דיינו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
"דיינו", פון ווענעציע הגדה, 1609
"דיינו", פייגל קעפ הגדה

דַּיֵּינוּ ("וואלט אונז גענוג געווען"; אדער כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת) איז א פיוט וואס שילדערט די פילע טובות וואס דער באשעפער האט געטוהן צו די אידן ביי יציאת מצרים, קריעת ים סוף, אין מדבר, נתינת השבת והתורה, ביז'ן אויפבויען דעם בית המקדש אין ארץ ישראל, אויף וואס יעדע איינס באזונדער דארפן אידן דאנקן צום באשעפער. דער פיוט וואס איז איבער טויזנט יאר אלט, ווערט געזינגען ביים סדר נאכט אלס א טייל פון דער הגדה של פסח, נאכ'ן סיפור יציאת מצרים.

פיוט

דער פיוט באַשטייט פון פופצן סטאנזעס, וואָס יעדע פון זיי באַשרייבט איין נס וואָס דער אויבערשטער האט געטון צו די אידן, און באשטימט אז מיר וואלטן זיך געקענט באגענוגן מיט דעם, און מיר וואלטן נישט געדארפט האבן אויך דער קומענדיגער נס. ארום האלב פון די דערמאנטע מעלות זענען ניסים וועלכע זענען געשען פאר די אידן דורכאויס יציאת מצרים, און די איבריגע באַשרייבן ספּעציעלע געשעענישן, וואָס זענען פאָרגעקומען דורכאויס ​​די רייזע אין מדבר און ביים אריינגיין אין ארץ ישראל. דער פיוט פירט אויס מיט א קל וחומר אז מיר דארפן זיכער דאנקען דעם באשעפער אויף אזויפיל ניסים צוזאמען.

טייל מפרשים ערקלערן אז דער מחבר האט נישט געמיינט צו זאגן אז מיר וואלטן זיך פאקטיש געקענט באגיין מיט איין פון די ניסים פאר זיך, ווי מען קען זען, צום ביישפיל, אין שטיקל "אילו קרע לנו את הים ולא העבירנו בתוכו בחרבה, דיינו", וואס ס'איז פארשטענדליך אז שפאלטן דעם ים וואלט אונז נישט געהאלפן אן אריבערפירן, נאר ער מיינט ארויסצוברענגען אז מיר דארפן פולשטענדיג דאנקען אויף יעדע נס עקסטער[1]. רוב מפרשים לערנען אבער אז יעדער נס וואלט שוין אויפגעטון פאר זיך, און זיי זענען דאס מסביר מיט פארשידענע מהלכים[2].

נוסח


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ציטוט

'שורות: כן' אינו ערך חוקי

כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ! אִלּוּ הוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם וְלֹא עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְלֹא עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם[3], דַּיֵּינוּ. אִלּוּ עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְלֹא הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם וְלֹא קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם וְלֹא הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה וְלֹא שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ וְלֹא סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה ולֹא הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְלֹא קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי[4], דַּיֵּינוּ. אִלּוּ קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה וְלֹא הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, דַּיֵינוּ. אִלּוּ הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְלֹא בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה, דַּיֵּינוּ[5]. עַל אַחַת, כַּמָּה וְכַמָּה, טוֹבָה כְפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ: שֶׁהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם, וְעָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְעָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְהָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, וְנָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, וְקָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, וְהֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, וְשִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, וְסִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, וְהֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְקֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, וְהִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וּבָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה לְכַפֵּר עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ.

מקור

עס איז נישט קלאר ווער עס האט געשריבן דעם פיוט. אין משנה, תוספתא, תלמוד בבלי, ירושלמי און מדרשים ווערט עס נישט דערמאנט, אבער עס איז געשטאנען אין נוסח פון מכילתא פון געוויסע ראשונים[6]. טייל מפרשים לערנען אז דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי עקיבא און איז א המשך צו זיין מאמר "מנין שכל מכה ומכה"[7]; פון אנדערע זעט מען אז עס איז נאך פון תקופת בית שני[8].

דער פולער נוסח הפיוט ווערט שוין געברענגט אין די ערשטע הגדות, סדר רב עמרם גאון[9], און אין סידור רב סעדיה גאון (מיט אן הוספה אינדערמיט, "ומניין שנתן לנו את ממונם…")[10]. אויך דער רמב"ם, וואס דערמאנט עס נישט אין זיין נוסח ההגדה, האט זיך אבער געפירט ווי דער פריערדיגער מנהג עס צו זאגן[11].

צווישן די פארשער איז איינע פון ​​די השערות, אז עס איז פארפאסט געווארן אלס רעאקציע צו די קריסטליכע אימפראפעריע (ענ') שטראף לידער, ווי צום ביישפיל "איבער פסחא" פון מעליטא פון סארדיס, אין וועלכע די אידן ווערן באשולדיגט אין טון שלעכטס פאר גאט דורך קרייצן דעם אותו האיש, טראץ די אלע גוטס וואס גאט האט זיי געגעבן ביי יציאת מצרים. עס זענען אבער פארהאן פאָרשער וואָס גלויבן אַז די אימפראפעריע איז אַן ענטפער צו דעם פיוט, און נישט פארקערט, און טייל פון זיי ווייזן אויף אז עס שטאמט נאך פון די צייטן פון בית המקדש[12].

מנהגים

דער תרומת הדשן האט זיך געפירט אויפצוהייבן דעם כוס ביים סדר דורכאויס דעם גאנצן פיוט, פון 'כמה מעלות' ביז 'לכפר על כל עוונותינו'[13]. אין תימן האט מען זיך געפירט אויפצוהייבן דעם גאנצן טיש פאר יעדע "דיינו" באזונדער און עס ווידער אראפלייגן[14]. רבי אברהם מנחם דאנציגער האט זיך געפירט צו שטיין ביים זאגן דעם פיוט[15].

אידן פון איראן, אפגאניסטאן, און בוכארא שמייסן איינער דעם אנדערן מיט גרינע צוויבל ווען זיי קומען אן צו דעם פיוט[16]. א מעגליכע ערקלערונג דערצו איז צו מרמז זיין וואס אידן האבן געקלאגט קעגן דעם מן (איינע פון די 'מעלות' דערמאנט אין דעם פיוט) און האבן געבענקט נאך די צוויבל וואס זיי האבן געהאט אין מצרים[17][18][19]. אין בוכארא פלעגט מען זיך דערביי ווינטשן צו בליען ווי די גרינסן, און אויך פלעגט מען טאנצן באזונדערע 'דיינו' טענץ[20].

טייל האבן זיך געפירט צו זינגען דעם פיוט אנשטאט "ברכי נפשי", אין שבת הגדול און אין שבת חול המועד פסח[21]; אדער דורכאויס אלע שבתים פון שבת הגדול ביז שבועות[22].

גאלעריע


Gnome-emblem-photos.svg
דיינו פון אנטיק הגדות

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. מדרש הגדה; שיח יצחק; זכרון נפלאות
  2. רשב"ם; ראב"ן; ארחות חיים; אבודרהם; זבח פסח; שנים מי יודע מפרש ב'; און אנדערע
  3. באזירט אויפ'ן פסוק: וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה וְהִכֵּיתִי כָל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם מֵאָדָם וְעַד בְּהֵמָה וּבְכָל אֱלֹהֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים אֲנִי ה' (שמות יב, יב).
  4. דער באפעל אויף שבת ווערט טאקע דערמאנט אין די עשרת הדיברות פון מעמד הר סיני, אבער ווערט שוין פריער איבערגעגעבן פאר די אידן אין שמות טז
  5. אין שבלי הלקט ווערט געברענגט נאך א גירסא: ”אִלּוּ הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְלֹא בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַמִקדָש, דַּיֵּינוּ. אִלּוּ בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַמִקדָש וְלֹא בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה, דַּיֵּינוּ”. לויט דעם נוסח, לויבט מען באזונדער אויף דעם משכן וואס איז געשטאנען אין שילה און נוב און גבעון, און דערנאך אויף דעם אויסדערוועלטן הויז אין ירושלים
  6. זעט פירוש הראב"ן אויף די הגדה; רשב"ץ אויף אבות ג, יד; פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה
  7. זבח פסח; הגדת מעשי ה'
  8. פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סדר רב עמרם השלם ב, מהדורת פרומקין

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סדור רב סעדיה גאון
  11. רבי אברהם בן הרמב"ם, געברענגט אין מעשה רוקח אויף רמב"ם ביים סדר ההגדה: "ועם היות שאבא מארי ז"ל לא הזכירו בנוסח ההגדה, לפי שהוא בלתי מפורסם בכל המדינות ולא הכרחי".
  12. זעט דניאל גאלדשמידט אין הגדה של פסח ותולדותיה, זייט 50; Eric Werner, "Melito of Sardes, the First Poet of Deicide", HUCA 37 ,(1966) .pp  191-210; S.G Hall, "Melito in the Light of the Passover Haggadah", Journal of Theological Studies, 22 ,(1971) .pp 29-46 און נאך.
  13. לקט יושר, הלכות ליל הסדר, אות ה'
  14. הרב יוסף קאפאח, הליכות תימן, שער ראשון אות ג'
  15. קונטרס רשימות וזכרונות, פסח - ליל הסדר, אות ז'
  16. ילקוט מנהגים – ממנהגיהם של שבטי ישראל, פרק ג', סימן ט', אות 8
  17. ווי פארציילט אין במדבר יא
  18. מרדכי הלל ג'וואהרי, "הצלפה בבצל ירוק בדיינו", אין אוצר החכמה פארום
  19. נאך טעמים זענען געזאגט געווארן, צו ערוועקן די קינדער, אדער האבן די אידן דאס געטון אלס שפיל צו באהאלטן דאס אפרעכטן דעם סדר פון די לאקאלע אראבער.

  20. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    הרב גיורא פוזיילוב, יהדות בוכארה, גדוליה ומנהגיה
  21. אש תמיד – מנהגי ספינקא, פרק י"ז אות י"א
  22. הליכות קודש – מנהגי קאסאן, פרק ל"א, אות ל'