אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת תצוה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (הגהה)
שורה 7: שורה 7:
| צאל אותיות = 5430
| צאל אותיות = 5430
| אינהאלט = די מצוות פון [[הדלקת הנרות במקדש]], [[בגדי כהונה]], [[שבעת ימי המילואים]]
| אינהאלט = די מצוות פון [[הדלקת הנרות במקדש]], [[בגדי כהונה]], [[שבעת ימי המילואים]]
| עשה חינוך = [[הדלקת הנרות במקדש]], [[בגדי כהונה]], [[קדשי קדשים#מצוות אכילה בקדשי קדשים|אכילת קדשי קדשים לכהנים]], [[קטורת]]
| עשה חינוך = [[הדלקת הנרות במקדש]], [[בגדי כהונה]], [[אכילת קדשי קדשים]], [[קטורת]]
| לא תעשה חינוך = אראפנעמען דעם [[חושן]] פונעם [[אפוד]], צערייסן דעם [[מעיל (בגד כהונה)|מעיל]] פונעם [[כהן גדול]], מקריב זיין עפעס אויסער [[קטורת]] אויפן [[מזבח הזהב]]
| לא תעשה חינוך = אראפנעמען דעם [[חושן]] פונעם [[אפוד]], צערייסן דעם [[מעיל]] פונעם [[כהן גדול]], מקריב זיין עפעס אויסער [[קטורת]] אויפן [[מזבח הזהב]]
| מספר עשה חינוך = 4
| מספר עשה חינוך = 4
| מספר לא תעשה חינוך = 3
| מספר לא תעשה חינוך = 3
שורה 23: שורה 23:
אנהייב פרשה ווערט משה באפוילן פונעם באשעפער צו נעמען אויל פארן [[הדלקת הנרות במקדש|אנצינדן די מנורה]] יעדע נאכט.
אנהייב פרשה ווערט משה באפוילן פונעם באשעפער צו נעמען אויל פארן [[הדלקת הנרות במקדש|אנצינדן די מנורה]] יעדע נאכט.


די ערשטע האלב פרשה פארנעמט זיך מיט די באפעלן צו מאכן די [[בגדי כהונה]] פאר [[אהרן]] און זיינע קינדער, די [[כהן|כהנים]]. די בגדי [[כהן גדול]] זענען: דער [[חושן]], דער [[אפוד]], דער [[ציץ]], דער [[מעיל (בגד כהונה)|מעיל]], דער [[כתונת (בגד כהונה)|כתונת]], דער [[מצנפת (בגד כהונה)|מצנפת]], דער [[אבנט (בגד כהונה)|אבנט]] און די [[מכנסיים (בגד כהונה)|מכנסיים]]. פאר די אנדערע כהנים ([[כהן|כהן הדיוט]]) זענען פארהאן נאר פיר בגדי כהונה: כתונת, אבנט, מגבעת און מכנסיים.
די ערשטע האלב פרשה פארנעמט זיך מיט די באפעלן צו מאכן די [[בגדי כהונה]] פאר [[אהרן]] און זיינע קינדער, די [[כהן|כהנים]]. די בגדי [[כהן גדול]] זענען: דער [[חושן]], דער [[אפוד]], דער [[ציץ]], דער [[מעיל]], דער [[כתונת]], דער [[מצנפת]], דער [[אבנט]] און די [[מכנסים]]. פאר די אנדערע כהנים ([[כהן|כהן הדיוט]]) זענען פארהאן נאר פיר בגדי כהונה: כתונת, אבנט, מגבעת און מכנסים.


די צווייטע האלב פרשה ענטהאלט דעם באפעל צו ברענגען ספעציעלע [[קרבן|קרבנות]] אין די [[שבעת ימי המילואים]] לכבוד'ן באנייען דעם משכן. אויך זענען פארהאן אין דער פרשה די באפעלן צו ברענגען דעם [[קרבן תמיד]] און צו בויען דעם [[מזבח הזהב]] צו מקטיר צו זיין דערויף די [[קטורת]]. אינעם לעצטן פסוק פון דער פרשה ווערט דערמאנט אז איינמאל אין יאר מעג מען נוצן דעם מזבח הזהב אויף אן אנדער צוועק, וואס דאס איז א רמז אויף [[יום כיפור]]{{הערה|טראץ וואס מען נוצט דעם מזבח הזהב אויך פארן [[פר כהן המשיח]] און [[פר העלם דבר של ציבור]], האט די תורה דאס נישט געהאלטן פאר נויטיג דא צו דערמאנען, וויבאלד זיי קומען נישט קביעות'דיג. {{תנ"ך|שמות|ל|י|מפרש=אבן עזרא}}}}.
די צווייטע האלב פרשה ענטהאלט דעם באפעל צו ברענגען ספעציעלע [[קרבן|קרבנות]] אין די [[שבעת ימי המילואים]] לכבוד'ן באנייען דעם משכן. אויך זענען פארהאן אין דער פרשה די באפעלן צו ברענגען דעם [[קרבן תמיד]] און צו בויען דעם [[מזבח הזהב]] צו מקטיר צו זיין דערויף די [[קטורת]]. אינעם לעצטן פסוק פון דער פרשה ווערט דערמאנט אז איינמאל אין יאר מעג מען נוצן דעם מזבח הזהב אויף אן אנדער צוועק, וואס דאס איז א רמז אויף [[יום כיפור]]{{הערה|טראץ וואס מען נוצט דעם מזבח הזהב אויך פארן [[פר כהן המשיח]] און [[פר העלם דבר של ציבור]], האט די תורה דאס נישט געהאלטן פאר נויטיג דא צו דערמאנען, וויבאלד זיי קומען נישט קביעות'דיג. {{תנ"ך|שמות|ל|י|מפרש=אבן עזרא}}}}.
שורה 56: שורה 56:
|יעדער
|יעדער
|-
|-
|נישט צערייסן דעם עק פונעם [[מעיל (בגד כהונה)|מעיל]] פונעם [[כהן גדול]]
|נישט צערייסן דעם עק פונעם [[מעיל]] פונעם [[כהן גדול]]
|לֹא יִקָּרֵעַ{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כח|לב}}}}
|לֹא יִקָּרֵעַ{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כח|לב}}}}
|ניין
|ניין
|יעדער
|יעדער
|-
|-
|[[קדשי קדשים#מצוות אכילה בקדשי קדשים|עסן דאס פלייש]] פון [[קרבן חטאת]] און [[קרבן אשם|אשם]]
|[[אכילת קדשי קדשים|עסן דאס פלייש]] פון [[קרבן חטאת]] און [[קרבן אשם|אשם]]
|וְאָכְלוּ אֹתָם אֲשֶׁר כֻּפַּר בָּהֶם{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כט|לג}}}}
|וְאָכְלוּ אֹתָם אֲשֶׁר כֻּפַּר בָּהֶם{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כט|לג}}}}
|ניין
|ניין

רעוויזיע פון 23:47, 16 נאוועמבער 2023

Arrow r.svg תצוה Arrow l.svg
פסוקים שמות כז, כ - ל, י
צאל פסוקים 101
צאל ווערטער 1412
צאל אותיות 5430
אינהאלט די מצוות פון הדלקת הנרות במקדש, בגדי כהונה, שבעת ימי המילואים
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (4)  לא תעשה (3)
הדלקת הנרות במקדש, בגדי כהונה, אכילת קדשי קדשים, קטורת אראפנעמען דעם חושן פונעם אפוד, צערייסן דעם מעיל פונעם כהן גדול, מקריב זיין עפעס אויסער קטורת אויפן מזבח הזהב
הפטורה
יחזקאל מג, י–כז
בגדי כהן גדול

פרשת תְּצַוֶּה איז די אכטע פרשה אין ספר שמות, און די צוואנציגסטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ז, פסוק כ', ביז קאַפּיטל ל', פסוק י', לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען.

די פרשה זעצט פאר מיט די אנווייזונגען פונעם אייבערשטן צו משה רבינו איבערן אויפשטעלן דעם משכן.

פרשת תצוה ווערט געליינט צווישן די דאטומען ח' אדר און ט"ו אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א').

פרשה אינהאלט

אנהייב פרשה ווערט משה באפוילן פונעם באשעפער צו נעמען אויל פארן אנצינדן די מנורה יעדע נאכט.

די ערשטע האלב פרשה פארנעמט זיך מיט די באפעלן צו מאכן די בגדי כהונה פאר אהרן און זיינע קינדער, די כהנים. די בגדי כהן גדול זענען: דער חושן, דער אפוד, דער ציץ, דער מעיל, דער כתונת, דער מצנפת, דער אבנט און די מכנסים. פאר די אנדערע כהנים (כהן הדיוט) זענען פארהאן נאר פיר בגדי כהונה: כתונת, אבנט, מגבעת און מכנסים.

די צווייטע האלב פרשה ענטהאלט דעם באפעל צו ברענגען ספעציעלע קרבנות אין די שבעת ימי המילואים לכבוד'ן באנייען דעם משכן. אויך זענען פארהאן אין דער פרשה די באפעלן צו ברענגען דעם קרבן תמיד און צו בויען דעם מזבח הזהב צו מקטיר צו זיין דערויף די קטורת. אינעם לעצטן פסוק פון דער פרשה ווערט דערמאנט אז איינמאל אין יאר מעג מען נוצן דעם מזבח הזהב אויף אן אנדער צוועק, וואס דאס איז א רמז אויף יום כיפור[1].

אפוועזנהייט פון משה'ס נאמען

די פרשה הייבט זיך אן מיטן אויבערשטנ'ס ווערטער צו משה רבינו: "ואתה תצוה את בני ישראל" (אין אידיש: דו זאלסט באפעלן די אידן), אן צו באצייכענען צו וועמען די ווערטער זענען געוואנדן - משה; גלייכצייטיג איז דאס די איינציגסטע פרשה צווישן די חומשים שמות, ויקרא און במדבר, וואו ס'ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט משה רבינו'ס נאמען. דאס איז פארבינדן מיט דעם וואס אין דער קומענדיגער פרשה, כי תשא, נאכן חטא העגל, האט משה געזאגט פארן אייבערשטן[2]: "וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם, וְאִם אַיִן - מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ" (טאמער פארגעבסטו די אידן אויפן חטא העגל, איז גוט, און טאמער נישט, מעק אויס מיין נאמען פון דער תורה[3]) - דערפאר איז זיין נאמען אויסגעמעקט פון דער פרשה[4]; און טראצדעם וואס ער האט דאס געזאגט מיט א "תנאי", ד.ה. נאר טאמער דער אייבערשטער איז נישט מוחל דעם חטא העגל, לויטעט אבער דער כלל אז א "קללת חכם", אפילו מיט א תנאי, ווערט אויסגעפירט[5].

אויך איז דאס פארבינדן מיט דעם וואס די פרשה געפאלט אין דער וואך פון ז' אדר, די יארצייט פון משה רבינו[6].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך זענען פארהאן זיבן מצוות אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
צינדן די מנורה אין בית המקדש יַעֲרֹךְ אֹתוֹ אַהֲרֹן וּבָנָיו[7] ניין כהנים
די כהנים זאלן אנטון בגדי כהונה וְעָשׂוּ בִגְדֵי קֹדֶשׁ לְאַהֲרֹן אָחִיךָ וּלְבָנָיו[8] ניין כהנים-מענער
נישט אראפנעמען דעם חושן פונעם אפוד וְלֹא יִזַּח הַחֹשֶׁן מֵעַל הָאֵפוֹד[9] ניין יעדער
נישט צערייסן דעם עק פונעם מעיל פונעם כהן גדול לֹא יִקָּרֵעַ[10] ניין יעדער
עסן דאס פלייש פון קרבן חטאת און אשם וְאָכְלוּ אֹתָם אֲשֶׁר כֻּפַּר בָּהֶם[11] ניין כהנים-מענער
מקטיר זיין קטורת וְהִקְטִיר עָלָיו אַהֲרֹן קְטֹרֶת סַמִּים בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר בְּהֵיטִיבוֹ אֶת הַנֵּרֹת יַקְטִירֶנָּה[12] ניין כהנים-מענער
נישט מקריב זיין עפעס אויסער קטורת אויפן מזבח הזהב לֹא תַעֲלוּ עָלָיו קְטֹרֶת זָרָה וְעֹלָה וּמִנְחָה וְנֵסֶךְ לֹא תִסְּכוּ עָלָיו[13] ניין כהנים

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען, ווי פאלגנד:

מפטיר און הפטורה

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תצוה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. טראץ וואס מען נוצט דעם מזבח הזהב אויך פארן פר כהן המשיח און פר העלם דבר של ציבור, האט די תורה דאס נישט געהאלטן פאר נויטיג דא צו דערמאנען, וויבאלד זיי קומען נישט קביעות'דיג. אבן עזרא, שמות ל, י
  2. שמות לב, לב
  3. רש"י, לב, לב
  4. ספר הזוהר, פרשת פינחס, דף רמ"ו, עמוד א'
  5. זוהר חדש אויף שיר השירים, דף ע"ד, עמוד ב'
  6. רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, מאור עינים, פרשת תצוה: "כי הנה חל סדר תצוה בשבוע שחל בה ז' אדר, הוא בחינת הסתלקות משה, ולכן לא נזכר שמו בסדר פרשה זו, כי נסתלק משה."
    רבי יצחק רייטבארד, "פרשת תצוה", קהלת יצחק, ווילנא תר"ס, אינעם נאמען פונעם גר"א: "עשה נא אזנך כאפרכסת ושמע נא דבר נכבד ונעלה אשר שמעתי בשם אדמו"ר רשכבה"ג אור ישראל וקדושו הגר"א מווילנא זללה"ה, והוא משום דז' אדר נופל תמיד בפרשה תצוה [רק לפעמים רחוקות שפרשה תצוה נופל אחר ז' אדר], והשם יתברך ויתעלה שמו, הצופה ומביט עד סוף כל הדורות, ידע מראש כי בז' אדר יסתלק משה רבינו ע"ה, לזאת לא זכר שמו בפרשה הזאת לרמז על זה."
  7. שמות כז, כא
  8. שמות כח, ד
  9. שמות כח, כח
  10. שמות כח, לב
  11. שמות כט, לג
  12. שמות ל, ז
  13. שמות ל, ט