רוי:תלמידי בעש"ט
דער בעל שם טוב - רבי ישראל בן אליעזר זצ"ל - האט געלעבט אין א צייט וואס עס האט געהערשט א געוואלדיגן טריקנקייט ביי יידישע קינדער, דערפאר האט ער געגרינדערט דעם וועג פון חסידות אריין צוברענגען א לעבען אין די מצוות און מעשים טובים פון יידישע קינדער, אזוי ווי דער בעש"ט האט געזאגט, "ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט אריין ברענגען א לעבען אין טריקענע ביינער".
נאך דעם וואס דער בעש"ט איז באקאנט געווארן אויף די וועלט, האט זיך ארום אים צוזאמען גענומן א חבריא קדישא פון תלמידים גרויסע גאונים, צדיקים און באהאלטענע ל"ו צדיקים, זיך צו דערקוויקן און דערהייבן צו גאר הויכע מדרגות און עבדות השם.
צווישן זיינע תלמידים איז פארהאן א זעלכע וואס זענען שפעטער אליין באקאנט געווארן אלס רבי'ס און רבנים און פארפאסער'ס פון ספרים, ס'איז אבער אויך געווען אזעלכע וואס ס'איז דעווייל ווייניג באקאנט איבער זיי.
תלמידים וואס זענען פארזיך באשריבן
לויט דעם סדר פון א"ב
רבי אברהם גרשון פון קיטוב (ה'תס"א - ה'תק"ך), רב אין בראד.
רבי אריה לייב פון שפאלע (ה'תפ"ה - ו' תשרי ה'תקע"ב).
רבי ברוך פון מעזשביזש (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב).
רבי דוב בער פון מעזריטש (ה'ת"ס - י"ט כסלו ה'תקל"ג), מגיד פון מעזריטש.
רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו (ה'תפ"א - כ"ה אלול ה'תקמ"ו), מגיד אין זלאטשאוו.
רבי יעקב יוסף פון אוסטראה ( - כ' תשרי ה'תקנ"א), מגיד פון אוסטראה.
רבי יעקב יוסף פון פולנאה (ה'תנ"ה - ה'תקמ"ב), רב אין פולנאה.
רבי יעקב קאפל חסיד ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז), פון קאלאמייע
רבי יצחק פון דראהאביטש ( - ז' ניסן ה'תק"י), מגיד אין דראהאביטש.
רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן ( - כ"ב מנחם אב ה'תקמ"א)
רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ו), רבי פון וויטעבסק.
רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל (ה'ת"ץ - ה'תקנ"ח), מגיד פון טשערנאביל.
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו (ה'תק"ח - י"ז אייר ה'תק"ס), פון סדילקאוו.
רבי נחמן פון האראדענקע ( - ב' תמוז ה'תקכ"ה).
רבי פנחס שפירא (ה'תפ"ח - י' אלול ה'תק"ן), פון קאריץ.
רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב (ה'תפ"ה - ז' טבת ה'תק"ם).
תלמידים וואס זענען נאך נישט באשריבן
רבי אברהם אבא פון קריבוש און שווארצע טומאה.
רבי אברהם פאדלוסקער (אברהם שמואל צבי הירש זילברשטיין)[1], מגיד אין שווארצע טומאה.
- זיינע ספרים: חסד לאברהם
רבי אברהם פון מעזשביזש
- אן איידעם פון רבי מיכל פון טולטשין
רבי אברהם אבא פון דוביסאר
- ער איז געווען א שליח ציבור אין בית המדרש פון בעש"ט.
רבי אברהם אבא פון לובלין
רבי אברהם שמשון פון פולנאה ( - י"ח אלול ה'תקנ"ט), רב אין ראשקאוו.
- א זון פון דעם תולדות, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.
רבי אהרן פון קיטוב.
- א ברודער פון רבי אברהם גרשון פון קיטוב, שוואגערס פון בעל שם טוב.
רבי אהרן פון מעזשביזש
רבי אהרן משרת
- דער באדינער פון בעש"ט
רבי אליהו פון סאקאלובקי
רבי אליעזר פון טאמאשפאלי
רבי אלכסנדר סופר
- דער שווער פון רבי דוב בער פון ליניץ, דער פארפאסער פון "שבחי בעש"ט"
רבי בנימין פון זאלאשיץ ( - כ"ב תשרי ה'תקנ"ב).
- זיינע ספרים: אהבת דודים, חלקת בנימין, אמתחת בנימין, תורי זהב.
רבי ברוך פון קאמינקא.
רבי גרשון פון פאווליץ.
רבי דוב בער פון זאסלאוו.
רבי דוד היילפרין ( - ט"ז תמוז ה'תקכ"ה), רב אין אוסטראה.
רבי דוד פון חאלאדאווקע.
רבי דוד פון ליניץ.
רבי דוד פון קאלאמייע ( - ט"ז שבט ה'תצ"ב).
רבי דוד פון מיקאלייאוו ( - כ"ה שבט ה'תק"ס).
רבי דוד מגיד פון טולטשין.
רבי דוד לייקעס ( - כ"א ניסן ה'תקנ"ט), רב אין באר.
רבי דוד פירקוס ( - ה'תקל"ב), מגיד אין מעזשביזש.
רבי דוד פון שאריגראד.
רבי זאב וואלף קיצעס.
רבי זאב פון אליק.
רבי זעליג פון לאטושוב.
רבי חיים פון קראסנא.
רבי חיים מגיד אין ליניץ.
רבי יהודה ליב פון פולנאה ( - כ"א טבת ה'תק"ל), מוכיח פון פולנאה.
רבי יואל פון פראטהור.
רבי יואל פון נעמיראוו ( - ה'תקמ"ח).
רבי יודל פון טשודנאוו.
רבי יונה "דער גוטער" פון אוסטראה.
רבי יונה פון קאמינקא.
רבי יונה פון פולוצק.
רבי יוסף יואל פון סטעפאן ( - ה'תק"ל).
רבי יוסף יוזפא פון אוסטראה.
רבי יוסף משה פון מעזשביזש.
רבי יוסף פון זורניץ.
רבי יוסף פון קאמינקא.
- א זון פון די פרימע ריבעלע.
רבי יוסף פון דראהאביטש.
- דער פאטער פון רבי ישראל נחמן פון דראהאביטש דער פקדת המלך.
רבי יוסף אשכנזי.
רבי יוסף מלמד פון חמעלניק
רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין
- דער פאטער פון רבי יצחק פון דראהאביטש
רבי יחיאל מיכל, רב אין האראדנע.
רבי יעקב פון האניפאלי
רבי יעקב פון מעזשביזש
- ער איז געווען א בעל תפלה ביים בעש"ט, און איז געווען נעבן בעש"ט ביי זיין יציאת נשמה, נאכהער איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.
רבי יצחק פון מעזריטש
- א זון פון די צדיקת ריבעלע.
רבי יצחק דוב מרגליות, רב אין יאזלאוויץ.
- א ברודער פון רבי מאיר מרגליות.
רבי ישכר בער פון ליובאוויטש.
רבי ישכר פון קעשענעוו
רבי ישעיהו פון יאנאוו ( - כ"ב אייר ה'תקנ"ד), מגיד אין דינאוויץ.
רבי ישראל פון סאטינאוו.
- זיינע ספרים: תפארת ישראל. (ביי חסידים איז באקאנט אז ס'איז א שמירה צו האבן דעם ספר אין שטוב)
רבי לייב שרה'ס (י"ז תמוז ה'ת"ץ - ד' אדר ב' ה'תקנ"ו).
רבי לייב קעסלער
רבי ליפא פון חמעלניק
רבי מאיר מרגליות ( - י' אייר ה'תק"ן), רב אין אוסטראה און לעמבערג.
- זיינע ספרים: מאיר נתיבים שו"ת, אור תורה, דרך הטוב והישר, סוד יכין ובועז
רבי מנחם מענדל פון באר ( - י"ב ניסן ה'תקכ"ב).
רבי מנחם מענדל פון דוביסאר
רבי מנחם מענדל פון קאלאמייע
רבי מנחם מענדל פון פרעמישלאן ( - כ"א תשרי ה'תקל"א)
רבי מרדכי פון זאסלאוו
רבי משה קעדס
רבי משה פון שאטנאווע
רבי משה רב אין שדה חדש
רבי משה פון קיטוב ( - י"ז שבט ה'תצ"ח).
רבי משה שהם, רב אין דאלינא.
רבי נחמן פון קאסאוו
רבי נטע פון אוורוטש
רבי ניסן קאטץ פון וואהרט
רבי פאלק פון טיטשלניק
רבי צבי
- ער איז געווען דער סופר פון בעש"ט
רבי צבי חסיד פון זלאטשאוו
רבי צבי הערש פון אוסטראה ( - י"ג טבת ה'תקמ"ט)
- אן איידעם פון רבי דוד היילפרין
רבי צבי הערש פון קאמינקא ( - ז' טבת ה'תקמ"א).
- א זון פון רבי דוד. זיינע ספרים: שני המאורות
רבי שמואל פון קאמינקא ( - ה'תקצ"א).
- א זון פון רבי דוד. זיינע ספרים: שני המאורות
רבי שבתי פון ראשקאוו (ה'תט"ו - ה'תק"ה).