רוי:קאריץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאריץ
Корець
Korets city fl.png COA Kopets.png
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 50°37′N 27°10′E / 50.617°N 27.167°E / 50.617; 27.167 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
געביט ריוונע
שטח 6 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

8,446‏  (שטייענדיג 2001)
צייט זאָנע UTC+2

קאריץ אדער קארעץ (אוקראיניש: Корець; פויליש: Korzec) איז א שטאט אין אוקראינע און דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם קאריצער ראיאן (Корецкий район), ראוונער אבלאסט. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם קארטשיק טייך, 66 קילאמעטער מזרח פון ראוונע. אין 2001 האט די שטאט געהאט 8,446 איינוואוינער.

די שטאט איז געגרינדעט אין 1150. קארעץ האט געהערט צו דער אדעלער משפחה קארעצקי זייט דער צעטיילונג פון וואהלין.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט האט געוואוינט אין קאריץ של הרב פנחס שפירא, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד.

די ערשטע דרוקעריי געגרינדעט אין קארעץ איז געווען א דרוקעריי פאר יידישע ספרים. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1776 דורך הרב צבי הירש און זיין איידעם שמואל סג"ל. די דרוקעריי האט געארבעט ביז 1781 און האט געדרוקט 20 ספרים.

די שטאט האט געהאט א גרויסע יידישע געמיינדע. פאר דער חורבן אייראפע האבן געוואוינט אין קאריץ מער ווי 6,000 אידן. אין מאי 1942 האט מען אויפגעשטעלט א געטא אין דער שטאט. א טאג שפעטער האט מען געמערדעט צוויי טויזנט אידן אין קארעץ. אין סעפטעמבער 1942 האבן די נאציס ליקווידירט די געטא.

דרויסנדע לינקס

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!