה, ב; פּסיקתא דרב כהנא ניו יארק תש"ט זייט קט, ב, אויסגאבע אום; ילקוט שמעוני יתרו, רמז רפּ"ו.
- ↑ דניאל א, ה, און זעט רש"י דארט.
- ↑ סוכה לט, ב און רש"י דארט אונטער דעם ווארט בכדי; רש"י, כלי יקר שמות טז, טו; שכל טוב בשלח טז, טו. און אזוי טייטשט אויך דער מדקדק מנחם בן סרוק ז"ל.
שכל טוב דאָרט ברענגט ראיות פון "וימן ה' דג גדול" (יונה ב, א) און דער אייבערשטער האט אנגעגרייט א גרויסן פיש; און פון "וימן האלקים תולעת" (יונה ד, ז) און דער אייבערשטער האט אנגעגרייט א ווערימל.
אגב, דער מן איז געווארן אנגעגרייט צו ווערן פארשלינגען. דער פיש און דאס ווערעמל זענען געווארן אנגעגרייט צו פארשלינגען. - ↑ בחיי בשלח טז, טו אין נאמען פון רבינו חננאל ז"ל.
- ↑ בחיי בשלח טז, טו.
- ↑ ויקרא ח, כט.
- ↑ שמואל א' א, ה.
געווענליך טייטשט מען אין ביידע ערטער מנה א חלק, א פּארציע. זעט אונקלוס אין חומש, דעם תרגום און רש"י אין שמואל א', א, ה.
זעט פּשיטא שמות, טז, טו, הערה 11, פון הגאון ר' חיים העליר ז"ל. - ↑ תהלים עח, כד.
- ↑ א"ע תהלים עח,. כד.
- ↑ בראשית כז, כח. זעט דארט: די תרגומים אונקלוס און יונתן בן עוזיאל, רש"י, רמב"ן, רד"ק, ספורנו.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ו, פסקה ג'; אגדת בראשית ענדע פּרק מב; ילקוט שמעוני תולדות, רמז קט"ו; שכל טוב תולדות כח, יד, לעצטע שורה; לקח טוב תולדות כז, כח.
מהרז"ו אין ב"ר סו, ג טייטשט: ס'מיינט דעם מן וועלכער האט אראפּ גענידערט מיט דעם טוי. ווי ס'שטייט אין פּסוק "וברדת הטל על המחנה בלילה, ירד המן עליו" (במדבר יא, ט), ווען דער טוי האט אראפּ גענידערט אויף דעם לאגער ביינאכט, האט דער מן אראפּ גענידערט אויף אים.
זעט שמות רבה, פרשה ל"ח, פסקה ד'. - ↑ תרגום, רש"י תהלים עח, כה; כלי יקר שמות טז, ד.
- ↑ אבירים אין דעם זין פון אברים. מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, טו; ילקוט שמעוני בשלח, רמז ר"ס; ילקוט המכירי עח, כג.
- ↑ שמות טז, יד. אגב, מחספּס געפינט זיך בלױז איין מאל אין תנ"ך.
- ↑ יומא עה, ב צווייטע שורה אונטן און רש"י דארט זאגט "מחספּס נוטריקון"; מדרש תנחומא (באבער) פרשת בשלח פיסקא כ"ב; מדרש אגדה (באבער) בשלח טז, יד; מדרש תהלים, מזמור עח; שכל טוב בשלח טז, לא, בערלין תרס"א, זייט 248; בחיי און בעה"ט בשלח טז, ד.
- ↑ ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ח.
- ↑ במדבר יא, ח.
- ↑ פּענח רזא בהעלותך, זייט קעג, ב.
- ↑ במדבר כא, ה. אגב, דאס ווארט הקלקל געפינט זיך בלויז איין מאל אין תנ"ך.
- ↑ פּסיקתא דרב כהנא זייט קלא, א, אױסגאַבע אום; במדבר רבה, פרשה ט"ז, פסקה כ"ד; רש"י במדבר כא, ה און תהלים עח, כה; שכל טוב בשלח טז; ילקוט המכירי עח, כ"ד; לקח טוב בשלח טז, יד.
- ↑ יומא עה, ב, צווייטע שורה אונטן און פארגלייכט מיט: שוחר טוב עח, ג; ילקוט המכירי תהלים עח, כב; און קו, יח; ילקוט שמעוני בשלח, רמז ר"ס און תהלים, רמז תתי"ט; רש"י חוקת כא, ה און תהלים עח, כה; שכל טוב בשלח טז, לא; לקח טוב בשלח טז, יד; רקאַנטי בשלח מד; כלי יקר שמות טז, ד.
- ↑ יומא עה, ב, און רש"י אונטער דעם ווארט נימח.
- ↑ שכל טוב בשלח טז, יד זייט 242; בעה"ט בשלח טז, לג.
- ↑ תנח"ב בשלח כב.
- ↑ ספרי פיסקא פּט
- ↑ פארגלייכט די אױסדרוקן אין: תנחומא באבער שלח, הוספה ג, און בשלח כב; במדבר רבה, פרשה ז', פסקה ד' און טז, כד; מדרש תהלים, מזמור עח; ילקוט המכירי תהלים עח, כג און פּב, יט; ילקוט המכירי ישעיהו, ד; רש"י חוקת כא, ה און תהלים עח, כה; שכל טוב בשלח טז, לא; בחיי בשלח טז, ד. תנא דבי אליהו רבה פרק י"ד
- ↑ יומא עה, ב; מדרש תהלים, מזמור עח; ילקוט המכירי תהלים עח, כה; ילקוט שמעוני חוקת, רמז תשס"ד און תהלים, רמז תתי"ט.
- ↑ בראשית יח, ה.
- ↑ תוספתא, מסכת סוטה, פרק ד', הלכה א'; פּסיקתא רבתי יד; תנא דבי אליהו רבה פרק י"ב; בראשית רבה, פרשה מ"ח, פסקה י'; שמות רבה, פרשה כ"ה, פסקה ה' און כז, ה; במדבר רבה, פרשה י"ד; קהלת רבה, פרשה י"א, פסקה א'; מדרש תנחומא פרשת לך לך פיסקא ד'; והזהיר שמות, בשלח, לייפּציג, תרל"ג, דף כ, א; שכל טוב יט, לה; ילקוט המכירי תהלים קו, לט; ילקוט שמעוני וירא, רמז פּ"ב און בשלח, רמז רכ"ח; לקח טוב וירא יח, ד; ילקוט ראובני בשלח מא, א און בהעלותך יד, א, ערשטע שורה.
- ↑ בראשית יח, ח.
- ↑ בבא מציעא פו, ב; בראשית רבה, פרשה מ"ח, פסקה י"ב; שמות רבה, פרשה כ"ה, פסקה ה'; ילקוט שמעוני וירא, רמז פּ"ב און שמות, רמז רכ"ח; לקח טוב וירא יח, ד.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 43.0 43.1 43.2 שמות טז, ד.
- ↑ בראשית כב, א.
- ↑ בראשית לא, יא.
- ↑ זעט זית רענן אין ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ח, סימן פּז.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, ד.
- ↑ סדר עולם פרק י'; ספרי נצבים פּיסקא שה, עדיציע ר' מאיר פרידמאן, וויען תרכ"ד, דף קכט, א; תוספתא, מסכת סוטה, פרק י"א, הלכות ב'–ד'; תענית ט, א; ויקרא רבה, פרשה כ"ז, פסקה ב'; במדבר רבה, פרשה א', פסקה ב' און יג, כ; שיר השירים רבה, פרשה ד', פסקה ה'; מדרש תנחומא פרשת במדבר פיסקא ב'; מדרש תנחומא (באבער) פרשת במדבר פיסקא ב'; מדרש משלי יד, באבער זייט 74; מדרש אגדה (באבער) חוקת כ, ב; מדרש תנאים דברים לד, ח; ספר הזוהר, פרשת אמור, דף ק"ב, עמוד ב' לעצטע שורה; זוהר חדש, פרשת בראשית, דף י"ט, עמוד א'; ילקוט שמעוני וירא, רמז פּ"ב, במדבר, רמז תרפּ"ג, יהושע, רמז ט"ו, מיכה, רמז תקנ"ד און זכריה, רמז תקע"ח; ילקוט המכירי תהלים מז, ח ילקוט המכירי ישעיהו מב, יא; מדרש הגדול בראשית ו, ד, שעכטער זייט 129; לקח טוב ויצא כט, ג; השכם ב', במדבר ה; מנורת המאור (אלנקאוה) ד', זייט 466; מדרש פטירת אהרן בית המדרש חדר א' זייט 91; רקאנטי בשלח מד. זעט: סדר עולם זוטא השלם י, כב; ילמדנו ב', במדבר ו; תורה א, 25.
- ↑ פארגלייכט: תוספתא, מסכת סוטה, פרק י"א, הלכה ב'; סדר עולם פרק ה'; ענדע פּרק י; תרגום יונתן שמות יב, לט; מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות יב, לט און מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, א; קידושין לח, א; שמות רבה, פרשה ג', פסקה ד' און כה, ד שיר השירים רבה, פרשה א', פסקה ח'; מדרש תנחומא פרשת בא פיסקא ט'; רש"י שמות טז, א; ילקוט שמעוני בא, רמז ר"ט, בשלח, רמז רנ"ז און רסא, יהושע, רמז ט"ו, און שיר השירים, רמז תתקפּ"ב; שכל טוב בא יב, לט; לקח טוב בא, יב, לט.
- ↑ קידושין לח, א; ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ז און יהושע, רמז ט"ו.
- ↑ אונקלוס, יוב"ע שמות טז, ד.
- ↑ א"ע, רמב"ן שמות טז, ד.
- ↑ מדרש תנחומא (באבער) פרשת בשלח פיסקא כ'.
- ↑ בחיי בשלח טז, ד.
רמב"ן באמערקט אז דער אויסדרוק מטר װערט גענוצט אױך מיט אנדערע עלעמענטן, נישט דוקא בלױז מיט רעגן: וה' המטיר על סדום ועל עמורה גפרית ואש (בראשית יט, כד), און דער אײבערשטער האט געמאכט רעגענען אױף סדום און אױף עמורה שװעבל און פײער. "ימטר על רשעים פּחים אש וגפרית", ער מאכט רעגענען אױף די רשעים פײערדיגע קױלן און שװעבל, תהלים יא, ו.
פּשיטתא שמות טז, ד זעצט איבער מיט 'ממטר'. - ↑ במדבר יא, ט.
- ↑ שמות טז, יד.
- ↑ פארגלײכט: מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, ד; ש"ר לח, ד תנח. בשלח כ; ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ח; לקח טוב און בחיי בשלח טז, ד.
- ↑ איוב כח, ה.
- ↑ בחיי בשלח טז, ד.
- ↑ ספורנו שמות טז, ד.
- ↑ זעט מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, ד; מדרש תנחומא פרשת בשלח פיסקא כ'; ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ח; רש"י, רשב"ם שמות טז, ד.
- ↑ שמות טז, ד; יוב"ע, און פאַרגלײכט מיט אונקלוס און רש"י; מדרש תנחומא פרשת בשלח פיסקא כ'.
- ↑ זעט אור החיים שמות טז, ד
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות יג, יז; מכילתא דרבי ישמעאל, אויף שמות טז, ד; און ילקוט שמעוני בשלח, רמז רנ"ח בשם רבי שמעון בן יוחאי, און זעט דארט זית רענן. אין מדרש תנחומא פרשת בשלח פיסקא כ' בשם ר"ש בן יהושע; בחיי בשלח טז, טז; בעה"ט בהעלותך יא, ח. פארגלייכט אלע ווערסיעס.
- ↑ שמות טז, יד.
- ↑ במדבר יא, ט.
- ↑ יומא עה, ב; רש"י שמות טז, יד; שכל טוב שמות טז, יד.