אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אחירע בן עינן"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען" ב־" קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען") |
ק (החלפת טקסט – "|-|" ב־"|") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחירע בן עינן צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי {{ציטוטון|קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז}}}}}}. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין [[סנהדרין]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|קצר=כן|מפרש=מלבי"ם}}}}, וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|קצר=כן|מפרש=רש"י}}}}. | ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחירע בן עינן צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי {{ציטוטון|קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז}}}}}}. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין [[סנהדרין]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|קצר=כן|מפרש=מלבי"ם}}}}, וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|קצר=כן|מפרש=רש"י}}}}. | ||
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין [[מצרים]], וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע{{הערה|ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין {{תנ"ך|במדבר|ז|ב|מפרש=רש"י}}}}. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי יהונתן אייבשיץ]]|תפארת יהונתן|21286|יאזעפאף תרל"ג | לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין [[מצרים]], וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע{{הערה|ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין {{תנ"ך|במדבר|ז|ב|מפרש=רש"י}}}}. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי יהונתן אייבשיץ]]|תפארת יהונתן|21286|יאזעפאף תרל"ג|עמוד=188}}}}. | ||
דורכאויס די [[מסעות|וואנדערונגען אין מדבר]] האט אחירע געפירט זיין שבט דער דריטער אונטער'ן "דגל מחנה דן"{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|י|כז}}}}. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין [[פאן]] געווען געפארבט מיט א קלארן העלן רויט, און אן אינד געצייכנט דערויף{{הערה|{{מדרש רבה|במדבר|ב|ז}}}}. | דורכאויס די [[מסעות|וואנדערונגען אין מדבר]] האט אחירע געפירט זיין שבט דער דריטער אונטער'ן "דגל מחנה דן"{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|י|כז}}}}. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין [[פאן]] געווען געפארבט מיט א קלארן העלן רויט, און אן אינד געצייכנט דערויף{{הערה|{{מדרש רבה|במדבר|ב|ז}}}}. |
רעוויזיע פון 14:30, 14 מאי 2023
געבורט | מצרים |
---|---|
תקופה | יציאת מצרים, דור המדבר |
בתנ"ך |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, טו; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, כט; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, עח; פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, כז |
אֲחִירַע בֶּן עֵינָן איז געווען דער נשיא פון שבט נפתלי, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.
לעבן און שאפן
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחירע בן עינן צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]”. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].
דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט אחירע געפירט זיין שבט דער דריטער אונטער'ן "דגל מחנה דן"[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט מיט א קלארן העלן רויט, און אן אינד געצייכנט דערויף[7].
אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.
קרבנות הנשיאים
ביי די קרבנות הנשיאים, האט אחירע בן עינן מקריב געווען זיין קרבן אום י"ב ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער צוועלפטער און לעצטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך פגעיאל בן עכרן פון שבט אשר, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[9]. נאך טעמים ווערן געברענגט אין מדרש פאר דעם סדר, ווייל אשר ווערט אנגערופן על שם דעם לויב פון אידן און נפתלי על שם די תורה וואס אידן האבן באקומען, און ווייל זיי זענען געווען גלייך מיט די גוטע חלקים וואס זיי האבן באקומען אין ארץ ישראל[10].
דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון אחירע האבן מרמז געווען קעגן די אבות און די אמהות, ווייל נפתלי האט זיך אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם[10].
זיין נאמען
אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צום גוטן חלק וואס שבט נפתלי האט באקומען אין ארץ ישראל:
שהיתה ארצו שמנה לתבואה, כמו שנאמר ותרעינה באחו, ואומר בין אחים יפריא, רע הוא לשון רצון, כדמתרגמינן רצון רעוא, זה היה שבט נפתלי, שהיתה ארצו מוציאה פירות כרצון בעליה. בן עינן – שהיו עננים משקים ארצו, וגם מעיינות מים רבים היו בארצו
ענליך שטייט אין אור החיים:
אחירע בן עינן ירמוז על דרך מאמרם ז״ל (ספרי) בפסוק שבע רצון, מלמד שהיה נפתלי שמח בחלקו בימים בדגים בפרגיות, ומלא ברכת ה׳ ים גינוסר, עד כאן, והוא מאמר אחי רע פירוש שחלק אחיו היה בעיניו רע בערך חלקו, והיתה עינו מלאה מחלק שנפל בגורלו.
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ במדבר א, טז
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז - ↑ ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג - ↑ במדבר י, כז
- ↑ במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
- ↑ ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשט"ו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
- ↑ 10.0 10.1 במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה י"א