אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתנאל בן צוער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע)
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט באַניצער:האט'ס אמונה/נתנאל בן צוער צו נתנאל בן צוער אן לאזן א ווייטערפירונג)

רעוויזיע פון 20:38, 21 מערץ 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פערזענליכקייט

פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ליידיגע פאראמעטער [ צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

נתנאל בן צוער
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".במדבר א, ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ב, ה;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ז, יח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".י, טו

נְתַנְאֵל בֶּן צוּעָר איז געווען דער נשיא פון שבט יששכר אין די צייט פון נאך יציאת מצרים. ביים חנוכת המשכן, איז ער געווען דער וואס האט געראטן אלע נשיאים צו מקריב זיין די קרבנות הנשיאים, אדער געוויסע פרטים פון די קרבנות.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט נתנאל בן צוער צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט נתנאל דער צווייטער געפירט זיין שבט, נאך נחשון בן עמינדב, אונטער'ן "דגל מחנה יהודה"[6].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען פון די צוויי הונדערט און פופציג וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[7]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

אין מדרש ווערט געברענגט אז נתנאל בן צוער איז געווען אן אויסערגעווענליכער תלמיד חכם, און ער ווערט דעריבער אנגערופן "מַלְכָּהּ של תורה"[8]. שבט יששכר איז געווען אויסגעצייכנט אין תורה, ווי עס שטייט ”וּמִבְּנֵי יִשָּׂשכָר יוֹדְעֵי בִינָה לַעִתִּים”[9], אבער אין גאנצן שבט איז קיינער נישט געווען אזוי גרויס ווי אים[10].

קרבנות הנשיאים

ווי דערציילט אין די מדרשים, איז נתנאל בן צוער געווען דער וואס האט געראטן אלע נשיאים צו מקריב זיין די קרבנות הנשיאים[11], אדער האט ער גע'עצה'ט געוויסע פרטים דערוועגן: מען זאל ברענגען די וועגענער[12], מען זאל מנדב זיין די "קערות כסף"[13], ער האט זיי געלערנט די כוונות און רמזים וואס זיי זאלן אינזין האבן ביי זייערע קרבנות[14], אדער האט ער זיי געראטן זיי זאלן אלע ברענגען די זעלבע קרבנות כדי זיי זאלן נישט צוקומען צו קנאה[15].

נתנאל איז געווען דער צווייטער מקריב צו זיין זיין קרבן, אום ב' ניסן אינעם צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט).

טראץ וואס ראובן איז געווען עלטער, האט יששכר אים געפעדערט, ווי דערציילט אין מדרש:

בא ראובן וערער, אמר די שקדמני יהודה למסעות, מקריב אני לתולדות, נזף בו משה ואמר לו, מפי הקודש נאמר לי להקריב למסעות שנאמר הקרב, אין הקרב אלא שנאמר לו מפי הקודש הקרב למסעות

נתנאל בן צוער האט זוכה געווען צו זיין דער צווייטער, ווייל ער איז געווען א בן תורה און ער האט געגעבן די עצה פאר די שבטים[16], און ווייל דער סדר איז אנגעגאנגען לויט וויאזוי מ'איז געגאנגען ביי די מסעות[17].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון נתנאל האבן מרמז געווען קעגן די תורה און אירע חלקים[18].

טייל זאגן אז נתנאל בן צוער האט מקריב געווען נאך קרבנות וועלכע ווערן נישט דערמאנט, אנדערש ווי די אנדערע נשיאים[19].

רמזים אין זיין נאמען

א הסבר צו זיין נאמען און זיין טאטנ'ס נאמען שטייט אין מדרש:

למה נקרא שמו נתנאל? לפי שנתנו שבט יששכר לבם על התורה, שנתנה הא-ל לישראל על יד משה, בן צוער, שקבלו עליהם צער וטורח כל ישראל, שהיו שואלים להם ומשיבים להם, כמה דהוא אמר (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברי הימים א' יב, לג) 'וכל אחיהם על פיהם', ולכך נקרא נתנאל בן צוער

מדרש אגדה (בובר), פרשת במדבר, א', ח'

רעפערענצן

  1. במדבר א, טז

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".מלבי"ם, במדבר א, טז

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".רש"י, במדבר א, טז
  4. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  5. תפארת יהונתן אויף במדבר א, טז
  6. במדבר י, טו
  7. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה י"ג; מדרש תנחומא בובר קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  8. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ז

  9. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברי הימים א' יב, לג
  10. מדרש אגדה, במדבר ז' י"ח. דער מדרש באטאנט אז דאס איז אנדערש ווי אנדערע נשיאים, וואס געוויסע אין זייער שבט זענען יא געווען אזוי גרויס ווי זיי
  11. מדרש אגדה אויף במדבר ז, יח
  12. ספרי זוטא, ז', יח
  13. במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה י"ז
  14. גור אריה אויף במדבר ז, יט
  15. חפץ חיים על התורה, פרשת נשא. זעט אבער ווייטער א דעה אז נתנאל האט געברענגט מער ווי די אנדערע נשיאים
  16. ספרי זוטא, ז', יח
  17. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו; רלב"ג
  18. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה ט"ו
  19. רבי שמואל בן דוד אבן שהם, דער מעתיק פון מושב זקנים, אויף במדבר ז, יט