רוי:תנ"ך
תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זענען די 24 הייליגע ספרים פון אידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי אידן, וואס זיי זענען געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:
- 5 - חמשה חומשי תורה
- 8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון
- 4 - נביאים ראשונים
- 3 - נביאים אחרונים
- 1 - תרי עשר
- 11 - כתובים
דער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.
די ספרים אין תנ"ך
תנ"ך איז ראשי תיבות: תורה, נביאים, כתובים. אין די צייטן פון חז"ל האט מען דאס נישט גערופן תנ"ך נאר "מקרא" -די משנה אין אבות זאגט: בן חמש למקרא, דאס מיינט, ביי די פינף יאר הייבט אן א קינד לערנען חומש.
תורה
תורה איז דער יידישער גרונט מיט דינים ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.
זי ווערט צעטיילט אין פינף ספרים:
די תורה איז צעטיילט ווייטער צו פרשיות השבוע, און יעדע פרשה איז צעטיילט אין 7 חלקים (ראשון, שני אא"וו).
- זעט אויך: חומש
נביאים
די ספרים פון נביאים זענען:
כתובים
די ספרים פון כתובים זענען:
נביאים און כתובים
דער אונטערשייד צווישן נביאים און כתובים איז אז נביאים איז רייד וואס גאט האט גערעדט צו די נביאים מיט די מדריגה פון "נבואה", ווידער כתובים זענען רייד וואס איז געווארן פון גאט מיט "רוח הקודש" וואס איז א שוואכערע מדריגה ווי "נבואה".
אויך איז נביאים - אנדערש ווי כתובים - ספעציפישע באפעלן וואס דער נביא האט געדארפט איבערגעבן פאר כלל ישראל אדער האט אליינס געדארפט אויספירן.
לערנען תנ"ך
כאטש וואס דער תנ"ך איז די גרונדענע ספר פון די אידן, כאטש דעם לערנט מען נישט נ"ך אין דער פרומער ציבור. די ווארשיינליכע סיבות דערפון זענען:
- נ"ך פארנעמט זיך אין ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנטיש צו דער היינטיקער יידישער קולטור וואס איז באווירקט פון די גלות. ווארום די אידן האבן נישט היינט קיין נביאים און אן אייגענע מלוכה.
- מיט דער ערשיינונג פון דער משכיל'ישער באוועגונג זענען געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט מאכן דעם לימוד פון נ"ך אלץ אן עיקר, פאר איר היסטארישער און קולטוראלע ווערד. טייל פרומע אידן האבן אין רעאקציע זיך ספעציעל צוריקגעהאלטן פון דעם לימוד.
אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז אין רוב חרד'ישע מיידל שולעס לערנט מען יא נ"ך אלץ א טייל פון געשיכטע לערנונגען.
לערנען תורה
פרומע אידן האלטן דאס פאר א מצווה צו לערנען תורה, ווייל די תורה וואס זיי לערנען איז בעיקר גמרא מיט פלפולים און מחלוקת פון תנאים און אמוראים האט א העכערן כוח וואס די תורה האט צו משפיע זיין אויף דעם לעבן אין א מיסטישן אופן.
אויך איז דאס נישט סתם א ענין פון לערנען, נאר א עקסטערע מצווה פון זיך 'פלאגן' אין לערנען - "עמלות בתורה".
אגדה ומוסר
אין די פרומע ישיבות לאזט מען דאס אויס, און דאס איז נאר א טפל, ווייל עס איז לויט זיי סיפורי מעשיות, אפילו דאס איז דער יסוד וואס קען היינט יא לערנען וויאזוי זיך צו פירן דורך טיפע פיליזאפישע לימודים. דער עיקר תורה וואס מען איז היינט עוסק איז לומדישע פשטעליך און חקירות. אין די חסידישע ישיבות וואס ווערט נישט אזוי ארויפגעקוקט לערנט מער בעיקר הלכות שבת און הלכות כשרות.
קאפיטלעך אין די ספרים פון תנ"ך
דאס צעטיילן דעם תנ"ך אויף קאפיטלעך האט נישט קיין יידישן מקור. דער תנ"ך איז צעטיילט אין 929 קאפיטלאך דורך א גלח. כאטש וואס דאס צוטיילונג שטאמט פון א קריסטישער גלח, האבן די אידן אנגענומען זיין צעטיילונג. אין ספר בראשית קען מען זען ווי דער גלח האט געשטעלט דער טאג שבת אין די צווייטע קאפיטל ווארשיינליך כדי צו 'פארקלענערן' איר הייליגקייט וואס זי איז ביי די אידן[מקור פארלאנגט].
ספרים אין תנ"ך |
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |
וועבלינקען
- גאַנץ תנ"ך אויף אידיש
- גאנץ תנ"ך
- אלע יידישעס הייליגע ספרים
- בייבל קריטיק וויקי (EN)
- תקופות פון מענטשן אין תנ"ך
- הערן די טראפן (EN)
- הערן תנ"ך פון א גלח אָן די טראפן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!