בנימין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בנימין
קבר בנימין (נבי ימין) אין נווה ימין
קבר בנימין (נבי ימין) אין נווה ימין
געבורט צווישן בית אל און בית לחם
פטירה מצרים
אויסזען פון די געביידעס אויפן קבר
מוסולמענר קלויסטער נבי עוכשא אויף שטרויס גאס, ירושלים
די נחלות שבטי ישראל

בִּנְיָמִין איז א תנ"ך פערזענליכקייט, יונגסטער זון פון יעקב און רחל. די נאמען בנימין איז צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" און "ימים", דאס מיינט "בן היד החזקה" או "בן הדרום". פון בנימין איז ארויסגעקומען שבט בנימין.

זיין געשיכטע

לויט ספר היובלים איז ער געבוירן אום י"א חשוון[1], און אזוי אויך לויט מדרש תדשא וואס איז קאפירט געווארן אין ילקוט שמעוני[2], לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן געווארן צווישן פסח און שבועות. בנימין איז געבוירן אויפן וועג צווישן בית אל און אפרת, וואס דאס איז בית לחם, ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף ”וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם, זיין מאמע רחל איז געשטארבן ביי זיין געבורט, און זי האט אים דעמאלט גערופן בֶּן-אוֹנִי - א צווייפאכיגע באדייט: בן כאבי - א נאמען וואס דערציילט שלעכט'ס; און בן חוזקי - וואס ענדלט צו די באדייט פון די נאמען וואס זיין טאטע יעקב האט אים געגעבן - בִנְיָמִין. בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל.

בנימין איז א ברידער (אויך פון זיין מאמעס זייט) פון יוסף. ווען יעקב'ס קינדער זענען אראפ קיין מצרים צו שאפן עסן, האט יוסף (וועמען זיי האבן נישט דערקענט) געבעטן אז זיי זאלן ברענגען זייער ברידער, וואס אויף אים האבן זיי געזאגט אז ער איז געבליבן מיט זייער טאטע אין כנען וויבאלד ער איז דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל. נאך וואס זיי האבן זיך צוריק געקערט מיטברענגענדיג בנימין מיט זיי, האט יוסף באפוילן זיינע מענטשן צו באהאלטן צווישן זיינע זאכן זיין זילבערנע בעכער, און דערנאך זיי נאכיאגן, אפשטעלן, און "טרעפן" די "געגנבטע" בעכער ביי די זאק פון בנימין, אויסרופנדיג אז ווער עס וועט זיך ביי אים געפינען די בעכער וועט ווארן פארשקלאפט צו יוסף.

ווען יעקב האט געבענטש זיינע זוהן, האט ער געבענטש בנימין:

בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל.

לויטן מדרש אין תלמוד בבלי, איז בנימין איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר אלס חטא אדם הראשון, צוזאמען מיט ישי, עמרם און כלאב (איינער פון דוד'ס קינדער). אזוי אויך אין מסכת בבא בתרא[3] ווערט דערמאנט אז בנימין איז איינער פון די זיבן וואס אין זיי האבן נישט שולט געווען רימה ותולעה נאך זייער טויט.

זיינע קינדער

ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:

וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.

רש"י ערקלערט אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער האבן אלע א באדייט פון ארויסברענגען א טרויער אויפן פארשוואונדן ווערן פון זיין ברידער יוסף:

אמר לו מה טיבן של שמות הללו, אמר לו כולם על שם אחי והצרות אשר מצאוהו, בלע שנבלע בין האומות, בכר שהיה בכור לאמי, אשבל ששבאו, אל גרא שנתגייר באכסניא, ונעמן שהיה נעים ביותר, אחי וראש אחי היה וראשי היה, מפים מפי אבי למד, וחפים שלא ראה חופתי ולא ראיתי אני חופתו וארד, שירד לבין האומות.

לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר האט בנימין חתונה געהאט זייענדיג אלט צען יאר מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זוהן (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג אלט 18 יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זוהן (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד).

משפחה בוים

משפחה בוים וואס פרעזענטירט די פריערדיגע דורות:


זיין ציון

פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין "ספר הישר[4]" געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו... ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין”. וועגן די מסורת, איז געווען אזעלכע וואס האבו געטענהעט אז זיין קבר איז אין א מערה אין נבי עוכשא אויף שטרויס גאס אין ירושלים, אבער די אידענטיפיקאציע האט נישט קיין מקור[5].

נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די ממלוכישע רעגירונג וואס איז געבויעט געווארן מיטן באפעל פון דער אמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער געוועלטיגער פון יענע צייטן (14'טער יארהונדערט) איבער ארץ ישראל. נאך א מסורת [6] שטעלט אוועק זיין קבר אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון.

שבט בנימין

שבט בנימין איז איינס פון די צוועלף שבטי ישראל און ער איז פון די קינדער פון די פערטע מאמע רחל. איינער וואס געהערט צו שבט בנימין ווערט אנגערופן אין לשון פון תנ"ך "יְמיני", און אפאר ווערן אנגערופן: "בני ימיני" אדער "בני בנימין".

שבט בנימין איז געווען דער קלענסטער שבט ביי יציאת מצרים. דורכאויס די רייזע אין מדבר האט דער שבט געשפרייזט נעבן שבט מנשה און שבט אפרים, מערב זייט פון אוהל מועד. ביים אריינגיין אין כנען האט ער פארמאגט א מיליטער פון 45,600 קעמפער.

אין די היסטאריע פון די שבט איז אריינגערעכנט אויך א ברודער קריג מיט די אנדערע שבטים, צוליב די פרשה פון פילגש בגבעה, וואס דעמאלט איז שיעור פארניכטעט געווארן די שבט[7].

שאול, דער ערשטער אידישער קעניג, איז געווען פון שבט בנימין. ביי די צייטן פון דוד איז געשלאסן געווארן א בונד צווישן שבט בנימין און שבט יהודה, וואס האט זיך געצויגן אויך נאך זיין טויט. נאך גלות בבל האבן די צוויי שבטים צוזאמען מיט שבט לוי און טייל פון שבט שמעון וואס זענען געווארן אסימילירט אין נחלת יהודה געשאפן די אידישע פאלק, און די אנדערע עשרת השבטים זענען פארלוירן געגאנגען ביז היינט.

שער בנימין אין צפון זייט פון ירושלים האט באקומען זיין נאמען וויבאלד ער האט געפירט צו א געגנט וואס האט געהערט צו די שבט. ירמיהו דערמאנט ”בְּשַׁעַר בִּנְיָמִן הָעֶלְיוֹן, אֲשֶׁר, בְּבֵית ה'”[8].

לויט די מפרשים, די שטיין אין חושן וואס פארטרעט אים איז די שטיין ישפה, דאס האט אהרן הכהן געטראגן צוזאמען מיט די אנדערע שטיינער פון חושן אויף זיין הארץ.

זעט אויך

צו ליינען מער

  • זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. פרק לב פסוק לט, און זעט אין מהדורת כהנא (עמוד רפ"ו) די ריכטיגע דאטום איז י"א חשוון
  2. יעל לוין, בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל אין וועבזייטל דעת
  3. יז, א
  4. פרשת שמות, עמ' רכז
  5. זעהט כאן.
  6. ראו כאן בהרחבה.(הקישור אינו פעיל, 2.07.2018)
  7. שופטים יט; כא.
  8. ירמיהו כ, ב


מוסטער:בקרת זהויות

קטגוריה:בני יעקב קטגוריה:יורדי מצרים קטגוריה:נביאים קטגוריה:צדיקים שנכנסו בחייהם לגן עדן קטגוריה:שבט בנימין קטגוריה:אפונימים

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער