רוי:תפילין
תפילין איז א מצוה אין דער אידישער רעליגיע וואס איז פאר מענער צו אנקניפן די תפילין אויף דער ארעם און אויפן קאפ יעדן אינדערפרי ווען מען דאווענט שחרית. עס איז צוויי שווארצע קליינע קעסטעלעך געמאכט פון לעדער וואס ליגט אין איר פארשטעקט פיר פרשיות (פאראגראפן) פון דער תורה געשריבן אויף פארמעט. די תפילין קניפט מען אן מיט לעדערענע רצועות, איינע אויף דעם ארעם קעגן דעם הארץ, און איינע אויף דעם קאפ העכער דעם מוח.
די פיר פרשיות
די מצוה פון תפילין ווערט דערמאנט אין דער תורה פיר מאל, אין פיר באזונדערע פרשיות. אט די פיר פרשיות שרייבט מען אויף די תפילין.
פרשה | מקור | דער פסוק פון תפילין | אידיש איבערזעצונג |
קַדֶּש | פרשת בא, שמות י"ג פון פסוק א' ביז י"א | וְהָיָה לְךָ לְאוֹת עַל יָדְךָ וּלְזִכָּרוֹן בֵּין עֵינֶיךָ. | עס זאל זיין צו אייך פאר א צייכן אויף אייער האנט און צו א געדענקעניש צווישן אייערע אויגן. |
וְהָיָה כִּי יְבִיאַךָ | פרשת בא, שמות י"ג פון פסוק י"א ביז י"ז | וְהָיָה לְאוֹת עַל יָדְכָה וּלְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ. | און עס זאל זיין א צייכעניש אויף אייער האנט און תפילין צווישן אייערע אויגן. (די ווארט "טוטפת" איז א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער "טט" און "פת", זיי ביידע מיינען די נומער צוויי און די שפראכן "כתפי" און "אפריקי", קעגן די 4 פרשיות). |
שְמַע | פרשת ואתחנן, דברים ו' פון פסוק ד' ביז י' | וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ. | און איר זאלט אנקניפן אלס אן צייכן אויף אייער האנט און עס זאל זיין צו תפילין צווישן אייערע אויגן. |
וְהָיָה אִם שָׁמׁעַ | פרשת עקב, דברים י"א פון פסוק י"ג ביז כ"ב | וּקְשַׁרְתֶּם אֹתָם לְאוֹת עַל יֶדְכֶם וְהָיוּ לְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֵיכֶם | און איר זאלט זיי אנקניפן אלס א צייכן אויף אייערע הענט און עס זאלן זיין צו תפילין צווישן אייערע אייגן. |
של ראש און של יד
די תפילין איז א פאר פון צוויי קעסטלעך, די קעסטלעך רופן זיך "בתים", איינס קניפט מען אן אפען ארעם דאס רופט "של יד", דער צווייטע טוט מען אן אויפ קאפ, דאס רופט זיך "של ראש".
די רימענס וואס בינדן אן די קעסטלעך רופן זיך "רצועות".
די בתים דארפן זיין פונקטליך פיר־עקנדיג, די ברייט די זעלבע ווי די לענג.
די של ראש און של יד זענען אנדערש סיי אין די פרשיות סיי אין די בתים און סיי און די רצועות.
די של ראש האט אינווייניג אין די קעסטעל דריי מחיצות וואס ווערט דערפון פיר דינע שמאלע בתים און אינצווישן די מחיצות לייגט מען אריין א באזונדער פארמעט מיט א באזונדערע פרשה, יעדע פרשה ווערט עקסטער אפגעשריבן אויף א באזונדער שטיקל פארמעט.
אנדערש איז דער של יד, וואס מען שרייבט די פרשיות אויף איין לאנגע פארמעט און דאס קעסטל איז איין גרויס קעסטל.
צו פאבריצירן בתים איז א פאך וואס רופט זיך א "בתים מאכער".
די של ראש איז סאך שווערער און קונצליכער צו מאכן ווי דער של יד, צוליב די קאמפליצירטקייט פון די מחיצות, און מ'מוז עס מאכן מיט איין שטיק לעדער.
צו מאכן דער של ראש, נעמט מען א שטיקל האלץ אויסגעשניטן פיר עקנדיג בערך אביסל קלענער ווי די בתים, דערנאך שנייט מען אריין דריי טיפע שניטן דורך אויס די לענג פון די האלץ, דערנאך נעמט מען הויט ווען עס איז נאך ווייעך אין פייכט און מדעקט עס איבער די האלץ און משטיפט אריין די הויט אין די דריי לעכער, דערנאך טוט מען אויגלעטן די הויט זאל זיין שיין עקענדיג, ווען די הויט איז שוין הארט און טריקן שלעפט מען ארויס די האלץ פון די הויט אזוי אטאמאטיש ווערט אונעם קעסטל פיר צימערן.
די קשרים
לויט דער הלכה דארף די תפילין האבן קשרים (קנופן), סיי דער של יד סיי דער של ראש. וויאזוי מען מאכט דעם קשר אין דעם של ראש שטייט נישט אין דער תורה נאר איז א הלכה למשה מסיני.
- דל"ת פון די תפילין דער קשר אויפן של ראש מאכט מען מיט א צורה פון א דל"ת. ס'איז פאראן אין דעם דריי אנגענומענע מנהגים: דער מערסט פארשפרייטער מנהג היינט איז צו מאכן דעם קשר ווי א געוויינלעכן דל"ת, און מען טרעפט דאס אין אלע קרייזן; דער מנהג פון די תימנים און דער אלטער מנהג פון אשכנז, וואס רוב חסידים זענען נוהג איז א פירעקיג קשר; און דער מנהג אין צאנז איז א גרויסער קשר וואס זעט אויס ווי א שלאס "ם" וואס באדייט דעם אות ד' צוויי מאל.[1]
רש"י און ר"ת
ס'איז פאראן א מחלוקת רש"י און רבינו תם אין וועלכן סדר מ'זאל לייגן די פרשיות פונעם של ראש. לויט רש"י: קדש, והיה כי יביאך, שמע, והיה אם שמע. לויט ר"ת: קדש, והיה כי יביאך, והיה אם שמע, שמע. אויך ביי די תפלין של יד איז דא די זעלבע אונטערשייד, און לויט ר"ת די געענדיגטער קלף פונעם של יד איז אין דעם אויבנדערמאנטן סדר, כאטש דער סופר מוז זיי שרייבן אין דעם סדר ווי זיי זענען אין דער תורה, נאר א לאזט א ריווח פארן שרייבן שמע און דארט שרייבט ער שפעטער "והיה אם שמע".
דער שימושא רבא, לויט רבי מנחם עזריה, האלט אז די פרשיות דארף מען לייגן אין די תפילין פארקערט ווי רש"י.
סימבאליזם
די קעסטלעך טוען סימבאליזירן אז די מוח און הארץ זענען פארבונדן מיט געטריישאפט און שטאלץ פאר א אייביגער פעסטער קנעכטשאפט צו גאט.
די תפילין, בעיקר דער של ראש, סימבאליזירן יידישן שטאלץ, אזוי ווי למשל אין דער מעשה פון אלישע בעל כנפיים, וואס די רוימער האבן גע'רודפ'ט ווייל ער האט געלייגט תפילין, און זיי זענען געווארן פליגלעך פון א טויב - סימבאל פונעם יידישן פאלק – אין זיינע הענט. . ביים חורבן אייראפע איז נאטאריש באקאנט דאס בילד פון דער עלקושער דערנידערונג וואו מען זעט הרב משה האגערמאן, איינער פון די רבנים אין שטעטל, מיט צעשפאלטענע תפילין אויף זיין קאפ ביי דער דערנידערונג פון דער יידישער קהילה דורך דייטשע זעלנער.
וועבלינקען
- וויאזוי מען לייגט תפילין (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ די צורה פונעם קשר שטייט אין א פולמוס גדול. צווישן די קונטרסים אין דעם ענין זענען: "תפארת חיים" הרב חיים שרגא פייוול פראנק, "קשר של קיימא" הרב שלום בראנדער, "קשר תפילין" הרב אלעזר בריזל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!